בית פורומים אידישע געדאנק

שאנדע: סבלן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין פאר די"ת אין בני ברק!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2010 17:43 לינק ישיר 
שאנדע: סבלן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין פאר די"ת אין בני ברק!!!

ווען דער אונטערנעט מפיץ ווערט א סבלן...
 
סאיז גרויסע צרות ביי די ארונים די מסרבים והולכי בג"ץ במדינה הציונית, דער הולך לבג"ץ זאגט; איך האלט נישט ביים אינטערשרייבן קיין שטרי בירורין, כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א סטראשעט זיין שליח אז ער וועט מפרסם זיין ברבים אז ער איז א מסרב לדין, ברוך אילאוויטש זאגט זיך אפ פון זיין דער שליח, און במקומו ווערט געשטעלט אלישע הורוויץ, וואס זאגט; איך האב דעם שפראך משכנע זיין דעם גאב"ד, איך וועל אים פארשטאפן דאס מויל. און דעם פאלוירענעם מצב שרייען די אהרוינים 'קאזאק הנגזל', מ'גייט אין "באגא"ץ", מ'פאררופט א אסיפה ה' אייר, כדי ריינוואשן דער פשע פון מסרב לדין, פון דעם וואס האלט שוין אפ די ביסל טינט פון זיין פעדער די לעצטע צען יאר.
 
ליידער איז באשטעטיגט געווארן די וואך, עטליכע טעג פאר דעם ביטערן טאג יום המר והנמהר וואס די ציונים האבן זיך אראפגעווארפן דעם גזירת הגלות, און מורד געווען במלכות שמים בפלטרין של מלך געמאכט א אידישע מלוכה אין א אידישע מדינה, וואס ליידע די אגודיסטן וואס זענען נגרר לציונים, האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין, און שמחים ליום אידם ר"ל, און זייערע מוסדות הענגט מען אויף דעם סמל הכפירה דעם דגל הטמא, אין די בית יעקב שולע וואס דער רבי ז"ל שרייבט אז די מיידלעך וואס ווערן דארט נתחנך זענען מקלקל זייער שטובער און אפילו אויב די מענער האבן יא געהאט אן ערליכע חינוך וועלן די שטובער זיין אפיקרוסיש, ווייל אויב זיי זענען נתחנך געווארן מיט א פאן ה' אייר אויף זייער שולע, און אז זיי זענען נתחנך געווארן מיט די גדולי האומה זענען הערצל ימ"ש און בן גריון ימ"ש, וואס א השפעה קענען זיי שוין האבן. אפגערעדט אז די טמא'נע שפראך וואס זיי ברענגן אריין אין אידישע שטוב ווערט דער שטוב פול מיט טומאה וארס כפירה ומרידה במלכות שמים.
 
ליידער האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט צום וויפילטן מאל, אז דאס וואס דער אזויגערופענער הגה"ק פון קרית יואל, וואס איז לעצטענסט באקאנט געווארן מיט זיין מדת סבלנות, וואס איז סובל אלע רשעות וגזירת עקירת הדת אין די מדינה, און לאזט נישט גיין פראטעסטירן די לעצטע פאר יאר ווייל ער איז נישט דער איינציגע נשיא התאחדות הרבנים, דער זעלבער וועט גיין סובל זיין ווען די רשעי המדינה זענען מורד באומות אויף דעם שרעקליכסטן פארנעם.
 
-ס'איז אים וויכטיגער צו רעדן פון קאקא און הייסן קוקן אויף די כלי משחיתים, ווייל ער קען סובל זיין עקירת הדת, נאר קען נישט סובל זיין אז זיינע מענטשן קויפן נאך מצות אין בראדוועי.
 
-דער סבלן וואס קען סובל זיין אלע ציוניסטישע רבי'ס און רבנים וואס האבן קיינמאל נישט געוואלט קענען זיין טאטען און זיין פעטער, דוקא די שונאים האט ער אהבה מוסתרת און לויפט זיי באזוכן אום גערופן אומגעבעטן, ווייל ער איז א סבלן.
 
-ער איז מקרב די שונאים, אבער ער קען נישט סובל אז א מנין זיינע שונאים דאוונען אין פעטער'ס בית המדרש, אז ער מוז בעטן פון געריכט אפצושליסן דאס בית מדרש.
 
-ער קען סובל זיין מפוקפק'דיגע קאטשקעס ווייל זיין דומ"ץ הגאון ר' שלום לאנדא האט מברר געווען מיט די אינטערנעט קאמפעני אז סאיז נישט זיכער קיין דורס, אבער ער קען נישט סובל זיין אז די זאלצערס זענען מעקסיקאנער און פאטעריקעןס.
 
-ער קען סובל זיין אז זיין בעקעריי פארקויפט 80 פראצענט לאנג איילענד ווייץ אפילו סאיז סאך ערגער ווי קאקא, אבער ער קען נישט סובל זיין אז די מצה גזולה בעקעריי פארקויפט איין פונט מצה.
 
-ער קען סובל זיין אז אלע ציונים זאלען קומען מאכן בילדער מיט אים מיט די ווייסע כאלעטן און הארטע היטן אין מהודרת שחיטה, און אריינלייגן די בילדער אין אלע ציוניסטישע מאגאזינען, אבער ער קען נישט סובל זיין אז ערליכע רבנים פון פעטער'ס תלמידים זאלן מסדר קידושין זיין און אפסטעיט ניו יארק ווייל ער האט באשלאסן אז דאס איז זיין גלילות.
 
-ער קען סובל זיין ווען זיין איידעם גיבט א השגחה אויף פסח'דיגע פראדוקטען וואס איז סאך ערגער פון קאקא אפילו עס איז נישט לך כי לך לך אף לך, און מען האט דאס נישט געגעסן פאר פיפציג יאר און פאר פערציג יאר און דאס איז נישט פאר פלעטבוש און קווינס נאר אין קרית יואל, אבער ער קען נישט סובל זיין ווען א פירמע וואס האט התאחדות הרבנים השגחה האט א פראבלעם מיט פסח'דיגן פראדוקט, און דאס איז שוין ווען די השגחה אויף פסח גופא איז נישט התאחדות און דער בעל מכשיר האט קינדער וואס גייען פאר אים אין פייער.
 
-אט דער סבלן קען אויך סובל זיין די לעצטע צעהן יאר הליכה לערכאות אן קיין הזמנה לדין, אן קיין היתר בית דין, מסירות מלשינות, עלבון התורה בזיון אביו ורבו שלמדו תורה אויפן נידריגסטן פארנעם, חילול בתי מדרשים מיט שחורים אויפן ארון הקודש און אויפן באלעמער,דאס אלעס איז ער סובל, אבער ווען מען רופט אים צו דין תורה און מיט היתר בית דין גייט מען מעקל זיין בערכאות, דענס מאל איז ער נישט קיין סבלן, דעמאלס רייסט מען אראפ די רבנים אלס שלשה רועי בקר, דענסמאל גייט דער עורך דין אין בג"ץ בשם הרב אהרון טייטלבוים אן קיין שום בושה, אן קיין שום היתר.
 
-ער איז סובל ווען מען מאכט אין אלעד א קבלת פנים מיט אלע תלמוד תורה קינדער מיט פענער פאר א רב מטעם און מען באגריסט אים אויף איווריט, אבער א רב וואס האט אויפגעדעקט דעם פאלשען שלייער פון די מהודרת מיט די עופות טמאים, האט מען געגאסן כיתין של שופכין עטליכע וואכן נאכאנאנד.
 
-דער סבלן וואס קען סובל זיין ווען שומרי החומות פישקעס ווערן ארויסגעריסן פון די וואנט, צוליב זיינע דעפרעסיע פראבלעמען, אבער קען נישט סובל זיין אויב מען שטעלט א בודקע אויפן וועג ארויף צום ציון פאר די הייליגע מוסדות פון ירושלים.
 
המשך יבוא.

תוקן על ידי באלאנד ב- 16/04/2010 17:52:19




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 23:21 לינק ישיר 

די פראבלעם איז, די האטליין קען צומאל זיין געפילטערט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 21:52 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי דאס איז גאנצע קריטיק וואס איר האט אויף די נעכטיגע אסיפה
ס''ה האט ער געמאכט א טעות, וואס קען זיך ביי יעדן מאכען
קוקט אויס אז אלעס א חוץ דעם געווען א סוקסעס?

