דאס אליין אז עס איז נישט קיין חילוק צו ר' אהרן רעדט די גרעסטע פערדערייען אבער אבי מען רעדט פון אים, איז טאקע א געוואלדיגער דערהער. אבער עס נישט די ארונימס אויפטו. זיי האבען דאס געגנבט פון "נחום ראזענבערג"... ער איז דער ממציא. נחום איז דער וואס האט אויסגעטראפען אזא געלונגענעם ספין, אז דער עיקר איז אז מען זאל רעדען פון אים און ווי מער מענטשען זאלען דערמאנען זיין נאמען. אט פון דעם נחום ראזענבערג האבען די ארונים גענומען דעם ספין אז ר' אהרן מעג רעדען שטותים און הבלים, ער מעג זיך רימען ביזען הימעל און נאך העכער, אבער אבי מען רעדט פון אים. און ווען מען האלט פאר אן ארוני אז זיין רבי איז ל"ע א יצא מדעתו, טאנצט ער גראד צוריק אז יעדער רעדט פון ר' אהרן, פון ר' זלמן לייב רעדט מען נישט... חלה דעקלעך...
אבער איידער איך וועל שרייבען פון ר' אהרןס געוואלדיגע בליציגע דרשות, וואס האט זיך אנגעהויבען שושן פורים, וועל איך צוריק גיין צו אפאר וואכען פאר פורים ווען עס איז פארגעקומען א דרשה ביי די ארונים אבער נישט דורך ר' אהרן נאר דורך דער דיין פון קרית יואל ר' געציל בערקאוויטש שליט"א.
ווי באקאנט איז ר' געציל שוין דיין אין קרית יואל זייטן התייסדות פונעם שטעטעל און ער איז אויפגענומען געווארען דורך רביה"ק זי"ע. און וויפיל מחלוקת עס האט שוין געפלאקערט אין קרית יואל און עס זענען שוין געפלויגען במשך די יארען-לאנגע מחלוקת אלע אמאליגע ראשי הקהילה די גרינדער פון שטעטעל, עס זענען שוין געפלויגען פון גרויסען ביהמ"ד און פון די קהילה, אלע מנהלים פון די מוסדות, שיינע פאר רבנים און סתם אידען, בעלי בתים, זקנים פון שטעטעל זענען געווארען ארויסגעווארפען אדער געגאנגען איידערען פליען. אבער נישט דער דיין ר' געציל. ער האט דורך געמאכט יעדע שטינק. אלעמאל איז ער געווען א געוואלדיגער שפילער אויפען פאליטישען שאך ברעט.
ווען ער האט געפילט אז ער מוז האלטען א דרשה קעגען די בני יואל, האט ער געהאלטען א פייערדיגע דרשה און מיט פאטאס, אבער איין מינוט נאך די דרשה האט ער געלאכט מיט די בני יואל און פון זיך אליין... ווען מען האט די בני יואל ארויסגעווארפען פון די קהילה איז ער ווייטער געבליבען מיט זיי נאנט און געגאנגען צו זייערע שמחות און האט גערעדט צו זיי, כאטשיג קיינער האט שוין נישט געטארט.
עס פלעגט זיך ארום טראגען א באוויסט ווערטעל אויף ר' געצילס חשבון אז עס זענען פארהאן עטליכע ר' געצילס. עס איז דא א ר' געציל פון ביהמ"ד, וואס האלט אז די בני יואל ווילען צוברעכען סאטמאר... עס איז פארהאן א ר' געציל פון מכירת חמץ וואס דעמאלטס איז ער זייער פריינטליך מיט די בני יואל און עס איז דא א ר' געציל פון די קאר, וואס אין די קאר ביים היטשען האט ער חוזק געמאכט פון ר' אהרן אז עס איז געגאנגען א רויעך.
אבער אין יאר תש"ע, נאך 35 יאר זיין דיין אין קרית יואל, עטליכע וואכען פאר פורים העבר עלינו לטובה, ווען ר' געציל האט געהאלטען א דרשה ווי ער האט דערקלערט בכל החומר אז נאר ר' אהרן מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל און ארום קרית יואל, האט מען זיך באגעגענט מיט א פרישען סארט ר' געציל. א ר' געציל דער עם הארץ... דער "בעל אגלי דבש" האט צוזאמגעווארפען זעלטענע עם הארצות'ן פון א שבות יעקב ביז צו א חרם דרבינו תם, אזש אז די חלה דעקלעך האבען זיך נישט געקענט אפווינדערען ווי ווייט די זאליס זענען שוין גרייט צו גיין נאר צו שטעכען ר' אהרן. זיי זענען גרייט עובר אויף א בפירושען "חרם" דרבינו תם!
עס איז נישט דא דאס פלאץ אריינגיין אין די הלכה ווייל צולייגען אזא דרשה דארף מען נישט קענען קיין הלכות. מען דארף נאר קענען ר' געציל און זיין אלטען גאנג צו טון אלעס פאר די וועידשעס, אפילו פארקויפען פאר די חלה דעקלעך לאקשען מיט בענענעס... עס איז פשוט נישט דא א שבות יעקב און אוודאי נישט א חרם דרבינו תם, און יעדער רב מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל אזוי ווי מען פירט זיך שוין טאקע. אפגערעדט פון דעם אז די גלילות ארום קרית יואל ציט זיך לויט ר' אהרןס שיטה ביז טשיינע... חלה דעקלעך...
דאס אז ר' געציל לאזט צו אז די חלה דעקלעך נוצען אזעלעכע אפגעריסענע פראזען ווי פסולים און ממזרים, איז נישט קיין קשיא, ווייל ביי די טריפהנע "מוסקאווי" קאטשקעס וואס איז געשחטען געווארען אין קרית יואל "בית השחיטה מהודרת" האט ער אויך געלאזט אז דער בלאט און אלע חלה דעקלעך זאלען דאס ארויף ווארפען אויף אנדערע בתי שחיטה און ער איז נישט געווען צום געפינען כאטשיג ער איז דער בעל מכשיר. ממילא אז ער נישט אחריות אויף גארנישט אפילו ווען ער ווייסט אז עס איז שטותים און אפילו ער ווייסט אז ער אליין איז באגאנגען א שרעקליכע עוולה ביי ביידע פעלער.
פארזעצונג קומט אי"ה