בית פורומים אידישע געדאנק

מחאה נגד הר' אהרן טייטלבוים ביומא דהילילא של רבינו הברך משה זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/4/2010 18:43 לינק ישיר 
מחאה נגד הר' אהרן טייטלבוים ביומא דהילילא של רבינו הברך משה זצ"ל


דברות קודש ומחאה נגד אחיו הר' אהרן טיילבוים
מאת הגה"צ אבדק"ק זענטע שליט"א

דער זענטער רב שליט"א, רב דביהמ"ד ברך משה האט געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד אין ביהמ"ד ברך משה, בבית רבינו, און א קידוש גדול אחר התפלה,
ער האט זיך אויך משתתף געווען ביי תהלים תשב"ר בצפרא דשבתא בהיכל ביהמ"ד הגדול
ביי שלש סעודות נאכן פארלערנען אין ספה"ק ברך משה האט דער ברך משה רב שליט"א געזאגט איך וויל נאך זאגען א ווארט,
ער האט נאכגעזאט פון ברך משה אויף די קומעדיגע וואך פרשת מצורע (ברך משה צ"ה), ווי ער ברענגט צו דעם מדרש מעשה ברוכל אחד,.. והיה מכריז מאן בעי למזבן סם חיים.. הוציא לו ספר תהלים... מי האיש החפץ חיים, מה כתיב בתריה נצור לשונך מרע, אמר רבי ינאי אף שלמה מכריז ואומר שומר פיו ולשונו ...
שרייבט דער ברך משה (דף צו) והנה מודעת זאת כי עון לשון הרע וליצנות הן המה המונעים והמעכבים מלקיים מצות אלו... ולא זו בלבד אלא ע"י שמרבין בדברי הבאי, ברוב דברים לא יחדל פשע ומתוך כך באים לידי
זלזול הורים ומורים, שכך דרכו של יצר הרע... עד שבאים לדבר ולתת דופי באבותיהם וברבותיהם (עיין ברמב"ם הלכות טומאת צרעת פט"ז ס"י)... 
און דא וויל איך מיך אפשטעלן האט געזאגט דער זענטער רב שליט"א, 

איך שפיר א חוב מוחה צו זיין... אויף די אלע בזיונות שפילות און ליצנות וואס
מיין ברודער,
אהרן האט מבזה געווען און מחנך געווען א דור צו מאכען ליצנות
פון זיין
אייגענעם טאטען און פון כל קודש,
נאך יעצט שוין פיר יאהר נאך די הסתלקות פון טאטען ז"ל 
שיקן זיי ארום קונטרסים פיל מיט ליצנות פון טאטען ז"ל,

און ער האט זיך גענומען א וועג חרוב צו מאכען אלעס וואס דער טאטע
און די פריערדיגע צדיקים האבען אויף געשטעלט מיט מסירת נפש,

ער איז א בועט באבותיו וברבותיו, אנשטאט ער זאל בויען איז ער א מחריב,
ער וויל חרוב מאכען אלעס וואס דער טאטע האט זיך מוסר נפש געווען,
אלעס וואס דער פעטער ז"ל האט אויפגעשטעלט
און דער טאטע האט דאס געבויט מיר מסירת נפש,
וויל ער צוברעכן,
לדבר ולתת דופי באבותיהם ורבותיהם, מצות, שחיטה, 
און וואס ער קען נאר חרוב מאכען איז ער מחריב,
און אלץ א קינד דא אין ביהמ"ד פון טאטען ז"ל וואס אונז גלייב מיר אז זיין נשמה איז דא אל מקומו שואף זורח, פיל איך א חוב מוחה צו זיין,
און אויך אלץ גבאי פון כולל שומרי החומות וואס דער טאטע ז"ל און דער פעטער ז"ל זענען געווען אזוי צוגעבינדען צו דעם הייליגען כולל מדורי דורות,
דא איז דא א חשובער איד ר'
 מאיר שטערן וואס ער איז מעיד ווי דער טאטע ז"ל האט עהם געזאגט ווי צוגעבינדען דער פעטער און די זיידעס ז"ל זענען געווען צו דעם כולל וואס אלע די תלמידי חתם סופר זענען געווען צוגעבינדען דערצו מיט מסירת נפש,
און דער טאטע האט עהם געזאגט אז ער שטרענגט זיך אן מיט מסירת נפש פאר דעם כולל,
און ווי קען מיין ברודער אהרן פאר א נארישען פאליטיק הייסען ארויסרייסען די פושקע ר' מאיר בעל הנס פון הייליגען ציון וואס יודען לייגען דארט אריין זייער צדקה ר' מאיר בעל הנס שוין איבער 30 יאר
,
פא 
רוואס האט ער דאס ארויס געריסען?

אז יודען זאלן נישט קענען מער געבען זייער צדקה פארן כולל שומרי החומות וואס דיין טאטע און דיינע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען דערפאר?
און וויאזוי קען א קינד צוברעכען אלעס
וואס דער טאטע האט זיך מוסר נפש געווען דערפאר?

איך מוז מוחה זיין אויף דעם,
און  איך וויל ענק איבער זאגען
וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב

"אהרן איז טאקע א זון
אבער נישט מיין קינד"


א
ון מיט דעם וועל איך מסיים זיין,
זאל דער אויברשטער העלפן אז זכותו יגן עלינו און מיר זאלען שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2010 19:10 לינק ישיר 
פון די לעצטע בילדער פון רביה"ק אין פלארידא לייגט תפילין ב"מ בחור

 



תוקן על ידי 1satmar ב- 11/04/2010 19:15:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2010 19:20 לינק ישיר 
רביה"ק זצ"ל עם בנו חביבו להבחל"ח רבינו שליט"א אין קרעסטירער ביה"מ פלארידא

רביה"ק זצ"ל עם בנו חביבו להבחל"ח רבינו שליט"א אין קרעסטירער ביה"מ פלארידא
ולהבחל"ח נייטרא רב זצ"ל, והרה"ח גבאי קודש ר' שמשון ג"ש ז"ל




תוקן על ידי 1satmar ב- 11/04/2010 19:20:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2010 19:37 לינק ישיר 
תפילת בביהמ"ד בבית רבינו זצ"ל פלארידא



תוקן על ידי 1satmar ב- 11/04/2010 19:42:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2010 19:49 לינק ישיר 
מכתב קודש בביתו נאווה קודש פלארידא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מחאה נגד הר' אהרן טייטלבוים ביומא דהילילא של רבינו הברך משה זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext