| נשלח ב-20/4/2010 17:39 |
|
| |
באמבע ! באמבע ! יעקב בער / משלחן-מלכים פאשקעוויל
דער טונקעלער תימ'נער ברא כרעא דאביהו, יעקב בער, המכונה כ"ק אדמו"ר מבלעקבערי, האט פאברעצירט א משלחן מלכים פאשקעוויל, און גייט עס ארומשיקן אויף די פאסט די וואך, איז געכאפט געווארן מיט די מעשה אין די הענט, ווען מ'האט געפינען אין זיין אפיס לעדל די הגהות וואס ער האט געשריבן אויף די פאשקעוויל.
עס איז נישט קיין סוד אז די זאלי קאמפאני כאפט שוידערליכע קלעפ פון די משלחן מלכים וואך איין וואך אויס. יעדע וואך זעט מען שמועסן פון די גאונים, פוסקים און רבנים מכל קצוי תבל ווי זיי רעדן מיט'ן סאטמארער רבי בהא הידועה, און דער לאשיקל אויף בעדפארד עוועניו איז שטיל ווי א פיש, און מוז שוין אפשטופן זיינע נסיעות אויף ירושלים צום צווייטן מאל, ווייל שמואל קאמפאוט און געלער בדחן האבן אים נישט צוגעגרייט גענוג.
זייט איינס
זייט 2
זייט 3
זייט 4
אלזא, דער בלעקבערי ראבינער יעקב בער האט געמאכט הגהות אויף די משלחן מלכים פאשקעוויל, א נארישע דיאלאג פון א כלומר'שטע דזשואידזש פרעס אינטערוויו וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און דאס גייט דער שטריק ארומשיקן אויף די פאסט און מיט דעם אוועקמאכן אלע אמת'ע שמועסן פון די משלחן מלכים מיט די גאונים וצדיקים צב"ש:
בעל שבט הלוי
בעל קנה בושם זצ"ל
ראש ישיבת מיר
ראש ישיבת פילאדעלפיע
ראשי ישיבות בית מדרש גבוה דלעיקוואוד
הגאון ר' יושע כהן
ועוד ועוד ועוד.
און מיט נאך הונדערטער אויסגערופענע תלמידי חכמים מופלגים שבדור, וועמענס שמועסן עס צירקולירן יעדע וואך.
יעדע וואך ווען די משלחן מלכים קומט ארויס, הייבט זיך דער בלוט דרוק ביי די הויכע פענסטער פון די זאלי קאמפאני, זיי שוויצן און שוימען פאר כעס, פארוואס קומט זיך זיי דאס.
זייער צער און ווייטאג און צוויי-פאכיג.
צו וועמען קומט מען?
ערשטנס, זעט די גאנצע וועלט, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז דער סאטמארער רבי וועמען די תורה'דיגע וועלט אנערקענט כאפט נישט קיין שינת צהרימ'ס, נאר האט אן אנגעפילטן סקעדזשול, און יעדע וויזיט פון רבנים און גדולי הדור האט א רבני'ש, לומדי'שן פנים און לאזט אן איינדרוק פון א גאון בישראל פון אמאליגן קאליבער, וואס קיין שום היינטיגער רב קען זיך נישט פארמעסטן דערמיט.
און דער צווייטער פראסק וואס זיי כאפן יעדע וואך, איז נישט פון אונז, נאר פון זייער אייגענעם לאשיק און שטריק הדור בהא הידועה, דער עם הארץ און פוסטער ליידאק, וועקי בלע"ז.
דער וועקי איז בור ועם הארץ, לער און פוסט פון יעדע מין ידועה, צי תורה'דיגע, צי היסטאריע, געאגראפישע און אפילו וועלטכליכע ידיעות
צו דעם שטריק קען מען רעדן פון פייערלעשער און פון די אויסגעדראשענע כפירה'דיגע דזשיגאן דזשאוקס.
און דאס שעמען זיי זיך צו דריקן.
יעצט זאל שוין נישט זיין קיין וואונדער פארוואס דער בלעקבערי רעבע, יעקב בער טייטלבוים מאכט די נארישע פאשקעווילן
ווייל אז עס א טוט וויי שרייט מען !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 22:55 |
|
| |
יענקל בערל מיינט נעבאך נישט קיין שלעכט'ס, ער וויל נאר טיען א נחת ריח פאר זיין פאטער ר' זלצמן,
ער ארבייט זייער כיטרע, דער בן בנו של אותו שפיץ,
ער ווייסט אז א פאר פלאשיגע זאליבאנצעס, ווילן זיין גרויסער ברידער דער (יין) שרף פון יפו, דעריבער שמירט ער די רעדער, צו געפינן חן און די אויגן פון ר' זלצמן, אפשר אזוי וועם אים די טאטע איבערגען דאס פורים רבנות,
נייס טריי יענקל בערל, מיר זענען אלע פארן (יין) שרף פון יפו,
לעבן זאל דער יפו'ער! לעבן זאל דער יפו'ער.... יא.... לעבן זאל ער..... יחי...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 22:38 |
|
| |
ברעקינג:
יעקב בער האט ארויסגעגעבן דעם ארדער פאר די דעפרעסטע זאלונים צו מאכן נאך א משלחן מלכים די קומענדיגע וואכן, פאר פורים.
און דאס וועט זיין די וואליום וועט זיי האפטענליך זיי בארואיגן, פון דעם ביטערן שיקזאל אז זיי האבן אריינגעביסן אינעם גרויסן עם הארץ הדור דער תלמיד חביב פון רבי שימעלע זשיגאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2010 21:31 |
|
| |
"דעפרעסיע-לעב רעזולטאטן" ערשינען אין די פאסט
היינט אין די פאסט האבן תושבי ניו יארק באקומען א ליטעראטור וועלכע זיי האבן שווער געקענט פארטייטשן די פשט דערפון, אבער נאכן זוכן און פרובירן אויסצוטרעפן די מאטיוון דערפון, איז פארבליבן איין אפציע: א פראוו אפצושלאגן "דעפרעסיע".
דא רעדט זיך וועגן די פאלשע משולחן מלכים וועלכע די זאליס האבן ארומגעשיקט אין די פאסט. לויט מייין אינפארמאציע איז דאס געשיקט געווארן פאר אלע היימישע אידן איבער ניו יארק.
די סיבה פארוואס דאס ציהט ספעציעלע אנאליזירונג איז פשוט, די וואונדער איז גרויס ביז גאר, ווארום, היידפארק שטיקלעך - הומאריסטישע און שטעכעדיגע צוגלייך - זענען פאראן גענוג, יעדן טאג קען יעדער נארישער בחור'ל אויפקומען מיט רעיונות, און דאס פאוסטן אויף היידפארק, וילכחו הקהל.. אבער דאס ארומצושיקן אויף די פאסט? דאס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן.
אין אונזער פאל, רעדט זיך עס פון א בלויזער ליצנות-בלעטל, א שטייגער ווי די היי יעריגע פורים-בלאט. וואלט עמיצן פון אונז בייגעפאלן ארומצושיקן אזאנס אין גאנץ ניו יארק? וואלט איינער געשפירט אז "דא שטעקט עס", מיט דעם גייט מען מאכן די זאך איינמאל פאר אלעמאל, און דאס איז א ווערדפולע אינוועסטמענט???
אפשר נישט יעדער פארשטייט וואס עס מיינט ארומשיקן פאסט צו אלע היימישע אידן. איז אזוי, אין די אנשי שלומינו ביכלעך זענען פאראן - לפי ידיעתי - לערך 20,000 ניו יארק'ער אדרעסן. יעדער סטעמפ קאסט 44 צענט. דאס מיינט אז ארומצושיקן צו אלע אדרעסן א ענוועלאופ קאסט אפ $8,800, קנאפע צען טויזנט דאלער!
איז ווען עס זאל זיך דא רעדן פון א יסודות'דיגע אישו וועלכע כלל ישראל קוקט ארויס אויף א קלארקייט, און זיי קומען דא דעליווערן זייער ווערסיע אויפן בעסטן מעגליכקייט, וואלט דאס געווען א קלוגער שריט. אדער, אפילו נישט, נאר עס זאל זיך רעדן - לדוגמה - פון א גוטע שערוריא אויף אונזער שחיטה, וואלט איך נאך אויך פארשטאנען, אז די 82 בוטשער האט באשלאסן צו שפענדן די סומע פון צען טויזנט דאלער פאר "אדווערטייזינג" געברויכן, אלס א פראווו צוריק צוברענגען די הויכע קונדן-ציפערן ווי אין די פריערדיגע יארן. אבער אזאנס? סתם א נארישע ליצנות-פאשקעוויל? אויף וואס ארויף? פארוואס איז דאס ווערט צען אלפים? (ווען זיי זענען ווען ארונים וואלטן זיי שוין געקענט מיט די געלט חתונה מאכן א קינד...), פשוט אויף צו ווייזן פאר די מער-ערנסטע אידן אז עס האנדלט זיך פון א גרופע ביליגע לצים?? אדער וואס?, אפשר קען איינער אויסטרעפן גענוי, וואספארא רעזולטאטן האבן די חברה ערווארטעט פון דעם פאשקעוויל, אז עס האט זיך געלוינט צו מאכן דערמיט א וועלט'ס אויסנאם און שפענדן דערויף געלט און ארומשיקן.
די תירוץ דערויף איז נאר די איינע: די זאליס זענען דעפרעסט, און מען ברויך זיי אויף א וועג אויפלעבן. פשוטו כמשמעו.
אלזא, ווי גוט האט זיך א איד היינט אויסגעדרוקט: עס זענען היינט צוריקגעקומען די "דעפריסיע-לעב רעזולטאטן".
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2010 21:24 |
|
| |
איך האב נישט באקומען.
איז עס אנגעקומען אויף בארא פארק אויך?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2010 17:26 |
|
| |
יעקב בער איז זייער ווילד געווארען וועגן די ליעק ער שיקט אלע זיינע חסידים זאלען שרייבן א ר' שמואל ווידער האט עס ארויסגעגבן ווייל... (איר פרעגט נאך?) ער קען זיינע חברה, ער ווייסט פאר זיי קען מען אלעס פארקויפן צו עס מאכט סענס צו נישט
אויב האב איך געהאט א ספק, אויב דאס איז טאקע זיינע הגהות איז מיר אלעס קלאר געווארען
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 22:31 |
|
| |
איך מיין אז יעצט וועלן אלע רבנים און גאוני הדור קומען צו לויפן צו דיין זאלישקע.
יעצט אז מ'זעט די אפענע מנוולות אין בלעקבערי'ס ווערסיע, וועלן אלע גיין צום וועקי רעבע, דער נועם המידות.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 22:19 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | | מ'זעט ווי יעקב בער רוקט אריין מנוולות'ן רעכטס און לינקס,
דאס צייגט ווי דער קאפ ליגט אים.
|
|
פארפאלען ער האט נאר מגיה געווען לשון "קדשו"
וזה לשונו של כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א א שוחט שלאפט אינדערהיים, מיט זיין בני בית, אויף זיין געלעגער.
ודברי פי חכם חן............
אל כבוד הרב גוטזאגער שליט"א
א גרויסן יישר כח פאר די הערליכער משלחן מלכים, איך וואלט דיר געוואלט בעטן אויב מעגליך ארויפלייגן די צווייטע העלפט אויך, איך האב זייער הנאה געהאט פון די ערשטע העלפט,
אייל דיר צי אין פארענדיג די צווייטע חלק להנאת כל הציבור.
יישר כח! יישר כח!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:06 |
|
| |
עס פלאקערט שוין ביי די זאליס. גרויסע אויספארשונגען קומען שוין פאר ווער עס האט געליעקט די געהיימע פאשקעוויל.
יעקב בער איז יעצט ווילד אויף יאנקי רובין אז יאנקי האט אים פארראטן, רובין זאגט אז יעקב בער האט אים געשיקט א אימעיל און נישט די ארגינעלע.
פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 18:54 |
|
| |
צו האט עפעס די פריש-געכאפטע פאשקעוויל פון יעקב בער מיט די פריש-נייעס אין ארץ ישראל אז ווי ס'זעהט אויס בלייבט שוין ר' חיים הערשעלע אין אמעריקא און פארט נישט צוריק מער קיין ארץ ישראל ?
יעקב בער'לע דו ביסט טאקע נישט קיין ממזר ביז א כשר קינד
אבער איך וואונדער ווייל אלס בחור (אין אר"י) פלעגט מען געווענטליך נישט קענען כאפן דיינע פינסטערע מעשים
און דא האט מען דיך אזוי געכאפט מיט די הויזן אראפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 18:33 |
|
| |
דער בן התימני שוויצט נישט אומזיסט ער קוקט ארויס איבער צינעמען דעם טאטען זיינער ער ווייסט נישט נעבעך נישט פין בעסער'ס
אין דעם יפו'ער מיט די קינדער וועט ער אפשיקן אויף שערי חמלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 17:55 |
|
| |
מ'זעט ווי יעקב בער רוקט אריין מנוולות'ן רעכטס און לינקס,
דאס צייגט ווי דער קאפ ליגט אים.
|
|
|
|
|