בית פורומים כל העולם כולו

א פאקטישן סך הכל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/4/2010 20:45 לינק ישיר 
א פאקטישן סך הכל!

אזויווי עס איז פארהאן געוויסע סארט באשעפענישן וואס פון גרויס אנגסט וכדו' פראבירן זיי מיט אלע זייערער איבערגעבליבענע קרעפטן צו פארדעקן איטליכע פאקטן וואס זענען באמת וויכטיג פאר'ן דור צו וויסן, אלעס צוליב זייער אומבאקוועמליכקייט מיט'ן מציאות, שפיר איך פאר וויכטיג קלאר צו מאכן דאס ענין, טראץ וואס איך וועל מיט דעם אומבאקוועם מאכן פאר די אויבנדערמאנטע באשעפענישן.

פאר מ'הייב מיר אן מיט'ן סך הכל וויל איך ארויסברענגען א וויכטיגע פונקט, רעאליטעט איז א זאך וואס קיין שום סארט באשעפעניש קען דאס נישט רוקן פון פלאץ!
אויב אזוי, וואס'זשע טוט מען ווען דער רעאליטעט טוט אבער זייער וויי?!
איז דא איטליכע אופנים וויאזוי מ'קען זיך אן עצה טאן...
אונז העמיר נאר רעדן פון צוויי אופנים,

א) מען ווישט זיך אפ די נאז און מען פראבירט עפעס צו טוישן דעם רעאליטעט
     וואס דאס איז דער מהלך פון א געזונט באשעפעניש.
ב) מען לאט טאקע דעם רעאליטעט אויפ'ן פלאץ, צוליב דעם וואס מ'קען דאס נישט רירן, אבער עס טוט אזוי וויי אז מען אנטלויפט דערפון
     און דאס איז דער מהלך פון א נישט-געזונט באשעפעניש, ווי אויבן דערמאנט.

די פאלגענדער סך הכל איז געווידמעט בלויז צו אלע וואס ווילן וויסן את המעשה אשר יעשון, ווידעראום מיט די נישט-געזונטע וועל איך מיך איצט נישט אפגעבן ווייל דער צייט איז נישט מספיק.

ליהוי ידוע! דער סך הכל איז טראץ מען האט זיך אנגעהערט די פארלאפענע וואך מיט - באפקעס, אינטערנעט, כלי, קאקא, אויסגעמעקט, שקרן, מיט נאך פילע, א שטייגער ווי די קריסטליכע העצע דרשות, רחמנא לישזבן.

דאס איז א פאקט אז: דאס יהדות החרדית איז איבערגעדריייט.
דאס איז א פאקט אז: עס נעמט זיך פון די דרשה וואס דער סאטמארער רבי האט געהאלטן דעם פארלאפענעם חול המועד!
דאס איז א פאקט אז: פון די איינס א האלב שעה'דיגע דרשה איז בלויז דער ווייץ ענין דער גורם אין דעם איבערדרייעניש!
דאס איז א פאקט אז: גאנץ כלל ישראל האט באקומען די מעסעדזש אז ס'איז עת לעשות!
דאס איז א פאקט אז: ביי א געוויסע  קרייז האט די דרשה באטראפן ווי א באמבע אויפ'ן קאפ!
דאס איז א פאקט אז: די יעניגע קרייז האבן זיך געוואלט ערהוילן פון די באמבע אויף א מהלך וואס טויג נישט!
דאס איז א פאקט אז: ס'האט נישט געטויגט ווייל מ'רעדט פון אידישקייט און א רעכטדענקיגע איד לאט נישט אריין פאליטיק!
דאס איז א פאקט אז: דער סיבה פארוואס זיי האבן גענומען יענעם מהלך איז ווייל זיי זענען נישט-געזונט!
דאס איז א פאקט אז: ווען זיי וואלטן געווען געזונט וואלטן זיי זיך אפגעווישט די נאז און גענומען פון היינט אן כשר'ע ווייץ!
דאס איז א פאקט אז: זיי האבן בטעות ארויסגעוויזן וועם זיי האלטן אויך ראוי פאר א מנהיג!
דאס איז א פאקט אז: אז ערליכע [געזונטע] יודן האבן זיך צוריקגעהאלטן פון די מפוקפק'דיגע מצות זייט די דרשה!
דאס איז א פאקט אז: אז טייל ערליכע יודן האבן זיך אפגעטיילט פון די ווייץ אפי' פאר די דרשה!
דאס איז א פאקט אז: קומענדיגע יאר וועלן אלע ערליכע יודן זיכער מאכן אז זיי באקומען הונדערט פראצענט כשר'ע ווייץ!
דאס איז א פאקט אז: דאס איז וואס די דרשה האט געדארפט אויפטון!