אגב, די דרשה קען מען אוודאי הערן אויף זייער טעלפאן ליין, כ'געדענקט נישט די נומבער יעצט
האט איינער די נומבער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 21:31 לינק ישיר 

קען איינער ארויפלייגן א ווידיאו אדער אודיאו פון דעם נעכטיגן "טאטע זכרונו לברכה" דרשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 08:30 לינק ישיר 

יא! ווער ס'האט מיט געהאלטן היינט די פערל ווערטער פונעם בנו בכורו, האט נישט געקענט איינהאלטן דעם שמייכל ווען דער פה מפיק מרגליות האט געזאגט "דער טאטע זכרונו לברכה" און תוכ"ד חרטה געהאט און געזאגט "דער טאטע זאל זיין געזונט".
עס דערמאנט אונז פון די נישט לאנגע פארגאנגענהייט, ווען זיין טאטע האט געזאגט א דרשה אין קר"י ביי א "כ"א כסליו מוקדם דרשה", [ווער געדענקט נאך דאס???], דאכט זיך אז ס'איז געווען תשס"א אדער תשס"ב, און ער האט דערמאנט דעם "טאטן זכרונו לברכה" און זיך תיכף פארבעסערט "דער טאטע זאל זיין געזונט".
אויב גייט עס אין דעם גאנג, קען מען האפן אז גאנץ בקרוב וועט קומען א קלאגע אין פעמילי קאורט.
ונזכה ונחיה ונראה ....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 06:19 לינק ישיר 

וואס הייסט??????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 05:57 לינק ישיר 

ר' אהרן קען נישט אונטערשרייבן ווייל ער איז שוין בעולם, זיין זון מענדעלע האט שוין היינט דערמאנט דער טאטע זכרונו לברכה,
רשעים בחייהם קרויים מתים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 01:41 לינק ישיר 

ביטע נישט עפענען פרישע אשכולות אין דעם נושא. אדאנק.
 
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2779145&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 00:06 לינק ישיר 

בית החיים, אין יענעם בריוו איז אומפארשטענדליך ווער דער מסור און ווער דער איז משחית איז, יעדע צד קען זאגן אז מען מיינט דעם צווייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 23:07 לינק ישיר 

די בתי דינים שרייבן איש משחית אויף ווער עס גייט נישט צו דין תורה,

סשטעלט זיך ארויס אז דער סבלן איז אויך א סרבן,

איז ער טאקע דער איש משחית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 22:54 לינק ישיר 

ביתהחיים כתב:
נפלע...וואס נאך האסטי געהערט?.....ווייל ביז דערווייל איז נאר          איז דאס די איינציגסטע בריוו וואס איז דא אויף דעם נושא..........................                                                             דא א בריוו פין אלע בתי דינים     איךהאב נישט געוויסט אז ס'איז דא אזוי ווייניג בתי דינים אין א"י....................                                             אין ארץ ישראל ווער דער   נו ווער טאקע? אפשר ברענגסטו וואס זיי שרייבן         איש משחית איז....


און אפשר טאקע משם ראיה

אזא שטארקע בריוו פון רבנים, און וואס איז געווארן דערפון

א ראו לצור ע"פ צליחתו, זיך מיט גארנישט אויסגעלאזט,

סאמטינג ביהיינד איט,

נעקס טיים פרעג דיך נאך פאר די שרייבסט עפעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 22:00 לינק ישיר 

דאס אז דער מסרב האלט נישט ביים אינטערשרייבן איז נישט קיין חידוש, אבער דער אמת'ער תירוץ פון זייער היינט נאככטיגע אסיפה, האט נישט מיט דעם, ווייל זיי שעמן זיך בכלל נישט מיט דעם פאקט אז ער האלט נישט ביים חתמ'ן,

די סיבה פון היינטיגע אסיפה איז דער זעלבע סיבה פון פאריגן זונטאג כשרות אסיפה,

די אסיפה איז בלויז צו טוישן דעם סאבזשעקט, הערטס אויף צו רעדן פון קאוקאו פון באבקעס פון פלעטבוש פון קווינס פון גרויסע צרות לך כי לך די ווייץ אויף פסח וואס איז ערגער פון קאוקא וכו' וכו', דאס קינד האט זיך פארשמירט זייער מיאוס, זוכט מען אנדערע אגענדעס וואס צו רעדן,

זיי גייט בכלל נישט אן וואס דער ירושלימער רב האלט בנוגע בני ברק'ער סכסוך זיי פייפן שוין א יאר צייט, זיי דארפן נאר דער בג"ץ פאר א צאמי צו פארשטאפן דאס מויל פאר אפאר רודערערס וואס זענען צוקלאפט פון זייער בעל דרשן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 21:51 לינק ישיר 

נפלע...וואס נאך האסטי געהערט?.....ווייל ביז דערווייל איז נאר דא א בריוו פין אלע בתי דינים אין ארץ ישראל ווער דער איש משחית איז....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 21:40 לינק ישיר 

גם אני שמעתי אז דער גאב"ד איז זייער ברוגז אויף די אהרוינים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 08:27 לינק ישיר 

דער כינוס "קאווער אפ" וואס די אהרונים גייען אפהאלטן מארגן נאכט הייבט אן באקומען א פנים.
 
און פריע מעלדונגען קומט א באריכט אז עס זענען ערוואטעט א רייע העכסט געלונגענע רעדנער צו האלטן דעם ציבור געשפאנט, עס איז נאר צום האפן אז אלס סורפרייז רעדנער וועט דינען דער פה מפיק דער אונטערנעט מפיץ, וואס איז באוואוסט מיט זיין אויסטערליש קלארן חיתוך הדיבור און כח ההסברה, אזש אז אפילו די פרויען -וואס די אהרונים זענען נעתר לבקשתם געווארן צו עפענען פאר זיי די עזרת נשים- זאלן פארשטיין יעדעס ווארט.
 
די ליסטע פון רעדנער וואס זענען דערווייל נתפרסם געווארן זענען:
 
הרב מענדל טייטלבוים, בנו בכורו פון דעם אונטערנעט מפיץ. קאמענטארן גענצליך איבריג.
 
דער באקאנטער טאנצער אן א קאפל, עמרם כהן בעמח"ס חובת הלבבות מיטן פירוש פון עמרם כהן...
 
דער תמימות'דיגער פערד מאיר אליעזר פריעדמאן, וואס האט שוין חזקה מיט רעדעס אינעם נושא הבג"ץ, נאך פון די בארימטע 'שלשה רועי בקר' רעדע.
 
האלט אייך אן שטארק צו די בענקלעך, עס זענען ערווארטעט באמבאדיסטישע סורפרייזעס פון דעם יועץ ראשי אלישע הורוויץ פאר מארגן נאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2010 22:09 לינק ישיר 

די שוידערליכע אויפדעקונג פון באלאנד ברענגט שוין רעזולטאטן, די אהרונים זענען צולאזט ווען זיי זעהן ווי דער גאנצער באגא"ץ זייפן בלאז רינט זיי אויס אונטער די אויגן, די גאס ווערט געוואר דעם אמת אז כ"ק רבינו שליט"א האט שוין פונלאנג אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און דער אונטערנעט מפיץ דער סבלן איז גאר דער וואס עקשנ'ט זיך נישט אונטערצושרייבן.
 
זיי האבן אנגעהויבן איינזעהן אז דער אסיפה זונטאג נאכט גייט ליבערשט דינען אלס אויפקלערונגס פאר די אייזלן פארוואס דער רבי זייערער שרייבט נישט אונטער, ווי א מאסן פראטעסט אנטקעגן די זאליס. אבער מ'טאר דאך ח"ו נישט ווייזן אז מ'איז אזוי אין דער ערד, האט מען אנגעהויבן פריש א ווילדן קאמפיין אז דער "ויואל משה ברענט", "די שיטה ווערט באגראבן" און נאך. אלעס כדי ס'זאל אויסקוקן כאילו די זאליס זענען גאר די הולכי באגא"ץ.
 
שטייט אויף און שמעקט די קאווע! יא יא, פאר אייערע פערדן קענט איר איינרעדן וואס איר ווילט, אבער די גאס איז נישט אזוי משוגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאנדע: סבלן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין פאר די"ת אין בני ברק!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext