| נשלח ב-11/4/2010 19:17 |
|
| |
פייערדיגע דברי מחאה פון הגה"צ אבדק"ק זענטא שליט"א - שבת כ"ו ניסן בעת סעודה שלישית!
דער זענטער רב שליט"א, רב דביהמ"ד ברך משה האט דעם פארגאנגענעם שב"ק געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד אין ביהמ"ד ברך משה, בבית רבינו, און א קידוש גדול אחר התפלה, ער האט זיך אויך משתתף געווען ביי תהלים תשב"ר בצפרא דשבתא בהיכל ביהמ"ד הגדול.
ביי שלש סעודות נאכן פארלערנען אין ספה"ק ברך משה האט דער ברך משה רב שליט"א געזאגט איך וויל נאך זאגען א ווארט, ער האט נאכגעזאט פון ברך משה אויף די קומעדיגע וואך פרשת מצורע (ברך משה צ"ה), ווי ער ברענגט צו דעם מדרש מעשה ברוכל אחד,.. והיה מכריז מאן בעי למזבן סם חיים.. הוציא לו ספר תהלים... מי האיש החפץ חיים, מה כתיב בתריה נצור לשונך מרע, אמר רבי ינאי אף שלמה מכריז ואומר שומר פיו ולשונו ... שרייבט דער ברך משה (דף צו) והנה מודעת זאת כי עון לשון הרע וליצנות הן המה המונעים והמעכבים מלקיים מצות אלו... ולא זו בלבד אלא ע"י שמרבין בדברי הבאי, ברוב דברים לא יחדל פשע ומתוך כך באים לידי זלזול הורים ומורים, שכך דרכו של יצר הרע... עד שבאים לדבר ולתת דופי באבותיהם וברבותיהם (עיין ברמב"ם הלכות טומאת צרעת פט"ז ס"י)...
און דא וויל איך מיך אפשטעלן האט געזאגט דער זענטער רב שליט"א, איך שפיר א חוב מוחה צו זיין... אויף די אלע בזיונות שפילות און ליצנות וואס מיין ברודער [ר'] אהרן האט מבזה געווען און מחנך געווען א דור צו מאכען ליצנות פון זיין אייגענעם טאטען און פון כל קודש, נאך יעצט שוין פיר יאהר נאך די הסתלקות פון טאטען ז"ל שיקן זיי ארום קונטרסים פיל מיט ליצנות פון טאטען ז"ל, און ער האט זיך גענומען א וועג חרוב צו מאכען אלעס וואס דער טאטע און די פריערדיגע צדיקים האבען אויף געשטעלט מיט מסירת נפש, ער איז א בועט באבותיו וברבותיו, אנשטאט ער זאל בויען איז ער א מחריב, ער וויל חרוב מאכען אלעס וואס דער טאטע האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס וואס דער פעטער ז"ל האט אויפגעשטעלט און דער טאטע האט דאס געבויט מיר מסירת נפש, וויל ער צוברעכן, לדבר ולתת דופי באבותיהם ורבותיהם, מצות, שחיטה, און וואס ער קען נאר חרוב מאכען איז ער מחריב, און אלץ א קינד דא אין ביהמ"ד פון טאטען ז"ל וואס אונז גלייב מיר אז זיין נשמה איז דא אל מקומו שואף זורח, פיל איך א חוב מוחה צו זיין, און אויך אלץ גבאי פון כולל שומרי החומות וואס דער טאטע ז"ל און דער פעטער ז"ל זענען געווען אזוי צוגעבינדען צו דעם הייליגען כולל מדורי דורות, דא איז דא א חשובער איד ר' מאיר שטערן וואס ער איז מעיד ווי דער טאטע ז"ל האט עהם געזאגט ווי צוגעבינדען דער פעטער און די זיידעס ז"ל זענען געווען צו דעם כולל וואס אלע די תלמידי חתם סופר זענען געווען צוגעבינדען דערצו מיט מסירת נפש, און דער טאטע האט עהם געזאגט אז ער שטרענגט זיך אן מיט מסירת נפש פאר דעם כולל, און ווי קען מיין ברודער אהרן פאר א נארישען פאליטיק הייסען ארויסרייסען די פושקע ר' מאיר בעל הנס פון הייליגען ציון וואס יודען לייגען דארט אריין זייער צדקה ר' מאיר בעל הנס שוין איבער דרייסיג יאר, האט ער דאס ארויסגעריסען, פארוואס?
אז יודען זאלן נישט קענען מער געבען זייער צדקה פארן כולל שומרי החומות וואס דיין טאטע און דיינע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען דערפאר?
און וויאזוי קען א קינד צוברעכען אלעס וואס דער טאטע האט זיך מוסר נפש געווען דערפאר?
איך מוז מוחה זיין אויף דעם, און איך וויל ענק איבער זאגען וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד"
און מיט דעם וועל איך מסיים זיין, זאל דער אויברשטער העלפן אז זכותו יגן עלינו און מיר זאלען שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/04/2010 02:51:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 00:25 |
|
| |
די רבי שרייבט אים אין די בריווען נכדי כבני
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 00:21 |
|
| |
| באלאנד כתב: |  |
און איך וויל ענק איבער זאגען וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד"
|
|
יא יא גערעכט! רבינו הק' פלעגט אלס זאגן "מיין זון ר' אהרן איז ביי מיר נישט א קינד נאר העכער פון א קינד" בתורה ובעבודה וכו'.
איך האב אמאל געהערט פון ר' ש. ווערטהיימער אז רבינו הק' האט אים אמאל געזאגט "איך האב פינעף זון" און ר' ש. האט אים מעיר געווען אז ער האט נאר 4 זון האט אים רבינו הק' זי"ע אויסגערעכנט 5' זון ר' אהרן ר' ליפא ר' מנדל ר' זלמן לייב ר' שלום אליעזר, און ר' ש. האט ווידער אמאל פראבירט צו מעיר זיין אז ר' מנדל איז א אייניקל און נישט קיין זון האט אים רבינו הק' געזאגט "נו.. ער איז ביי מיר אזווי א זון..."
תוקן על ידי עירהתורה ב- 13/04/2010 00:22:37
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 19:00 |
|
| |
אויף צו פארשטיין דעם זענטא'ער עם הארץ דברי מחאה קוקט אריין אין די גמרא:
כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו
[מסכת פסחים דף מט:]
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 18:30 |
|
| |
נישטו ווער ס'זאל לאכען דער ''הגה''צ'' וואס האט נאך אלס בחור געטרינקען די בלוט פין זיין הייליגען טאטע'ן מיט זיין גראליגע התנהגות איז מוחה אויף זיין ברודער וועלכע האט געגעבן בלוט אין נחת פאר'ן הייליגען טאטע'ן...... (עי' דרשת אב''ד קהלתינו מאנטריאל במעמד יסוד איתן)
זעהט אויס, אז זיי האבען נישט געטראפען א צווייען פאר די דברים של טעם, האט מען געבעטן דעם הגה''צ זאל זיך לאזען הערן מיט די פערל רייד.
עס איז א כבוד פאר סאטמאר אז דער שטריק אין שותף לדבר עבירה פין מקצר ימים זיין הייליגע טאטע'ן בסוף ימיו, האקט אויף אינז. פינקט ווי עס איז אינז א כבוד אז דער איד אדער פארוועטס אדער אלע אנדערע משכילישע אדער ציוניסטישע צייטונגען שימפען אויף סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 17:25 |
|
| |
אדרבא, פרעגט ר' יוקל גראס פאר וועם דער רבי דער ברך משה זצ"ל האט געזאגט די שרעקעדיגע ווערטער "אהרן איז טאקע א זוהן אבער נישט מיין קינד", צו ער האט געזאגט דאס זעלביגע אויף כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס האט -לשיטתכם- אים אזוי מבזה געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 16:24 |
|
| |
נישט חלילה עס איז שייך אפצופרעגן די הייליגע רייד, פונעם ''קודש הקדשים'' מזענטע זאל זיין געזינט און פריש,
נאך א קליינע קאמענטאר,
עס איז ידוע אז רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, האט זיך מוסר נפש געווען געווען, לוחם צו זיין מיט די מחבלי כרם השם צבאות, דער כת הידוע לשמצה, די ג'אסור'טע ''בני יואל'', ער האט לוחם געווען קעגן זיי בחירף נפש, ער האט געהאלטען אז זיי מאכען חרוב אז וואס דער הייליגער רבי זי''ע האט אויף געבויעט,
און פארשטייט זיך אז די שקצים, האבן פארן ברך משה זי''ע געטרינקן דאס בליט, אויף א פארנעם, וואס איז ניטאמאל שייך ארויסצוברענגן אויף פאפיר, די שקצים האבן זיך פארגארנישט אפגעשטעלט כדרכם,
ויהי היום, ר' זלמעלע קימט קיין וויליאמסבורג, ער האט נאך ניטאמאל, אנגעווארמט דאס א''ג רבנות בענקל, זיינע ספרים, ליגן נאך און ירושלים פארשטויבט, ניטאמאל קיין שו''ע יו''ד האט דער מן הארץ געהאט אונדערהיים, שטעלט ער זיך אויף האלטען א דרשה וואו פאלגענד:
'' די אלע וואס מיין טאטע האט ארויסגעווארפן, און געאסערט, איז לא מעלה ולא מוריד, פארוואס? ווייל זיי זענען גאר געווען זיינע גוטע פריינד, איי זיי האבן אים יעדן טאג געשאלטען מיט טויטע קללות,? נא! דאס איז געווען אהבה מסתרת, '' ביז אהער איז די רייד פון דעם בועט באביו ר' זלמעלע,
אלזא, זענטער רב היכה? וואו זענען דיינע פערל'דיגע דברי מחאה? כלל ישראל האט געווארט צו הערן א מחאה דרשה פון זענטע רב, אז זיי קליינע ברידער מאכט חרוב אלעס וואס זיין פאטער האט אויף געשטעלט, און זיך מוסר נפש געווען דעראויף, וואס האט מען געהערט אנשטאט דעם? מען האט געהערט ''מתת' דייטש ימ''ש'' חוץ פון דעם האט מען פון מלכות זענטע גארניקס געהערט, הייתכן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 12:50 |
|
| |
איך הער יעצט נאך א פרישע באמבע:
הגה"צ רבי יודל מייזליש שליט"א פון לאנדאן האט דעם שבת ביי שלש-סעודות אויך מוחה געווען אנטקעגן זיין ברידער, אינמיטן איז איהם די בלוט ארויף און ער האט אויסגעשריגן אז זיין טאטע האט אמאל געזאגט אויפן ברידער אז ער איז טאקע א קינד אבער נישט מיין זוהן
איז אפשר מעגליך אז הגה"צ ליפא מיט הגה"צ יודל'ע האבן זיך אפגערעדט צו פראטעסטירן אינאיינעם ?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 02:10 |
|
| |
נאך א מזל ליפא האט מוחה געווען אזוי וועט ער אפשטעלן דעם מורא'דיגען חילול השם נאר א שאד אזא מען מיז מי קומען צי אזא בעל עבירה זאל מוחה זיין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 02:06 |
|
| |
ביזט גערעכט איך וועל ממשיך זיין
ווען מען שרייבט הגה"ק אויף דעם מאנראוער צדיקל
ווען מען שרייבט הגה"צ אויף דיינע צדיק'לס יונגערן ברודער רש"א
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 02:01 |
|
| |
ווי אזוי זאגט אויף מען לשון קודש "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד"
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:38 |
|
| |
די זאלי'ס האבען זייער געמאסטענע טיטלן עי' ערך קעציל פרעציל וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:30 |
|
| |
זיי ממשיך...
.... .... קוילערן זיך פון געלעכטער ווען מען שרייבט הגה"צ אויף הר' אליקים שלעזינגער און הרה"ג אויף הר' העצקא צוויבל און הרה"ג אויף הר' מענדעלע זילבער און וכו' וכו'
א קלוגשאפט פון א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:23 |
|
| |
די אהרונים קאסט א לאך ווען מען שרייבט הגה"צ אויפן זענטא רב
סאטמארער חסידים קוילערן זיך פון געלעכטער ווען מען שרייבט הגה"צ אויף ר' מענדעלע...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:20 |
|
| |
איך גלייב דאס עניוועי נישט, ווילאנג ברילל באשטעטיגט דאס נישט פאר ר' יואליש מרגנשטערנען פארנט פון יוסל וואלדמאן'ס ווידיא מאשין.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:11 |
|
| |
עס טוט וויי שרייט מען, אוי ווי עס טוט וויי!
לאמיר נאכאמאל איבער'חזר'ן די ווערטער:
-- איך מוז מוחה זיין אויף דעם, און איך וויל ענק איבער זאגען וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד" --
|
|
|
|
|