נשלח ב-15/4/2010 19:21
שטארקע דראפ אין סעילס ביי שמיציגען א' נגף ''דער איד'' ווי באקאנט, האט די לעצטע שטיק צייט, דער צייטונג ''דער איד'',אנגעהויבן צו זעהן א שטארקע דראפ אין סעילס, מענטשן האבען עס פשוט אויפגעהערט צו קויפן.
(דאס איז שוין נאכדעם וואס אסאך מוסדות אין עטליכע ביזנעסער האבען אויפגעהערט א חלק נאר למחצה ולשליש ולרביע צו אדווערטייזען דארט,)
א גרויסער עולם פין די המון עם וואס פלעגן עס וועכענטליך קויפן האבען אויפגעהערט
די סיבה דערצו קען זיין עטליכע, אבער וואס עס קומט די ערטשע אפען געדענק, איז די פשוט'סטע סיבה, א נארמאלער מענטש וועט נישט גלייכען אריינצעמן א צייטונג וועלכע האסט יעדע וואך שנאה אין מחלוקת קעגן אייגענע ברודער אויף אזא גרויליגער פארנעם, זיי האבען נישט גערעדט קעגן סיי וועלכע ציוניסטיטשע קרייז אזוי געמיין אין עקעלהאפטיג ווי קעגן יעדער וואס האלט זיך מיט די ארונים,
די דארטיגע שרייבער ווערן דארט פין ביליגע צייטונג שרייבער גאנצע ''פוסקים'' אין ''בעלי השקפה'', אין איין וועג גיסען גיפט אין האס אויף א פארנעם וואס ס'עקלט יעדן נארמאלען מענטש, אזש געוויסע ליבעראלע זאלי'ס האבען עס אויך אויפגעהערט צו קויפן, עס שטייגט שוין באלד איבער די זאלי'ס פארום פין היידפארק.
עס איז כדי צו באמערקן אז זינט דער יעצטיגער פירער פין דער איד, האט עס איבערגענומען האט שוין סאטמאר געהאט אסאך מערכות, צווישען אנדערע קעגן פרומע אין פרייע ציונים אדער קעגן די ג'אסר'ט בני יואל אד''ג, אבער די צייטונג איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא נידרעיגע שטאפעל ווי היינט, כידוע.
אין דאס ברענגט זיי א שטארקע דראפ אין סעילס,
אבער אנשטוט צו קיין פארעכטן אין זיך אביסל נארמאלעזירן, גייט ער ווייטער מיטן קאפ אין וואנט אריין
איינזענדיג די שאדען האבען זיי אפגעמאכט אז מ'גייט אריינלייען גרויסע כוחות אין זייער צייטונג מיט ריזינגע קינדער אין פרויען אין תורה אפטיילונגען, , אין ער נעמט זיך אינוועסטירן געלט אין אנדערע קינדערישע אין ווייבערישע אפטיילונגען, מיטן דעקל אין די ברייט, אלעס ביזן מתקן זיין די עיקר.
עס בלייבט זיי איבער צו וואינטשן ''כאשר החלותה לינפול'' כו'
עס איז כדי צו באמערקן אז דער בלאט וועלכע האט טראץ איר יונגער עקזיסטענץ אסאך א שטערעקע קאסטומערס באזע, קען אויך טרעפן צומאל בייסיגע ארטיקלען קעגן די זאלי'ס, אבער פארט וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז מיט א מאס, אין נאר אין א פאל וואס זיי ווילן איינעם אפענטפרן אדער מוחה זיין אד''ג, אין רוב מאל וועט עס זיין אין א באזינדערע אפטיילונג מיט געמאסטענע ווערטער, אן קיין גיפט,
תוקן על ידי היראים ב- 15/04/2010 19:23:21
נשלח ב-19/4/2010 02:39
לויט ווי איך הער האט דער ניו יארק טיימס, וואשינגטאן פאוסט, וואל סטריט זשוירנעל נאכגעמאכט דעם בלאט...
נשלח ב-19/4/2010 00:20
ניין דוד'ל די פאזלעך איז פין די איינציגסטע זאכען וואס איז אים אליין בייגעפאלען אלע אנדערע נייע איידיעס ווי בילדער, וועכענטליכע ארטיקלען, נייעס אין אפטיילונגען, וכו' האט ער נעבעך נאכגעמאכט פינעם יונגערען צייטונג ''דער בלאט''
נשלח ב-16/4/2010 22:05
עפעס סאדערט דעם היראים די קינדער פאזלען
זעט אויס אז זיינע קינדער פאדערן עס פון אים, און איז להשמיד אויפן איד אנשטאט ער זאל דאס פאדערן פון מיילעך דייטש און שמואל משכיל
איך האלט אז דו זאלסט מער נישט שיקן דיינע קינדער אין גראסערי וועלן זיי עס ניטש זען
נשלח ב-16/4/2010 20:37
אבראהאם כתב: אין בארא פארק פאקויפט זיך ממש נישט קיין איד.
דער איד פארנימען נאר מיט די סאטמערע פאליטיק אין בארא פארק איז דעס נישט קיין ארטיקל
אין ווידעראום דער בלאט דעקט א אסאך שענער אנדערע חסידות'דער ווי דער איד, זיי האבן נאך די אלטע מאנטאליטעט אז מען טאר נישט קיינעם גוט דעקן, דער בלאט דעקט א יעדן איינעם לויט זייער געשמאק.
אין ב''פ איז דער איד קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקעל
דארט איז די צייטונג אייביג געווען גאנגבאר, אין היינט אויך דער בלאט
רוב קאפיעס פין דער איד ווערן היינט פארקויפט אין וומ''ס אין אמאל פלעגט אויך ווערן פארקויפט אין ק''י
ער פראבירט טאקע צו מאכען די אלע פאזלעך אין קעסטל רעטענישן אז די קינדער זאלען עס פארלאנגען אבער יעדע נארמאלער טאטע ווייסט אז האס אין גיפט אויף אזא פארנעם, אויף זיידע באבע/פעטער מומע/ ברודער שוועסטער/ היימישע אידן פין ביהמ''ד איז סם פאר די קינדער
עס איז כדי צו באמערקן וואס מאנכע גראסערי'ס זאגען, עס וועט זיך זייער זעלטן מאכען אז מ'זאל זעהן אן אהרוני קויפן דער איד.
די זאלי'ס וועט מען יא זעהן קויפן אויך דער בלאט (אסאך פארענטפרן זיך אז די ווייבער דארפן עס כו')
נשלח ב-16/4/2010 19:27
דוד LOL
נשלח ב-16/4/2010 19:21
אבראהאם
לויט ווי איך הער דעליווערט מען שוין נישט קיין איד אין בארא פארק ווייל עס לוינט נישט...
דו דעמאנסט מיך מיט א יונגערמאן וואס איז אריין אין א גראסערי סטאר דעם ערב פסח און זעט נאר דעם בלאט, רופט ער זיך אן פאר זיין חבר "אין עטליכע סטארס האב איך דאס שוין געזען, קוק ווי מען פארקויפט שוין נישט דעם איד אין די סטארס"...
רופט זיך אן דער פארקויפער מיט א שמייכל "יא, מען פארקויפט עס שוין נישט יעצט ווייל עס איז שוין אלעס אויסגעגאנגען"...
נשלח ב-16/4/2010 14:39
אין בארא פארק פאקויפט זיך ממש נישט קיין איד. דער איד פארנימען נאר מיט די סאטמערע פאליטיק אין בארא פארק איז דעס נישט קיין ארטיקל אין ווידעראום דער בלאט דעקט א אסאך שענער אנדערע חסידות'דער ווי דער איד, זיי האבן נאך די אלטע מאנטאליטעט אז מען טאר נישט קיינעם גוט דעקן, דער בלאט דעקט א יעדן איינעם לויט זייער געשמאק.
נשלח ב-16/4/2010 06:47
וואס איז פשט אז דער איד האט אנגעהויבן מאכן א רשזוואלקע א יעדע וואך ס'קוקט אויס מען דארף דארטן א סאך חיזוק.
נשלח ב-16/4/2010 06:17
דער טיפיקל אהרוני "היראים" שרייבט:
די בלאט איז געגרינדעט דורך א איד וועלכע האט געוואלט איבערנעמען די קאסטומערס וועלכע דער איד האט פארלוירן בשנת תשנ''ט, אין האט זיך דאן ב''ה שטארק ארויפגעארבעט, אין איז נאך אלס היינט צו טאגס די שטערקסטע פין די 3 חרדיש'ע צייטונגן, ביז פאר עטליכע יאר ציריק פלעגסטו אפי' נישט זעהן דארט קיין שום אפענע ארטיקלען קעגן סיי וועם חוץ ציונים, אין אפי' היינט צו טאגס איז זייער לימיטעד.
עד כאן.
איך מיין אז דו ליינסט יעדע וואך די צייטונג אדער עפעס אנדערש...
דעם בלאט ליינסטו נישט אדער נעמט מען דיר ארויס עטליכע עמודים כדי דו זאלסט "גלייבן" אז דער בלאט איז די ריינסטע צייטונג...
נעבעך!
דאס מיינט א חלה דעקל!
נשלח ב-16/4/2010 05:30
איך האב היינט צופרי געקוקט ביי מיין גראסערי גראדע א פארביסענער זאלי וואס האט נישט אריין גענומען דער בלאט ביז פאר צוויי יאר צוריק (און דעמאלס האב איך נישט געקויפט ביי אים) אבער צוליב פרעשע פון נישט ארונישע קאסטעמערס נעמט ער שוין היינט דער בלאט ער האט היינט צופרי געהאט 150 דער איד'ס און 250 דער בלאט'ס ובדרל אגב איך האב שוין אסאך מאל גאכגעזוכט ביי גראסעריס דעם חילוק דאס איז לא יאומן וויפל דער נפקא מינא פון דער בלאט און דער איד והא ראיה אז דער איד לייגט שוין היינט אויך אריין גאנצע בלעטער מיט בילדער פון מאלפעס וכדומה ולעצם הענין דוד די ביסט גערעכט אז דער בלאט האט היינט נישט קיין גרויסע קוואליטעט פון ארטיקלען דאס איז צוליב דער קול מבשר וואס רוב מענטשען הערן שוין דארט די נייעס און עס גייט שוין ארויס פון נאז ביז דאנערשטאג אבער בילדער גייט נישט ארויס פון נאז והא ראיה אז די וואך עולם החרדי פארקויפן זייער אסאך צייטונגען אזוי אויך דער שטערן נעמט צו א גרויסער חלק פון ארטיקלען אבער לגבי קאסטעמערס האט דער בלאט צווי דריטעל מער ווי דער איד
נשלח ב-16/4/2010 02:44
דוד46 כתב: איך גיי מיך נישט מתווכח זיין מיט דיר, אבער יעדער מענטש וואס קוקט ביידע צייטונגען זעט ווער עס האט גאנצעטע עמודים מיט שמוציגע האס ארטיקלען וואך-נאך-נאך קעגן היימישע אידן ובפרט ערליכע רבנים.
עס איז מעקווירדיג אז די ביסט פון די יחידי סגולה וועלכע קוקן טאקע נישט אריין אין בלאט, נאר דו גלייבסט וואס דו ליינסט אין די [געוועזענע..] זאלי פארום בנאמנות אדירה. אויב קוקסטו יא אין בלאט, און דו האסט געשריבן וואס דו האסט געשריבן, דאן גיי ארויס און שאר אויס די שניי אינדרויסן, עס האלט שוין העכער זעכצן פיס.
נשלח ב-16/4/2010 02:17
דוד46 כתב: אודאי שמעקט דיר נישט אז דער איד דרוקט אפ די רעדע פון דיין מאנראוער צדיקל ווארט ביי ווארט, בעת ענקער האטליין האט דאס צענזוריאט און אויך אין בלאט האט מען דאס נישט געקענט לייענען ווארט ביי ווארט.
דוד'ל ס'איז ביי אונז די גרעסטע הנאה צו זעהן וויאזוי ענק זענען ביזי טאג און נאכט מיט די דרשות פון אונזער רבי'ן שליט"א
נאכנישט אלע ארוינים אין די וועלט האבן געוואוסט אז דער רבי האט געזאגט א דרשה און ביי ענק איז דאס שוין לאנג געווען אפגעדריקט
יא אונזער וואונטש איז ער זאל לאנגע יארן געזונטערהייט נישט אראפקריכן פון ענקערע מוח'לעך, טאג און נאכט קינד און קייט ביי ענק זאלן איינזעהן און שימפן פון דעם רבי'נס הצלחה און סייעתא דשמיא כה לחי תוקן על ידי אויששש ב- 16/04/2010 02:18:38
נשלח ב-16/4/2010 02:11
דוד46 כתב: איך גיי מיך נישט מתווכח זיין מיט דיר, אבער יעדער מענטש וואס קוקט ביידע צייטונגען זעט ווער עס האט גאנצעטע עמודים מיט שמוציגע האס ארטיקלען וואך-נאך-נאך קעגן היימישע אידן ובפרט ערליכע רבנים.
דער גאנצער בלאט איז געגרינדעט געווארן נאר מיט דעם ציל, צו באשמוצן די וואס ווילן נישט גיין אין שפאן פונעם מאנראוער צדיקל.
אודאי שמעקט דיר נישט אז דער איד דרוקט אפ די רעדע פון דיין מאנראוער צדיקל ווארט ביי ווארט, בעת ענקער האטליין האט דאס צענזוריאט און אויך אין בלאט האט מען דאס נישט געקענט לייענען ווארט ביי ווארט.
און ווען דו רעדסט פון גראסעריס: אדרבה, פרעג די גראסעריס וויפיל איז אויסגעגאנגען דער איד דעם פסח און וויפיל דער בלאט?
די בלאט איז געגרינדעט דורך א איד וועלכע האט געוואלט איבערנעמען די קאסטומערס וועלכע דער איד האט פארלוירן בשנת תשנ''ט, אין האט זיך דאן ב''ה שטארק ארויפגעארבעט, אין איז נאך אלס היינט צו טאגס די שטערקסטע פין די 3 חרדיש'ע צייטונגן, ביז פאר עטליכע יאר ציריק פלעגסטו אפי' נישט זעהן דארט קיין שום אפענע ארטיקלען קעגן סיי וועם חוץ ציונים, אין אפי' היינט צו טאגס איז זייער לימיטעד.
איך ווייס נישט וויפיל שמיץ ''די'' זעהסט/האסט דארט אבער די קאסטומערס זעהן עס עפעס נישט (נאר ווי געשריבן אין הייסע סעזאנען, אין אויך אויף א פארהאלמעסיגע שטייגער, אן קיין שנאה אין האס.)
אין יא איך רעדט פין גראסערי'ס, דער עולם זעהט אין דער איד זייער אסאך שנאה אין האס, אין דאס דראפט ב''ה די סעילס
ווייל אפי' א נארמאלער מענטש פין די זאלי'ס גלייכט נישט אזא האסיגע געמיינע שפראך, נאך דערצו ווען מ'לייגט עס אריין אין די תוה''ק אין מ'גלייכט צו א עדה קדושה מיט דיינם ות''ח יר''ש צו עמלקים וכדו'
אדרבה זאל ער אריינלייגען וויפיל פאזלעך ער וויל, די פאר האסיגע ארטיקעלן וועט אים אי''ה אליין באגראבען. תוקן על ידי היראים ב- 16/04/2010 02:27:00
נשלח ב-16/4/2010 01:31
אז מ'רעדט שוין יא איבער דעם צווילדעוועטן איד'ל איז מערקוועדיג אז אין אלע מערכות פון די פריעריגע יארן האט בן פראדל קיינמאל נישט געמאכט אזוי פורים פונעם צייטונג ווי ביי זיין לעצטיגע פארלוירענע מערכה אנטקעגן [להבדיל בין טמא לטהור] דער רבי שליט"א
און דאס איז ווייל אין יענע צייטן האט ער געהאט די פארוואלטונג ארום וואס פלעגן איהם אביסל בארואיגן און אזוי ארום היטן די מענטשהייט פונעם צייטונג, משא"כ היינט ווערט דאס געפיהרט דורך זיין אייגענעם זוהן י"ה בן בנו של פראדל וואס ער דערוואגט זיך נישט צו עפענען א מויל צו בארואיגן זיין טאטן ווען ער שפרינגט ווי א בוריק, ער פאלגט אויס דעם צווילדעוועטן טאטן און לאזט איהם אנשמירן פולע פעיטש'עס מיט האס און כעס אפשר אזוי וועט ער קלענער מאכן די גרויסקייט און הצלחה פון דער רבי שליט"א
אבער נאך אלעס איז א נחת יעדע וואך צו מעסטן די בלוט-פרעשע פון בן פראדל..
נשלח ב-16/4/2010 01:04
דאס איז וואס "באלאנד" שרייבט אין אן אנדער אשכול:
איך מיין אז מ'דארף קיינעם נישט זאגן על מה יצא הקצף, זינט דוד עקשטיין האט פארגאנגענעם ווינטער באשלאסן צו שפאצירן מיט אימפעט מיטן קאפ אין א וואנט, און איז ארויסגעקומען מיט א תקנה אז ווער עס עדווערטייזט אינעם איד איז אסור לבוא בקהל, און לכבוד דעם זיך צוריסן מיט דעם רעדאקטער פונעם בלאט אלימלך דייטש, האט דא איין איינציגער מענטש דערלייגט פון די גאנצע מערכה. און דאס איז אלימלך דייטש!
אלימלך האט געפירט דעם בלאט ווי א פריוואטע קאמפאני, אינוועסטירט פון אייגענע געלטער אויפצוארבעטן דעם צייטונג, געמאכט באשלוסן וואס זאלן אים ליבערשט העלפן אין ביזנעס ווי אין פאליטיק א.א.וו. אבער זינט די מערכה האט זיך אנגעהויבן איז געשעהן דא אזוי. מוסדות וואס האבן מורא געהאט האבן אויפגעהערט עדווערטייזן אין ביידע צייטונגען, ווידעראום די איבריגע האבן זיך פשוט אויסגעפיפן און ווייטער יא געלייגט אין ביידע. אבער מיילעך האט זיך דאך דערזעהן מיט א שטארקן געלט פארלוסט האט ער באשלאסן צו הייבן דעם פרייז, און איינוועגס האט ער אריינגעלייגט אן ערקלערונג אין בלאט אז ער איז געצווינגען דאס צו טוהן צוליב פאליטישע אורזאכן.
דער פשוט'ער שכל האט פארשטאנען אז נאכן ארויפגיין מיטן פרייז וועט ער אנהייבן צושטעלן בעסערע מאטריאל, פרישע שרייבער און חידושים אינעם צייטונג, אבער אנשטאט איז ער געגאנגען מטה מטה, יעדע בחור'ל וואס וויל עקספערימענטן זיין פעדער האט זיך געטראפן זיצן אויף גאר א הויכע פאזיציע אינעם בלאט אפיס. גוטע שרייבער האבן זיך אפגעטראגן נאכער וואס ער צאלט זייער שוואך, און אויסער צולייגן נאך צענדליגער בלעטער קאלירטע בילדער פון מאלפעס וואס שלונגען בענענעס האט ער גארנישט צוגעלייגט.
ווייטער דער איד, האט באשלאסן אנשטאט צו הייבן דעם פרייז און לאזן דעם צייטונג אונטערגיין צו מאכן א ערנסטן בדק הבית, מ'האט אויפגענומען פרישע כוחות, געענדערט דעם אויסזעהן פונעם צייטונג, און נאך אסאך חידושים וואס זאלן זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער.
די אהרונים זענען געפערליך בייז אויף מיילעך, וואס האט באשלאסן מער נישט צו אינוועסטירן א פעני אין זיין צייטונג, און ס'פאסט זיי נישט אז דער איד האט זיך אזוי אויפגעארבעט, איז מען זיך מחזק מיט א מעסעזש אז דער איד דראפט סעילס... טא פרעג איך אייך קומט זיך מיר נישט קיין שמייכל???...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.