לויט ווי איך האב געהערט פון א קראנטע מקור (א באגלייבטער אינגערמאן וואס האט געהערט אין אפיס פון א געוויסע לויער) ווארטן פרייליכע טעג אין קרית יואל.
בני יואל איז אריין אין די לעצטע פאזע פון אריינטראגן אין געריכט די שפיל פונם ווילידש וועלכע מאכן ליצנות און לאזן קהלת בני יואל רעדן צום וואנט בנוגע דאס באשטעטיגן דעם סייט פלען פאר די רבצינס שול. בני יואל איז איבערצייגט אז די ווילידש וועלכע איז א חלק פונם אמעריקאנער רעגירונג דיסקרימענירט קעגן זיי, און דאס איז באשטעטיגט אויף שטארקע פאקטן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע האלבע יאר.
לויט ווי בני יואל קוקט אן די זאך וועלן זיי ארויסגיין מיט לכה"פ אזא נצחון וואס קהל חרדים איז ארויס נאך דעם וואס די ווילידש האט דיסקרימענירט קעגן זיי.
בני יואל האפט אז מיטן געווינען א "לאו סוט" וועלן זיי - חוץ עפענען צוריק אויך - פארדינען גענוג געלט צו קענען צובויען אויך, אזוי ווי חרדים האט אפגעצאלט פאר די קאנטראקטערס מיט געלט וואס זיי האבן באקומען פון די ווילידש נאכן געווינען די קעיס אין קארט.
בני יואל זאגט אז לפנים משורת הדין האבן זיי א היתר בי"ד וועלכע פעלט באמת נישט אויס צוליב דעם וואס "די ווילידש" איז א געזעצליכע רעגירונג אפטיילונג וועלכע איז אינטערגעווארפן דעם אמעריקאנעם געזעצן און נישט אינטער קיין שום בי"ד. פארשטייט זיך אז די אהרוינים וועלן נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט, זיי וועלן כדרכם פייטן ביזן סוף מיטן קאפ אין וואנט אריין טראץ דעם וואס זיי ווייסן אז בני יואל א שטארקע קעיס און זיך אליינס אריינלייגן אין צרות און דערנאך שרייען מוסרים. אפיציעל הייסט דאס אז די עקשנות קומט פון רבי'ן אליינס.
פאר ווער עס געדענקט נישט: די לעצטע קעיס אין קארט האט זיך גענדיגט מיט דעם וואס קארט האט באשטעטיגט אז די שטח געהערט פאר בני יואל און די אהרוינים האבן קיין שום בעלות דערויף. מיט דעם צוזאמען האט דער שופט צוגעלייגט אז מען קען דאס פלאץ נישט ניצן אלס א ביהמ"ד צוליב דעם וואס עס איז פארשריבן אלס א "רעזידענטשל פראפערטי" נאר בני יואל דארף אריינגעבן א "סייט פלען" צו די ווילידש אזוי ארום צו באשטעטיגן דאס מקום אלס א ביהמ"ד.
אזוי האט טאקע בני יואל געטון, זיי האבן ארייגעגעבן די פארלאנגטע פאפירן קודם האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ווילידש האט בכלל נישט פארמאגט דעם דיפארטמענט וואס דארף זיך אפגעבן מיט אזעלכע סארט פארלאנגען (א חסידישע מלוה מלכה...) דעריבער האט די ווילידש געבעטן נאך צייט ביז זיי וועלן קענען פארמירן אזא דיפארטמענט, מיט דעם האבן די ווילידש בערדע געהאפט צו קענען שלעפן צייט. אבער די בני יואל עסקנים האבן געפינען אין געזעץ אז אויב געפינט זיך נישט אין די ווילידש אזא דיפארטמענט קען מען פארלאנגען די סארט באשטעטיגונג פונם טאון, דעריבער האט די ווילידש זי אינטערגעיאגט אהערצושטעלן אזא דיפארטמענט נישט וועלנדיג בני יואל זאל זיך ווענדן צו די טאון אוף מאנרא. תיכף נאכן פארמירן דעם דיפארטמענט האט בני יואל ווידער איינגעגעבן די פאפירן און הפעם צום ריכטיגן דיפארטמענט, אבער די ווילידש מאכט זיך נישט וויסענדיג. דערווייל איז אפגעלאפן דעם טערמין אין וועלכע די ווילידש האט געדארפט ענטפערן און קיין תשובה איז נישט געקומען.
אין די "גאר" נאנטע טעג קומט אן די טערמין אין וועלכע בני יואל קען געזעצליך איינגעבן א אנקלאגע (די געזעץ לויטעט אז 30 טעג נאכן אפגעלאפענעם טערמין קען מען איינגעבן א קלאגע) בני יואל איז נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט און געווארט ביז צום לעצטן מינוט נאר תיכף ווען די טערמין איז אפגעלאפן און א תשובה איז נישט געווען האבן זיי אנגעהויבן צוגרייטן די קלאגע וועלכע ווי שוין דערמאנט קען מען איינגעבן אין די "גאר" נאנטע טעג.
עס האט מיר גאר שטארק באיינדריקט די קלוגע און "שטילע" מהלך פון בני יואל, איך קען זיך פארשטעלן פארוואס זיי האלטן דעם גאנצן געשעפט בסוד. אבער זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אזוי ווי עס האט אויסגעזען אז בני יואל זיצן באפאטשט... זיי פארן גוט. איך קען אייך צוליב פארשטענדליכע סיבות נישט פארציילן צו וועלכע זייט די לויער געהערט.
תוקן על ידי נפל ב- 11/04/2010 23:18:41
נשלח ב-12/4/2010 03:27
נייפעל, א קליינע פראגעלע, אויב למשל סיעפענט זיך א פעדעראל קעיס וועגן דעם רעבעציןס הויז אין חלילה וחס ס'וועט זיין שטנא נצח אין די בני המן וועלן גאר פארלירן בכלל דאס גאנצע הויז, (ווייסט דאך אז ביים קארט קען מען קיינמאל נישט אויסרעכענען) ווייל אפשר וועט דער פעדעראל דזשאדזש יא אנעמנען די עפידעווידס אז דער גאנצער דיד איז געווארן איבערגעשריבן מיט זיופים, וויל איך וויסן צי דעמאלטס וועט רבי דוד עקשטיין שליט''א אויך זיין א מסור?,
נייפעלע פראקלאמירט שוין א וויקטארי, לויט עם האבן די בני המן שוין געווינען אזש אז ער פארשטייט גארנישט וויאזוי די ווילידזש פארט מיטן קאפ אין וואנט, איי וויאזוי קלאגט מען אן א געווינס מיר ווייסן דאך אז דער איד האט שטארק טראמפייטערט מיטן גיוואלדיגן ניצחון וואס די בני המן האבן געהאט, נו, פארוואס קלאגן זיי שוין ווייטער? נאר גיי פרעג א קשא אויף א נייפעלע.
אין איך האלט אז סאיז א רשעות אין לשער, די "קליגע" בני המן האלטן דאס אזוי שטארק בסוד אזוי אז סהאט דיך פשוט באיינדריט אין די ביסט א הולך רכיל ומגלה סוד, דאס הייסט א טיפיקל זאלי רשע.
נשלח ב-12/4/2010 05:54
גערעכטער1 כתב:
נייפעל, א קליינע פראגעלע, אויב למשל סיעפענט זיך א פעדעראל קעיס וועגן דעם רעבעציןס הויז אין חלילה וחס ס'וועט זיין שטנא נצח אין די בני המן וועלן גאר פארלירן בכלל דאס גאנצע הויז, (ווייסט דאך אז ביים קארט קען מען קיינמאל נישט אויסרעכענען) ווייל אפשר וועט דער פעדעראל דזשאדזש יא אנעמנען די עפידעווידס אז דער גאנצער דיד איז געווארן איבערגעשריבן מיט זיופים, וויל איך וויסן צי דעמאלטס וועט רבי דוד עקשטיין שליט''א אויך זיין א מסור?,
חלה דעקעלע....אין וואס וועסטי זאגען אויב דער פעדעראל דזשאדזש וועט איינזען אז די רבי האט יא ארויס געווארפען בערעלע פרידמאן...אין אז סאיז נישט קיין רעלידזשעס ....אין וואס וועסטי זאגען אז א פעדעראל דזשאדזש וועט איינזען אז די בינין המתיבתא איז געגאנבעט....אין ר' לייבש לעפקווייטש ע''ה האט עס קייןמאל נישט איבער געשריבען....אין וואס וועסטי זאגען אויב דער פעדעראל דזשאדזש וועט איינזען אז ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא....(ווייסט דאך אז ביים קארט קען מען קיינמאל נישט אויסרעכענען)......אזא פנים האט דיין צידרייטע הסבר אז די בני יואל קענען נאך פארלירען די הויז! האק דיר עס ארויס פין קאפ! דער טענטער....וועט שוין קיין חנוכה לעכט אין דעם הויז נישט צינדען.....אין א קעיס וואס מען האט פארלוירען אין די סטעיט קארט קען מען נישט איבערמאכען אין פעדעראל קארט דאס הייסט דאבעל טרייעל.....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 12/04/2010 05:55:03
נשלח ב-12/4/2010 16:55
שוטה שבעולם, די פארשטייסט צום סיסטעם פינקט ווי דיין רבי פארשטייט א פסוק חומש, די פעדעראל גאווערמענט איז נישט משועבד צו די סטעיט געזעצן, און נישט איינמאל האט די פעדעראלע קארט געפסקעט פארקערט ווי די סטעיט קארט, למעשה ווייס איך נישט וואס סגייט ארויס קומען אין ס'איז טאקע נישט מסתבר אז עפעס גייט זיך טוישן אין נייעם קארט, אין אלעס גייט זיין זיין -ווי שאול תחתית האט פארשפראכן- "אלעס בלייבט ביים אלטן" איך האב נאר געשריבן פאר דעם צודרייטן נייפעלע וואס שטראלט שוין פאר שמחה מיט דעם בני המנס געווינס, אין ער מיינט אז דער ווילעדזש האט נישט קיין לויערס אדער אז זייערע לויערס פארשטייען נישט דאס וואס נייפעלע פארשטייט.
אגב, מיינס באמת אז אונזער רבי שליט''א חלעשט אזוי שטארק צי צינדן חנוכה לעכט איןדי קרעטשמע?, ער איז גרייט אויפציגעבן די גרויסע בית המדרש וואס איר ריפט די ווייסע שוהל, ער וועט אויפגעבן זיין הויז אויף צאנז קארט אין איז גרייט אויפציגעבן זיין הויז אויף אוהעל קארט אלעס נאר צי צינדן חנוכה ליכט אין די קרעטשמע?, פערדישקייט האט טאקע נישט קיין שיעור?, אפשר נישט ביי די זאליס ווייל ביי זיי איז דאס נעבעך א געבארטס פעלער.
נשלח ב-12/4/2010 18:15
גערעכטער
דיין תגובה האט א פנים בערך אזוי ווי די זאלסט זאגן "די מקווה איז יא געווען הייס"... די קעיס וואס גייט יעצט גיין צום געריכט האט קיין קשר צום בעלות אויף דעם פראפערטי, עס איז א דיסקרימינעשאן קעיס ווי איינער האט אריינגעגעבן פאפירן צו די בילדינג דיפארטמענט פאר אן עפראוועל אויף א "סייט פלען" און די בילדינג דיפארטמענט מאכט זיך נישט וויסענדיג צוליב דעם וואס דער אפיסער וואס באהאנדלט דעם קעיס האט א שנאה צו דער וואס פאדערט אן עפראוועל. די בילדינג דיפארטמענט האט קיין רעכט נישט אריינצורעדן אינם בעלות פונם בנין זייער אויפגאבע איז ארויסגעבן עפראוועלס פאר די וואס זענען נאכגעקומען אלע פארשריפטן.
נשלח ב-12/4/2010 18:33
אין די האלסט באמת אז דער ווילידזש וועט ענטפערן אז זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג ווייל זיי האבן א שנאה? שערי תירוצים לא ננעלו, זיי וועלן זיכער האבן אפאר דאזן תירוצים פארוואס זיי האבןנאכנישט גענטפערט, אין לאמיר זען צי דער קארט וועט דאס אנעמען אדער וועלן זיי צווינגען דעם ווילידזש יא צי ענטפערן, אבער פון א געווינס האלט איר נאך זייער ווייט, מעגליך אז ביים סוף וועט איר טאקע יא באקימען א פערמיט פאר א בית המדרש, נו, איז דאס טאקע אזא גרויסער ניצחון?, דאס בית המדרש שטייט שוין דרייסיג יאר אין סהאט קיינעם נישט געבאדערט, איר האט געקלאגט פארן בעיסמענט און פארן דאך, און דאס לויט דיר איז נישט דער מדובר אין דאס קען מען אין דעם קעיס נישט רעדן, אלזא בלייבט איר מיט א מעכטיגן פארלוסט.
נשלח ב-12/4/2010 18:34
גערעכטער1 כתב:
שוטה שבעולם, די פארשטייסט צום סיסטעם פינקט ווי דיין רבי פארשטייט צי א פסוק חומש
שוטה שבעולם, די פארשטייסט צום סיסטעם פינקט ווי דיין רבי פארשטייט צי מצות...אין צי בהמות...
די פעדעראל גאווערמענט איז נישט משועבד צו די סטעיט געזעצן,
זיי זענען טאקע נישט משועבד צי די סטעיט געזעצן אבער זיי זענען יא משועבד צי די קאנסטעטאציע אין סאיז קלאר א קעגען די קאנסטעטאציע איבער צי מאכען א קעיס צווי מאל! אז מען האלט אז סאיז א פעדערעל קעיס דארף מען גיין אין פעדרעל קארט אין די פירסט פלעס...מען קען נישט גיין אין סטעיט קארט אין פארלירען אין נאכדעם שרייען יעצט וויל איך גיין אין פעדערעל קארט..אין דעס איז די איינציגסטע טעם פארוואס ענק זענען נישט געגאנגען אין פעדרעל קארט נאך ענקער גרויסער געווינס אין אלבני....
און נישט איינמאל האט די פעדעראלע קארט געפסקעט פארקערט ווי די סטעיט קארט, למעשה ווייס איך נישט וואס סגייט ארויס קומען אין ס'איז טאקע נישט מסתבר אז עפעס גייט זיך טוישן אין נייעם קארט, אין אלעס גייט זיין זיין -ווי שאול תחתית האט פארשפראכן- "אלעס בלייבט ביים אלטן"
איז דען נישט אלעס ביים אלטען? ראדני...בית המדרש החדש....בית החיים.. פארגעס נישט סאיז דא א הירונג אין פיר וואכען ארום..אין טראץ ענקערע אלע געבעטען אין וויינערייען צים ריכטער אז ער זאל ארויס ווארפען די קעיס ווייל אלעס בלייבט ביים אלטען..האט ער זיך אויס געלאכט פין ענק...אין מען גייט ווייטער מיט די קעיס...
אגב, מיינס באמת אז אונזער רבי שליט''א חלעשט אזוי שטארק צי צינדן חנוכה לעכט איןדי קרעטשמע?, ער איז גרייט אויפציגעבן די גרויסע בית המדרש וואס איר ריפט די ווייסע שוהל, ער וועט אויפגעבן זיין הויז אויף צאנז קארט אין איז גרייט אויפציגעבן זיין הויז אויף אוהעל קארט אלעס נאר צי צינדן חנוכה ליכט אין די קרעטשמע?
סארי זיי נישט ברוגיז..דא מיז איך לאכען...דיין רבי דארף נישט די הויז.... וואס? זאג נאר שעפעלע וויפעל געלט האבען ענק געספענד אין קארט צי האבען דע קליינע הייזקעלע....
אלזא דער הויעכגעשעצטער ריכטער נייפעל האט ארויס גיגעבן זיין אורטייל אז "קיין תירוצים העלפט נישט" סי האט גיהאלפן ביים בית החיים סי האט גיהאלפן אין בארא פארק סי האט גיהאלפן ביים סקול דיסטריקט אין סי האט גיהאלפן ביים פייפ ליין, אבער אינזער מעדזשיק האט זיך גיענדיקט, נייפעלע וויל נישט וויסן פין קיין תירוצים, אין מארגן איחנדערפרי ווערט צירוק גיעפענט דעם ווערצהויז, מען גייט מיט גרויס פאמפע צירוק טראגן די ספרי תורה, רבי דוד עקשטיין ווערט אויס מסור, פאלאקס לאט ווערט פארשפארט, אין מען גייט אראפנעמען די קייטן פין זרילעס זיץ, אלזא אלעס בלייבט ביים אלטן,
נשלח ב-12/4/2010 20:41
אנטשולדיגט גערעכטער איך האב געמיינט אז איך שמועס מיט א ערוואקסענער, זיי מיר ביטע דן לכף זכות איך ווייס נישט ווער עס שטייט אינטער א אנאנימע ניק, מהיום וועל איך שוין אכטונג געבן.
נשלח ב-12/4/2010 20:57
גערעכטער1 כתב:
רבי דוד עקשטיין ווערט אויס מסור,
לויט ווי איך פארשטיי איז ער א מסור לויט די פסק פין דח רבנים אין ק"י ווייל ער האט אריין געבען א מסירה ממילא ווערט ער נישט אויס מסור ווען סווערט צוריק אפען