צו געבן א שטיקל השגה וואס איז "לעצטנס" געטוישט געווארן דארט? וואס גייט יעצט פאר?
פאלגענד איז מיין אישי מעסעדש פאר די דארטיגע שרייבער מיט בערך א וואך צוריק:
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,
דערמיט טוה איך ערקלערן ברבים מיין טאטאלע רעזיגנאציע פון די קינדער-פארום "אידישע געדאנק". און פאלגענד איז מיין ערקלערונג: עס איז קיינעם נישט קיין סוד ווער די שרייבער אין יענעם פארום זענען. ילדים קטנים איז זייער א מילדער טיטל. לדוגמה: יוסל וואלדמאן האט דארט א ניק ידוע. איך קען זאגן בפה מלא, איך וואלט אים צוגעצאלט א וועכענטליכע געהאלט ער זאל שרייבן "וואס אפטער". און אזוי אויך מיט די אנדערע טפשים דארט, עס איז דאך ממש א נחת צו זעהן ווי זיי דעקן אויף זייער געמיינען פרצוף לכל באי שערי האינטערנעט.. איך וואלט מיך געטרויעט צו זאגן, עס איז נישטא פאר אונז קיין בעסערע זאך ווי זייער פארום! נאר וואזשע דען, עס מאכט זיך אמאל אז ס'איז דא א נושא וואס איז אינטערסאנט צו דעבאטירן מיט זאליס, ווי למשל די סידור קידושין נושא, וואס דארט בין איך אריין אפצוענטפערן זייערע פוסטע נארישקייטן, און ווער עס האט מיטגעהאלטן איז נישט געווען קיינער דארט וואס האט געהאט עפעס זאכליך מיר אפצוענטפערן. איך קען זאגן מיט א שטאלץ אז אין יעדע נושא וואס איך האב אריינגערעדט דארט איז נישט געווען קיין בעסערער ענטפער פון זייער זייט, עפעס מער ווי "חלה דעקל" וכדו'... און, איך מוז צולייגן, אז איך האלט בשיטה אז ווילאנג איך בין דארט געווען האט זייער פארום גראדע יא באקומען "א שטיקעלע" פנים. עס איז כאטש געווען איין מענטש וואס האט פרובירט צו פירן שמועסן "ארום א נושא" מיט א נארמאלקייט. אבער: וואונדער איבער וואונדער! די ערוואקסענע (...) ניק'ס דארטן האבן אנגעהויבן פארפירן אז פייוו בארא "ברענגט אראפ דעם פארום"! יא, איר ליינט גוט. יוסל וואלדמאן מיט זיינע שותפים וועלכע קומען יעדן טאג ארויס מיט פרישע נארישע קינדישע אטאקעס, מיט ריזיגע באלד אותיות, זיי זענען די מער באזעסענע דארט.. און איך בין דער וואס "ברענגט אראפ" דעם פארום. נו, האב איך אבער געמיינט אז דער מנהל דארט האט יא עפעס מער שכל, אפשר איז ער שוין יא א גראדואירטער. האב איך אויך א גרויסן טעות געהאט. זינט זיי האבן אנגעהויבן מיט זייערע הארציגע בקשות האט זיך דער מנהל צוגעהערט צו זייער געוויין, זייענדיג אויך איבערצייגט אז עס טויג נישט אינגאנצן... איינער שרייבט דא צופיהל טרוקענע פאקטן אן קיינע השמצות... דא קען מען נישט אזוי.. האט ער אנגעהויבן מעקן יעדע צווייטע תגובה וואס איך האב געשריבן. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דאס איז געמאסטן געווארן וועלכע צו מעקן און וועלכע נישט, ווארשיינליך איז פארגעקומען מיטונגען אין 152 ראדני דערוועגן... עכ"פ, יעדע תגובה וואס איז געווען "צו גוט" - ווי מ'זאגט – איז אפגעמעקט געווארן. נו אויב אזוי, פרעג איך אייך, פארוואס זאל נאך א ארוני שרייבן דארט?? אויב ווערט אפגעמעקט דאס וואס זיי שמעקט נישט, נו פארוואס זאל איך זיי צושטעלן די צווייטער האלבע?... ומכאן הקריאה יוצאות צו אלע (געציילטע) היימישע ניקס פון דארט בהוה ובעתיד: לאזט אייך ארויס פון דארט! שרייבט נישט, ווייל ס'איז נישטא פארוואס... אויב האב איך אמאל געמיינט אז עס איז דא א מקום חושש צו זיין אז איינער וועט ווערן אנטציקט פון זייערע באבקעס, בין איך היינט קלאר און טיף איבערצייגט אז קיינער ווערט נישט נשפע פון זייערע געמויזעכצער. אפגערעדט פון די ילדים דארטן, נאר אפילו פון די איינצעלנע בעסערע שרייבער, איז שוין אויך א בחינה פון יבואו אלו ויעידו על אלו... דאס מערהייט שרייבער פון די פארום, דאס אויסערליכע אויסקוק פון דעם פארום, דאס רעדט פאר זיך אליין! ווער עס פאלט נאר אריין דארט איינמאל בטעות, זעהט גלייך פון ווען עס רעדט זיך... און אדרבה, ווילאנג זיי זענען אליינס, אן אונז, איז זייער פארום א כבוד פאר אונז! ובזה יצאתי ידי חובת הצעה.. בברכת הצלחה וברכה.
 |
|
|