און פאר די אלע וואס וואלטן ווען געוואלט רוקן דאס רעאליטעט, כאטש וואס דער אמת'ע און עיקר נקודה שטייט אטע'דא פאר די נאז קען איך בלויז זאגן אין קורצן, גייטס צום דאקטאר, ווייל איך יאג מיך...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 20:52 לינק ישיר 

איין פאקט האסטו פארגעסן אז עס נישט געווען אפילו איין איד וואס האט ארויסגעווארפן אפילו א האלבע מצה דעם יו"ט נאך דעם מעכטיגען אויפרייס פון דיין געזונטן רבין

נאך א פאקט אז נאך אזא באמבע שטייען זיינע שונאים אין מען קוילערט זיך פאר געלעכטער

נאך א פאקט עס איז דא צובאקומען יעצט בשעת איך שרייב מצות סיי פון מאנרא אין סיי פון ראדליזש אין פון בראדוועי איז נישט דא אין ערגעץ


תוקן על ידי געלעכטער ב- 09/04/2010 20:53:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 20:53 לינק ישיר 

האט מען זיך היי יאר אויך געשלאגן אין תפיסה וועמענס מצה מען זאל ניצן אזוי ווי פאר יאר ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/4/2010 21:01 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
איין פאקט האסטו פארגעסן אז עס נישט געווען אפילו איין איד וואס האט ארויסגעווארפן אפילו א האלבע מצה דעם יו"ט נאך דעם מעכטיגען אויפרייס פון דיין געזונטן רבין

נאך א פאקט אז נאך אזא באמבע שטייען זיינע שונאים אין מען קוילערט זיך פאר געלעכטער

נאך א פאקט עס איז דא צובאקומען יעצט בשעת איך שרייב מצות סיי פון מאנרא אין סיי פון ראדליזש אין פון בראדוועי איז נישט דא אין ערגעץ


תוקן על ידי געלעכטער ב- 09/04/2010 20:53:36



דבר נישט ווי א קינד וואס זאגט אויף יא ניין...
אין אישי קענסטו מיר פרעגן און איך וועל דיר געבן נעמען.

ווער ס'האט געלאכט איז שוין צו שפעט צו זאגן, דו האסט דיך געדארפט דערמאנען צו לאכן אין אנהייב...

דערוואגן זאלן זיי זיך צו פארקויפן נאך פון די ווייצלעך נאך אזא דרשה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 21:09 לינק ישיר 

נישט נאר סאטמאר לאכט, נאר די אלע קהילות וואס האבן געשניטן יענעם טאג, ווי וויזשניץ, סקווירא אא"וו לאכן


יא! מען לאכט

איך פארשטיי אז דו פארשטייסט נישט וויאזוי דאס ארבעט, אז מען קען לאכן פון דיין צדיק'ל

אבער עס בלייבט א פאקט: מען לאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/4/2010 21:12 לינק ישיר 

גראדע האב איך א פעטער, א גרויסער זאלי, וואס האט ארויסגעווארפן די זאלונישע מצה וואס ער האט באקומען פון קמחא דפסחא פשוט ווייל ס'איז געווען א גרויל. נישט אין מויל צו נעמען.

די מצה איז געווען דיק און האט געהאט א געפערליכן טעם. דער תירוץ פון די בראדוועי בעקעריי איז געווען אז די ווייץ היי יאר איז זייער נישט געלונגען.

און טאקע פאר די סיבה זענען די זאליס היי יאר איבערגעבליבן מיט הויפנס מצה!

די אהרונים האבן אויספארקויפט אלע זייערע מצה, כאטש זיי האבן צוויי בעקעריס און נישט נאר איינס!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/4/2010 21:16 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
נישט נאר סאטמאר לאכט, נאר די אלע קהילות וואס האבן געשניטן יענעם טאג, ווי וויזשניץ, סקווירא אא"וו לאכן

יא! מען לאכט

איך פארשטיי אז דו פארשטייסט נישט וויאזוי דאס ארבעט, אז מען קען לאכן פון דיין צדיק'ל

אבער עס בלייבט א פאקט: מען לאכט




איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט אז דיינע חברה זאלן ווען זיך האבן איינגעהאלטן פון וויינען אבער, קוק שיין איבער אלע ענקערע זיסע הודעות און תגובות און זאג מיר וואס דו זעסט דארט... לאכן אדער וויינען?..

גוט שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 21:49 לינק ישיר 

נישט עפענען מער ווי איין אשכול איבער א נושא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פאקטישן סך הכל!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext