בית פורומים אידישע געדאנק

בד"ה הילד יואל בן יחיאל בער פריעד ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/4/2010 20:32 לינק ישיר 
בד"ה הילד יואל בן יחיאל בער פריעד ע"ה

ליידער קומט יעצט דו בשורה אז דאס קינד וואס איז נעכטן אראפגעקלאפט געווארן אין ק"י איז נפטר געווארן

דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 16:51 לינק ישיר 
הרב שלמה רובין מספיד



תוקן על ידי 1satmar ב- 09/04/2010 16:55:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/4/2010 16:34 לינק ישיר 

New York - Hundreds attended today the funeral of 9 year Old Yoel Fried who died today after sustaining serious injuries after riding his scooter and was hit by a truck in the Village Of Kiryas Joel on April 7 2010

Photo: VIN News 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 07:47 לינק ישיר 

אזוי ווי די בלוט דורשטיגע האבן שוין אנגעהויבן פייערן נצחון אינעם דערנעבנדיגן פארום, אז מ'האט דעם קינד נישט געלייגט אינעם ביה"ח החדש דקהל יט"ל קרית יואל, עס איז צו ערווארטן אז ביז א פאר שעה וועט ארויפקומען די געווענליכע סעריע פון "קראנטע" אינפארמאציע ..... אז פלוני אלמוני האט געקאלט דעם טאטען און פארלאנגט מ'זאל אים לייגן אינעם נייעם ביה"ח ..... און פלוני אלמוני האט געסטראשעט אז מ'וועט ארויסווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות, און דער רבי אליינס האט געוויינט צו אים אויפן טעלפאן .... און דער דיין האט געסטראשעט אז ער קומט נישט צו די לוי' וכו' וכו' וכו', און סוכ"ס האט דער טאטע זיך מתגבר געווען אויף די טעראר .....

דערפאר טוען מיר קלאר מאכן, אז משפחת פריעד פארמאגט אן אייגענעם חלקה אין ניו זשערסי, דארט ווי פילע היימישע קהלות פארמאגן חלקות, און דערפאר האט מען דאס קינד געלייגט דארטן.

ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 22:43 לינק ישיר 

די לוויה פון הילד יואל בן יחיאל דוב פריעד וועט זיין אין פארענט פון ביהמ"ר הגדול דקהל יטב לב אין קרית יואל בשעה 4:45 אין פון דארט וועט עס ארויסגיין צו ניו דזערסי בית החיים

יהי רצון שלא שמע עוד בגבלינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 20:53 לינק ישיר 

שמואליונה זעט אויס די האסט נישט געהערט דעם הספד וואס ר' אברהם מאיר אלטמאן האט געזאגט ביי די מטה פון זיין זין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 20:37 לינק ישיר 

מיט צער און ווייטאג האט גאנץ קרית יואל אויפגענומען די ביטערע בשורה אז הילד רפאל יואל בן האברך החשוב ר' יקתואל בער פריעד האט נעבעך פריצייטאג אוועק געגעבן זיין ריינע נשמה צום אדון כל, ס'איז ממש א הארץ ווייטאג נאר זיך פארצושטעלען דאס ווייטאג פון א מאמע, זי האט נאך געהאלטן און מיטן פארענדיגען דאס אוועק לייגען פון פסח, און דאס קינד איז ארויס געגאנגען שפילן מיט די אנדערע שכנים, און ווי שרעקעדיג איז דאס ווען א מאמע באקומט א רוף פון די חברה הצלה, מרת פריעד איר מיזט קומען מיט אונז אייער קינד איז ל"ע אראפגעקלאפט געווארן פון א קאר.. ס'קומט מיר צו וויינען נאר שרייבענדיג די דאזיגע שורות, די צער און ווייטאג פון א מאמע האט נישט די ווערט פונעם טינט. מ'קען זיך דאס נישט פארשטעלען, דאס קינד האט מיט צוויי טאג צוריק אזוי שיין און איידל געפרעגט די 4 קשיות פונעם טאטען, יעצט ווען ער קומט ארויף אויף יענע וועלט דארף ער פרעגען נאר איין קשיא. טאטע פארוואס?? וואו אזוי האסטו דאס געקענט טוהן פאר מיין צובראכענע טאטע מאמע? איך האב נישט קיין כוח מאריך צו זיין, דער אייבישטער זאל העלפען אז ס'זאל מער נישט זיין קיין צרות ישראל אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 20:34 לינק ישיר 

בד"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בד"ה הילד יואל בן יחיאל בער פריעד ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext