בית פורומים אידישע געדאנק

הויפט אשכול - חילול הקברים - אשקלון - תש"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/4/2010 18:18 לינק ישיר 
הויפט אשכול - חילול הקברים - אשקלון - תש"ע

די עדה החרידית האט אינטערגענומן א שטורעמישע מערכה קעגן אויסגראבן קברים אין אשקלון צוציבויען א בונקער עמערדשענסי רום צו די ברזילי שפיטאל נאכדעם וואס זיי זענען פאריאר באטראפן געווארן פון טעראריסטישע ראקעטן.


פון אנפאנג האט מען שוין געהאט אויסגעפועלט אז מען זאל עס בויען אויף די אנדערע זייט ווי ס'איז נישט דא קיין קברים אבער די פרייע האבן געפערליך פארפירט און געלייגט דרוק ביז די פרעימיער מיניסטער האט זיך אריינגעמישט און צוריקגעדרייט די פלענער און מען זאל יא אויסגראבן די קברים, לאור דעם גרייט זיך די עדה אויף א גרויסע מערכה מיט הפגנות אויף קומענדיגע וואך ווען זיי פלאנען צו אנהייבן גראבן, לויט ווי ס'הייסט יעצט וועט זיך דער גאב"ד אליין באטייליגען ביים ערשטן הפגנה,
ובשם השם נעשה ונצליח!


תוקן על ידי המהדרין ב- 15/04/2010 19:00:06




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2010 09:24 לינק ישיר 

דא האט איר עס אויף 'וואסאיזנייעס' צוויי טאג שפעטער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2010 19:24 לינק ישיר 

די הפגנה איז למעשה געווארן אפגעשטופט מיט א פאר טאג צוליב וואס די ערשטע דאטום וואלט אויסגעקומען ה' אייר און די הפגנה וואלט וועהן אויסגעטייטשט געווארן אז ס'איז סתם אקעגן די מדינה און יום העצמאות און נישט קעגן די חילול קברים און ס'וואלט נישט געהאט דעם ריכטיגן אפעקט,

אין די נאציענאלע נייעס באריכטן זיי אז די אפשטופונג האט צוטוהן מיטן בריוו וואס די ארגעניזאציע יד לבנים האט געשיקט צום גאב"ד (ווי שוין געשריבן דא), ס'איז אינטערעסאנט נאכצוברענגען א חלק דערפון,

'אתמול בערב (ה'), התקשר הגאב"ד אל מנכ"לית 'יד לבנים', גב' רחל לניאדו, והודיע כי לא תתקיים עצרת ולא יהיו הפגנות ביום הזיכרון לחללי צה"ל, וכי כל פעילות מחאתית סביב ההחלטה לפנות את הקברים במתחם בית החולים 'ברזילי' באשקלון, תידחה עד לאחר יום הזיכרון לחללי צה"ל, וזאת בגלל שהוא מכבד את זכר הנופלים ומתחשב ברגשות משפחותיהם. בנוסף, אמר גאב"ד העדה החרדית למנכ"לית יד לבנים, כי הוא מצטער מאוד על אי ההבנה שנוצרה, מה שגרם לראשי 'יד לבנים' לחשוב, כי 'העדה החרדית' מזלזלת בזכר החללים. "חס וחלילה מלחשוב כך", אמר הגאב"ד.'

כ'גלייב אז די נטורי קרתא האבן שוין טענות...


תוקן על ידי jwriter ב- 16/04/2010 19:26:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2010 19:32 לינק ישיר 

יעדעס יאר איז דא א טאג ווען די ציונים פארצייכענען און פראווען א חגע פאר די פארשטארבענע זעלנער, אזוי ווי אין אמעריקע איז דא "מעמאריעל דעי". פארשטייט זיך אז די מנהג איז א מנהג הגוים און האט מיט תורה און אידישקייט קיין שום קשר. אלס א חלק פון די חגא הערט זיך אין גאנץ ארץ ישראל א פייף, בשעת די פייף דארף יעדער זיך אפשטעלן און בלייבן "קלאצן" פאר 60 סקונדעס אלס זכר פאר די טויטע זעלנער. די דרייווער'ס וואס פארן אויף די הייוועי ריקן איך אריין אין די שאולדער'ס און פארקן די קאר וכדו'

עס איז דא א מדינישע ארגאניזאציע וועלכע גיבט זיך אפ מיט אלע ענינים וואס האבן קשר מיט פארשטארבענע זעלנער, דער יושב ראש פונם ארגאניזאציע איז געווארן זייער באזארגט אז היות עס וועלן פארקומען פראטעסטן במשך דעם יום הזכרון וועט דאס גורם זיין א חילול חגא און אסאך מענטשן וועלן זיך רירן בשעת'ן פייף, אזוי אויך איז ער "שטארק באזארג" אז די בילדער ווי אינגלייט ווערן צושלאגן דורך פאליציי און די נייעסן ארום די פראטעסטן וועלן דעמאנירן דעם טאג און דער עולם וועט "פארגעסן" צו זיין פארנומען מיטן "יום הזכרון".. האט ער אפגעשריבן א חוצפהדיג בריוו צו כ"ק גאב"ד העדה החרדית שליט"א כאילו זיי האבן געלערענט צוזעמען אין חדר.

דער כופר אלי בן שם שרייבט אינם בריוו:

אין די טעג וואס דאס פאלק נעמט זיך צוזאמען אלס איין משפחה און קעגן אירע אויגן געפינען זיך די משפחות וואס האבן פארלוירן זייערע טייערע קינדער אין מלחמה צו שיצן אויפן געבורטס לאנד. ווענד איך זיך צו דיר אין נאמען פון עלטערן וואס האבן פארלוירן קינדער און זענען צוקאכט צוליב די הפגנות וואס זענען געפלאנט. איך בעט דיר זאלסט האנדלען מיט געפיל און אפשטיפן די הפגנות וואס זענען געפלאנט אויפן יום הזכרון צו א שפעטערע צייט. איך בעט פון דיר זאלסט נישט פארגעסן אין וועמענס זכות מיר לעבן דא אין ארץ ישראל.

עד כאן פונם בריוו

פאר דעם שגץ איז נישט געקומען אויפן געדאנק צו שיקן א בריוו צו די ארכילאגן אז "זיי" זאלן אפשטיפן די גראבינגען אויף א שפעטערע זמן! און ער ענדיגט זיין בריוו מיט חוצפה כאילו מיר לעבן היינט אין ארץ ישראל נאר בזכות פון די מיליטער עפ"ל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 18:54 לינק ישיר 




תוקן על ידי jwriter ב- 15/04/2010 19:23:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2010 18:53 לינק ישיר 

בייגעלייגט איז א בריוו פון א ציוניסטישע ארגעניזאציע און אשקלון צום גאב"ד אפצושטיפן די געפלאנטע הפגנה קעגן חילול קברים צוליב מורא אז זייער זכרון צערעמאניע פאר די הרוגי חיילי צה"ל וועט פארלירן העדליינס צוליב די העדליינס וואס די הפגנות וועלן מאכן,

ליינט און שטוינט ווי זיי שעמען זיך ניטאמאל צו שיקן דעם בריוו..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הויפט אשכול - חילול הקברים - אשקלון - תש"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext