בית פורומים אידישע געדאנק

היסטאריע. 4/19/95 אקלהאמע סיטי באמבע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/4/2010 18:46 לינק ישיר 
היסטאריע. 4/19/95 אקלהאמע סיטי באמבע

היינט ווערט פופצן יאר פונם טאג וואס היסטאריע האט געבראכן. די ערגסטע אטאקע אין וואס אמעריקע איז געווארן אטאקירט אויף אמעריקאנע קרקע דורך א אמעריקאנער בירגער.

הינדערט אכט און זעכציג מענטשן האבן פארלוירן זייער לעבן אין דעם באמבאדירונג. די באמבארדירונג איז געווארן אויסגעפירט דורך "טימאטי מעקוועי".

דער טעראריסט האט אוועק געשטעלט א טראק פול מיט אויפרייס מאטריאל פארנט פון א פעדראלע בנין. חוץ די קרבנות האט די אטאקע אויך געשעדיגט 680 מענטשן. 324 בנינים האבן געליטן שאדנס, די באמבע האט געשעדיגט בנינים וואס זענען געשטאנען אזוי ווייט ווי 16 גאסן אוועק. אויך זענען 86 קארס ארויס פון דינסט דורך ווערן טאטאל צושמעטערט אדער גענצליך פארברענט! די שאדנס זענען געווען 652 מיליאן דאלער!

אין ווייניגער ווי אנדערטהאבלן שעה נאך די אטאקע איז דער טעראריסט "צופאליג" אפגעשטעלט געווארן פארן פארן אן לייסען פלעיטס, און האט איינוועגס אויך אריינגעהויבן א טיקעט פארן אומלעגאל באזיצן א ביקס.

אין יאר 1997 למספרם, בערך דריי יאר נאך די אטאקע איז ארויס א טויט אורטייל קעגן טימאטי און אין יאר 01 למספרם, בערך 4 יאר שפעטער האט מען אים טאקע גע'הרג'עט.

אפיציעל האט ער אנגעגעבן אז זיינע מאטיוון זענען געווען א נקמה קעגן די רעגירונג פארן טויט פון פון 76 מענטשן אין וועקא טעקסיס.

אין וועקא טעקסיס געפינט זיך א קירכע אויף א שפיץ בארג. די גאנצע אומגעגענט פונם בארג זענען באזעצט מיט אנהענגער פון גלויביגע אין יענעם קירכע וועלכע הלאטן אז זיי פארטרעטן יוזל ימ"ש.

די גלויביגע פונם קירכע זענען במשך די יאר געווארן שטארק צוריסן צווישן זיך, אין א מערכה ווער עס זאל ווייטער פירן די קירכע נאכדעם וואס זייער הויפט איז געשטארבן.

וואפן איז געווען דארט איבער גענוג און עס זענען טאקע כסדר אנגעגאנגען באוואפענטע שלאכטן צווישן די צוויי פראקציעס.

איין פראקציע האט ארויסגעצויגן דעם געשטארבענעם פירער פון קבר און דערמיט געוויזן אז זיי זענען די אמת'ע בעלי בתים און אינפארנט פונם פארשטארבענעם קערפער געקרוינט זייער נייע פירער. די צווייטע פראקציע וועלכע זענען געווען גלויביגע אינם פירער וועלכע איז געווארן געקרוינט אינם לעבן פונם פארשטארבענעם פירער האבן אריינגעגעבן געריכטליכע קלאגעס קעגן דעם נייעם פירער פארן ארויסנעמען א טויטע קערפער פון קבר.

די געריכט האט זיך געהאט אפגעזאגט פון אריינמישן, אבער האבן צוגעלייגט אז אויב וועלן זיי האבן "הוחכות" (קלארע ראיות) אז מען האט טאקע ארויסגעצויגן געם קערפער פון קבר וועלן זיי פראסיקיוטן די פאברעכער. די גרופע האט זיך טאקע נישט געפוילט און זענען אריין אין קירכע מיט 8 באוואפענטע חברה, גענומען בילדער פונם קערפער און צוריק געקומען אין געריכט.

די געריכט האט ארויסגעגעבן א ארעסט באפעל קעגן דעם נייעם פירער. עס איז געווארן א ערענסטער "מלחמה" צווישן זיינע גלויביגע און די שטאטישע פאליציי וועלכע זענען אים געקומען ארעסטירן.

צום סוף האט די גאנצע קירכע אפגעברענט מיטנעמענדיג אין רויעך 76 מענטשן, אין דעם איז אויך אריינגערעכענט 22 בריטישע בירגער און 20 קינדער.

טימאטי וועלכער האט געהאלטן אז די רעגירונג האט נישט ריכטיגע געהאנדעלט דעם קעיס האט מחליט געווען נקמה צו נעמען.

---------------------------------------------------------------------------------------------

מער ווי א דריטל פונם בנין איז ארויף אין רויעך 


ואיננו




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:59 לינק ישיר 

דער מערדער, קארגע 18 יאר בשעת די רציחה. בליד גענומען דורך די עפ. בי. איי. נאך זיין ארעסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:00 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:04 לינק ישיר 
דער מערדער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:05 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:14 לינק ישיר 

* width="445" height="364"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 23:27 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היסטאריע. 4/19/95 אקלהאמע סיטי באמבע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext