פין בחצרות סאטמאר
א גרויסער קידוש שם שמים איז נעכטן פראקלאמירט געווארן ווען טויזענטער אידן אנשי שלומינו פון
איבער גרעיטער ניו יארק האבן אנגעפילט דאס היכל ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, און אנטייל
גענומען אינעם גרויסארטיגן עצרת מחאה אין ליכט פונעם ביטערן טאג ה' אייר אויסצושרייען די וויי
געשריי אויפן עקסיטענז פון די מדינה הטמאה, און אויסרופן א קול מחאה אויף די יעניגע וועלעכע
פאררופן זיך בשם סאטמאר וואס טרויען זיך צו גיין אין בג"ץ הציוני דן צו זן אויף דיני ממונות.
"ביי אונז איז עס בכלל נישט קיין ממונות סכסוך" האט אויסגעשריגן דער יושב ראש הרה"ג ר' עמרם כהן
שליט"א, "ביי אונז איז עס א אידישקייט שאלה! – און אידשקייט דארף
געפסק'ט ווערן ביי דין תורה!".
צו דער באשטימעטער צייט איז שוין דאס ביהמ"ד געווען פול געפאקט אין אלע עקן, מיט אידן
יראים ושלמים, זקנים ונערים, אידן וואס דער פינטעלע סאטמאר רירט זיי נאך אין הארצן, וואס זענען
געקומען אויסשרייען דעם מי לה' אלי.
דער עצרת האט געעפענט דער ראש הקהל הר"ר בערל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט
דער חיוב מחאה וואס ליגט אויף אונז אלע מוחה צו זיין אויף די
דאזיגע בריונים אין ארה"ק.
מיט טרעפליכע ווערטער האט דער יושב ראש הרה"ג ר' עמרם שליט"א איבערגענומען דאס ו
וארט, אנהייבנדיג מיט די פסוקי תנ"ך וואס מ'זעהט ס'ווערן היינט פונקטליך מקוים מיט די
היינטיגע רשעי עמינו די ציונים ר"ל.
דער יו"ר האט ארויסגעברענגט אז די קשי' וואס מאנכע פרעגן פארוואס ביז היינט איז מען זיך נישט
צוזאמענגעקומען אום ה' אייר צו הערן דרשות און מוחה זיין, איז א קשי' וואס האט נישט קיין
תירוץ! און איז שולדיג אין דעם וואס די היינטיגע אינגע דורות ווייסן טאקע אזוי ווייניג
און האבן א שוואכערע געפיל צו די זאכן.
מיט די צענטראלע דרשה האט אויפגעטרעטן הגה"צ דער רב שליט"א וואס האט מקדים געווען
א ווארט וואס דער רבי שליט"א האט ביי א געלעגנהייט נאכגעזאגט מיט יאהרן צירוק אז פארוואס
טרעפט מען נישט ביי קיינע פון די רעליגיעז ציוניסטישע פארטייען זאלן זיך האבן אנגעהאנגען
אינעם הייליגן חתם סופר, אז זיי זענען ממשיך דרכו, נישט ביי די חסידישע קרייזען און נישט ביי
די ליטווישע, האט דער רבי שליט"א דעמאלטס געזאגט אז דער היילגער חתם סופר האט כל ימיו
לוחם געווען קעגן די רשעים און משכילים פון זיין דור, און ממילא אויף זיין נאמען האט מען זיך
נישט געקענט טועה זיין און אנגהענגען אין אזעלעכע זאכן, ווייל אויף אים איז געווען
קלאר וואס ער האט געהאלטן.
די זעלבער – האט דער רב שליט"א אויסגעפירט מיט קול אדיר – איז דא ביי אונז, "ווי קען זיין! אז
מענטשן וואס רופן זיך תלמידים און חסדידים פון הייליגן רבי'ן זי"ע דער בעל דברי יואל, וואס האט כל
ימיו מוחה געוען קעגן די רשעים די ציונים, זאלן זיך וואגן בשאט נפש צו טוהן אזא אומדערהערטע
זאך ווי זיך ווענדן צום בג"ץ הציוני ר"ל!.
נאך די לענגערע און טרעפליכע דרשה פונעם רב שליט"א, האט אויפגעטרעטן הגה"צ דער בארא
פארקע'ר דיין שליט"א וועלעכער האט ארויסגעברענגט די נקודה אז פאלשע קנאות אהן מדות טובות
ברענגט נאר חלילה דאס פארקערטע, און דערנאך האט דער דיין שליט,א ערווענט אז זייענדיג
לעצטענס אין בני ברק און זעהנדיג די היילגע קהלה פונדערנאהנט, האט ער געזעהן פארוואס דער
שטן פארלייגט אזאנע כוחות אויף די הייליגע קהלה, ווייל ס'איז דאס איינציגסטע פלאץ ווי נאך אזויפיל
יארן האלט מען זיך נאך אלס אזוי באחדות, אינג און אלט, אלעס איז צוזאמען, און
דאס איז די סיבה פארוואס די עלעמענטן האבן זיך פארלייגט אויף בני ברק
ווייל דער שטן טראגט עס נישט אריבער!.
פאר'ן אויסרופן הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, האט דער יושב ראש עלעקטרעזירט
דעם פילקעפיגער ציבור מיט א שוידערליכע מעשה וואס איז טאקע פארגעקומען נאכטן אין בני ברק, ווי
איינע פון די כת הולכי לבג"ץ האט נישט מער און נישט ווייניגער אלאמירט די ארטיגע פאליציי
צום "שמח תשמח" זאל אין אוזנרע שיכון, זאגענדיג אז דארט קומט פאהר א שמחת בר מצוה – וואס ע"פ
חקותיהם להבדיל – איז דאס נישט לעגאל אינע'ם טאג וואס זיי פאררופן
אלס"יום הזכרון" פאר די געפאלענע סאלדאטן פון די מדינה, דער יושב ראש
האט פארגעזעצט, אז ווען רבינו הק' זי"ע בעל ברך משה האט ביי א געלעגנהייט זיך אויסגעדריקט אויף די
דאזיגע מחרחרי ריב אונטער'ן פרומען שלייער, אז זיי וועלן נאך איין טאג זאגן הלל אום ה' אייר האט דאס אויסגעקוקט
זייער מאדנע, אבער היינט - האט דער יו"ר אויסגעפירט – זעהט מען אז ליידער רוח הקודש הופיע בבית מדרשו
של רבינו! און רופן די ציוניס'טישע פאליציי צו אזא פאל איז פיל ארגער ווי זאגן הלל אין יום העצמאות! דאס
איז אנערקענט אין זייערע טמא'נע געזעצן, און אנערקענט אין די סאלדאטן וואס האבן זיך
געהארגע'ט פאר די מדינת הציונת!.
מיט א דערשטיקטע קול מחאה האט אויפגעטרעטן אחד מן הארי שבחבורה מתלמידי רבינו הק' זי"ע
בעל דברי יואל, און אויסגערופן מיט א וויי געשריי אז יעדע מינוט זייענדיג אין טמא'נע בג"ץ, איז
מען עובר אויף איסורי דאורייתות פונקט ווי חמץ בפסח! נאר פסח איז נאר די אכט טעג און
דער איסור איז אקטועל א גאנץ יאהר!!.
דערנאך האט דער יו"ר פראקלאמירט די רעזעלוציע'ס פונעם מעמד וואס א חבר ב'קהלתינו הק' האט
צו וויסן בנוגע די ענינים, און דערנאך איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט א גייסט און א קלארע
פארשטאנד וואס מיר האבן צו וויסן בנוגע די ענינים.
-וילמדו תועים בינה-
(בילדער און קליפ'ס וועלן אי"ה נאכפאלגן)