נישט חלילה עס איז שייך אפצופרעגן די הייליגע רייד, פונעם ''קודש הקדשים'' מזענטע זאל זיין געזינט און פריש,
נאך א קליינע קאמענטאר,
עס איז ידוע אז רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, האט זיך מוסר נפש געווען געווען, לוחם צו זיין מיט די מחבלי כרם השם צבאות, דער כת הידוע לשמצה, די ג'אסור'טע ''בני יואל'', ער האט לוחם געווען קעגן זיי בחירף נפש, ער האט געהאלטען אז זיי מאכען חרוב אז וואס דער הייליגער רבי זי''ע האט אויף געבויעט,
און פארשטייט זיך אז די שקצים, האבן פארן ברך משה זי''ע געטרינקן דאס בליט, אויף א פארנעם, וואס איז ניטאמאל שייך ארויסצוברענגן אויף פאפיר, די שקצים האבן זיך פארגארנישט אפגעשטעלט כדרכם,
ויהי היום, ר' זלמעלע קימט קיין וויליאמסבורג, ער האט נאך ניטאמאל, אנגעווארמט דאס א''ג רבנות בענקל, זיינע ספרים, ליגן נאך און ירושלים פארשטויבט, ניטאמאל קיין שו''ע יו''ד האט דער מן הארץ געהאט אונדערהיים, שטעלט ער זיך אויף האלטען א דרשה וואו פאלגענד:
'' די אלע וואס מיין טאטע האט ארויסגעווארפן, און געאסערט, איז לא מעלה ולא מוריד, פארוואס? ווייל זיי זענען גאר געווען זיינע גוטע פריינד, איי זיי האבן אים יעדן טאג געשאלטען מיט טויטע קללות,? נא! דאס איז געווען אהבה מסתרת, '' ביז אהער איז די רייד פון דעם בועט באביו ר' זלמעלע,
אלזא, זענטער רב היכה? וואו זענען דיינע פערל'דיגע דברי מחאה? כלל ישראל האט געווארט צו הערן א מחאה דרשה פון זענטע רב, אז זיי קליינע ברידער מאכט חרוב אלעס וואס זיין פאטער האט אויף געשטעלט, און זיך מוסר נפש געווען דעראויף, וואס האט מען געהערט אנשטאט דעם? מען האט געהערט ''מתת' דייטש ימ''ש'' חוץ פון דעם האט מען פון מלכות זענטע גארניקס געהערט, הייתכן?