בית פורומים אידישע געדאנק

דראמאטישע נייעס: גאב"ד ירושלים שטעלט מהר"א במקומו הנכון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/4/2010 19:24 לינק ישיר 
דראמאטישע נייעס: גאב"ד ירושלים שטעלט מהר"א במקומו הנכון

מהר"א בייגט זיך פאר'ן ירושלימ'ער רב און שרייבט אונטער שטרי בירורין


לאמיר גיין צו די קלארע פאקטן און קורצן!

לפי בקשתם פון די אנערקענטע שרי התורה הראב"ד והביד"צ שליט"א דקהל יטב לב דסאטמאר צום ירושלימ'ער רב שליט"א, מיט א יאר צוריק, האט דער ירושלימ'ער רב שליט"א צוזאמענגעשטעלט נאך פארהאנדלונגען ובהסכמת ב' הצדדים א בי"ד של חמש, צו שליכטן די בני ברק'ער סכסוך, ואלו הם: די דריי שלישים הרב הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג שליט"א מכון להוראה, הרב הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א העדה החרדית, הרב הגאון ר' מרדכי באב"ד שליט"א מכון להוראה. די בוררים פון די צווי צדדים זענען ווי פאלגענד: הרב הגאון מטשאקעווא שליט"א מטעם שיכון קרית יואל און מוסדות יטב לב, הרב הגאון ר' זלמן גראוז שליט"א מטעם "מרכז המוסדות" בני ברק.

אלע ביידע צדדים האבן שוין אונטערגעשריבן אויף שטרי בירורין, צד שיכון קרית יואל – אלע חברי הנהלה כולל דער נשיא מרן מסאטמאר שליט"א - האבן אונטערגעשריבן ד' אדר תש"ע, צד מרכז המוסדות האבן אונטערגעשריבן ז' אדר תש"ע.

זונט ז' אדר שטייט דער ירושלימ'ער רב שליט"א און בעט זיך – ווי צו א גזלן - צו ר' אהרן טייטלבוים דער הויפט אנקלאגער בערכאות שלטונות הציונים, אז ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, ואין קול ואין עונה,  נישט ווי דער רב וואלט ווען גערעדט צו די וואנט, נאר ער האט טאקע גערעדט צו א וואנט.

נאך פסח האט דער ירושלימ'ער רב ווידער געבעטן ר' אהרן אונטערשרייבן שטרי בירורין, אבער דער פארשטייער זייער האט גענטפערט אז האט רעזיגנירט פון דעם פארמיטלערשאפט, און אנשטאט עם גייט פירן דעם געשעפט ר' אלישע הורוויץ פון קרית יואל, און מ'דארף מיט עם אנהייבן פריש אלע פארהאנדלונגען.

פארגאנגענע וואך האט ר' אהרן באוואשן ווי א סוטה, דעם חבר הנהלת העדה ר' שלמה פאפענהיים, און עם פארגעהאלטן פארוואס ער לאזט דעם ירושלימ'ער רב זיך אריינמישן און די בני ברק'ער סכסוך, וואס דערוועגן קענען די בני ברק'ער רבנים גארנישט טאן., דעריבער האט עם ר' אהרן געמאלדן מיט פאטאס, אז ער האלט נישט ביים אונטערשרייבן איצט שטרי בירורין.

די וואך זונטאג נאכט האט דער צד "מרכז המוסדות" ארגאניזירט אן עצרת מחאה בבית מדרשם אויף הופער קעגן די מכלומרש'טע הליכה לבג"ץ פון צד שיכון קרית יואל, און האבן מיט שווא ושקר פארקויפט אז צד שיכון קרית יואל וויל נישט גיין צו א די"ת, און האבן געשאטן קיתונות של בוז אויף זיי, און זיי אונטערגעריסן מיט בלאף און מיט שקר.

דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט באקומען א פונקטליכן באריכט פונעם עצרת, און איז באריכטעט געווארן איבער אלע השמצות וועחכע זענען געזאגט געווארן דארטן, און עס איז עם ארויף די בלוט פון קאפ, און געלאזט רופן זיינע מקורבים און האט זיי געזאגט אז ער גייט מאכן ארדענונג, און וועט נישט לאזן מבזה זיין די וועלכע וואס זענען ציית דינא, ווען און די זעלבע צייט שטייט דער פירער פון צד השני וממאן לחתום אויף שטרי בירורין.

מאנטאג נאכמיטאג האט דער ירושלימ'ער רב שליט"א אנגערופן פערזענליך די צווי שלישים הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג און הגאון ר' מרדכי באב"ד, און האט זיי געבעטן אז זיי זאלן פאררופן א מושב בי"ד שוין און די קומענדיגע טעג דאהי אין ניו-יארק, און זאל זעהן ווער עס האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און זאל ארויסגעבן א פסק הלכה ווער עס דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין און ער וויל עס נישט טאן.

דינסטאג אינדערפרי האט הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג אנגערופן די בוררים פון די צווי צדדים, טשאקאווער רב, און הרה"ג ר' זלמן גראוז, און זיי געמאלדן אז די נעקסטע וואך איז באשטימט דער ערשטער דיון, איבער די אישו ווער עס האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און זיי גייען בפקודת דעם ירושלימ'ער רב שליט"א פארעפענטליכן א פסק ברבים.

דער צד "מרכז המוסדות" האבן גלייך באקומען א דרינגענדע באריכט פון זייער בורר ר' זלמן, אז טאמער עס וועט נישט זיין קיין אונטערשריפט פון ר' אהרן און די קומענדיגע טעג, איז עלול ארויסצוקומען א בריוו פונעם בי"ד אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין. 

דער צד מרכז המוסדות האט געלאזט וויסן פאר ר' אהרן אז עס רעדט זיך איצט פון אן ערענסטן קריזיס, און מ'קען באצאלן א טייערער פרייז דערויף, ווען די זאלי'ס וועלן האבן וואס צו שרייען אז דער רבי האלט נישט ביים גיין צו די"ת, און די גאנצע וועלט וועט זיי גלייבן.

דער ר' אהרן פארשטייט נאר דעם שפראך, און עס איז נישט אריבער קיין גאצע צוועלעף שטונדן, און נעכטן פארנאכט 6:00 גענויע, האט ר' זלמן גראוז'ס זון, (וועלכער שרייבט זיין טאטענס בריוו'ן) אריינגעשיקט א פעקס פאר הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג, א בריוו וועלכע שטייט דערין צווישן די אנדערע קורצע ווערטער ווי פאלגענד: "החתימה של האדמו"ר מהר"א מופקד אצל אאמו"ר שליט"א" וועלענדיג ארויסברענגען אז ר' אהרן האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין.

איצט איז נאר געבליבן צו זעהן אויף וואספארא נוסח השטר ער האט אונטערגעשריבן, וויל פון דעם בריוו וואס ר' זלמן גראוז'ס זון האט געשריבן, קען מען גאר מיינען אז מ'רעדט פון א חתימה אויף אן הסכמה פון א נייעם ספר, אזוי ווי אמר ולא פירש ולא יסיף.

אלעפאלענס, איז קלאר אז דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט געטאן גאר א ריזיגן שריט, און האט בתחבולה גדולה געשטעלט דעם ר' אהרן אויף זיין ריכטיגן מקום.

בלייבט נאר צו זעהן דעם נוסח פונעם שטר, האפענדיג אז עס רעדט זיך נישט פון שטרי ליצנות נאר שטרי בירורין.

אבער ווי די באריכטן קומען איצט אן פון בני ברק, האט ר' אהרן אונטערגעשריבן נעכטן אויף א נוסח שטר הרשאה, מיט א דאטום פון כ"ג אדר (פארוואס נישט כ"ג שבט), צו מטשטש זיין די מוחות אז ער האט שוין אונטערגעשריבן מיט איבער א מאנאט צוריק.

ער האט אבער פארגעסן אז כ"ג אדר איז נאך ד' אדר.





תוקן על ידי yuchw ב- 21/04/2010 19:50:47




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 19:13 לינק ישיר 

מיר גייען יעדן טאג מעלדן צו די אהרונים האלטן ביים גיין צו די"ת

היינט מיטוואך אמור האבן נאכנישט די אהרונים געגעבן קיין ענטפער צו זיי האלטן ביים גיין צו די"ת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 00:02 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין אייגענע משנה בהירה, איך שרייב נאר, וואס דער ירושלמער רב'ס גבאי און משב"ק זאגט פאר יעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 20:43 לינק ישיר 

שעהר כתב:

די פאקטן זענען קלאר, אז די זאלי'ס ווילן זיך ארויסדרייען פון א די"ת, און קומען אויף יעדן טאג מיט נייע תירוצים.

און זיי זענען די מעכבים פון אנהייבן די בוררות, און אזוי איז דעת קדשו פונעם ירושלימער רב שליט"א


על פי משנתו הבהירה של שעהר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 20:42 לינק ישיר 

דיןתורה

איך האב געשריבן שקר?

די פאקטן זענען קלאר, אז די זאלי'ס ווילן זיך ארויסדרייען פון א די"ת, און קומען אויף יעדן טאג מיט נייע תירוצים.

און זיי זענען די מעכבים פון אנהייבן די בוררות, און אזוי איז דעת קדשו פונעם ירושלימער רב שליט"א


תוקן על ידי שעהר ב- 27/04/2010 20:50:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 20:34 לינק ישיר 

שעהר
פארוואס האקט יעדן טאג איינער אין תיבה אישי'ס אז די שפילסט צד מהר''א, ווען אין פאקט ביזטו צד מהרז''ל
איז עס אמת צו נישט?
איך ווייס נישט אויב ס'איז קעגן די תקנות, אבער נארמאל איז דאס זיכער נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2010 18:57 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס איר האקט און טשייניק

דער רבי שליט"א האט שוין אונטערגעשריבן מיטוואך ויק"פ, נאך בעפאר פסח.

און מ'ווארט צו אנהייבן דעם בוררות, און איך ווייסט נישט פון וואס איר רעדט.


דער ירושלימער רב שליט"א איז אינפארמירט פון אלעס, און טראץ וואס די זאלי'ס זענען ביי איהם יעדן טאג ממש, און זיי האבן דארט גרויסע מהלכים, האט נאך דער רבי שליט"א דארט גענוג א גרויסן כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 18:53 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס האט ר' שלמה פאפנהיים נישט געקענט ממלא זיין די שליחות וואס ר' אהרן האט אויף עם ארויפגעלייגט, דעריבער איז איצט אלעס געבליבן שטיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 18:13 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט אן ארוני פארוואס ר' אהרן וויל נישט אינטער שרייבען שטרי ברירין האט ער זיך גענימען שרייען עפעס וווערטער וואס איך פארשטיי נישט.... הא לן והא להו ווייסט אפשר איינער וואס עס מיינט?  
    
      
    

 



      

   


תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 27/04/2010 18:14:22




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/4/2010 17:37 לינק ישיר 

ווי איך האב איצט ערהאלטן די אינפארמאציע איז דער גאנצער בוורות פארהאנדלונגען ווידער געבליבן שטעקן, און די אהרונים ווילן נישט קומען צו די"ת.

ווייסט איינער די סיבה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 03:24 לינק ישיר 

ווי איך הער האט דער ירושלימ'ער רב נאך אלס נישט באקומען דאס דאקומענט (וועלכע ערשיינט די וואך אין בלאט) פון ר' ברוך אילאוויטש, וואס שרייבט אז ר' אהרן האט אונטערגעשריבן, און וואס עס ווערט באשטעטיגט דורך ר'זלמן גרויז'ס זון זייער בורר.

ווען דער גבאי ר"ע שפירא האט געפרעגט פארוואס מ'שיקט עס נישט פאר'ן רב, האבן זיי עם גענטפערט: דער רב האט די ברירה צו קויפן דער בלאט אזוי ווי יעדער נארמאלער מענטש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 04:58 לינק ישיר 

פארוואס זאל איך עם  דען פרעגן דעם טעם פארוואס, ער וואלט מיר במילא געזאגט עפעס א שקר, און איך גלייב זיי במילא נישט ווי א בלינדער. זאל ער מיינען אז איך גלייב עם, און ער זאל ווייטער שעלטן די זאליס פארן ארויס לאזן דעם שקר פון אינטערשרייבן שטרי ברורין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 23:16 לינק ישיר 

א  ישר כח פארן מודה זיין אז די ווייסט נישט! אבער איך קען דיר נאך אלץ נישט מוחל זיין פארוואס ווען דער זאלי האט דיר היינט געזאגט אז ער האט נישט קיין טשענס ביי דין תורה האסטי עם געגלייבט ווי א בלינדער... אין האסט עם אפילו נישט געפרעגט די טעם פארוואס ער האלט אזו



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/4/2010 22:55 לינק ישיר 

אמת איך ווייס נישט ווי די אהרונים האבן א בעסערן טשענס, אבער דאס איז זיכער אז די זאליס האלטן אז ביי דין תורה האבן זיי א פיל שוואכערן טשענס צו געווינען, און דעריבער ווילן זיי נישט גיין צו דין תורה, און צו איך גלייב צו נישט איז בכלל נישט מעלה ומוריד, ווייל איך בין נישט דער וואס איז מחליט צו די זאליס זאלן גיין צו דין תורה, זיי פרעגן נישט מיין מיינונג, קענסט דיך אדורך רעדן מיט דיינע זאליס, 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 21:28 לינק ישיר 

אהא..איך זעה אז די ביסט מודה אז די ווייסט נישט פארוואס זענען די ארונים זיכערע געווינערס ביי דין תורה!
די האלסט נאר אזו ווייל א זאלי האט דיר געזאגט...איך מיז דיר זאגען שעפעלע...מיר האבען זיך שיין דערלעבט...די גלייבסט שוין היינט ציטאגס א זאלי אויף א ווארט?...WOW איך האב געמיינט נאר די בלאט אדער שמואל ווידער...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/4/2010 21:15 לינק ישיר 

איך רעד נישט צו קיין צוויי זאליס אין איין טאג, קוים רעד איך צו איין זאלי און אויך נאר בצינעה באהאלטענערהייט, ווייל איך שעם מיך צו רעדן מיט קעלבלעך אפענערהייט, און אויב ווילסטו וויסן פארוואס ביי דין תורה האט איר א שוואכערן טשענס, דארפסטו פרעגן די זאליס וואס האבן ביז היינט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און כסדר אויפגעקומען מיט דריידלעך און שטיקלעך, זעט אויס זיי ווייסן עפעס וואס איך און דו ווייסן נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דראמאטישע נייעס: גאב"ד ירושלים שטעלט מהר"א במקומו הנכון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext