ר' א"ל מאיער רופט רבינו שליט"א צו סידו"ק אין וואודבערי זאל
ר' ארי' לייב מאיער פון קרית יואל (פון מאיער'ס לעיק) וועלכע מאכט חתונה נאך שבועות, און ער וויל מאכן די חתונה אין די וואודבערי זאל, און די מחותן האט בשו"א נישט געוואלט צולאזן אז זיין קינד זאל האבן א פסולע חתונה, האט מאיער געזאגט אז ר' געציל איז דאך דיין אין שטאט, און אים איז ער גרייט מכבד צו זיין.
די מחותן איז אריבער צום דיין ר' געציל און איבערגעגעבן די כיבוד, האט ר' געציל געענטפערט אז סידור קידושין גיהער צום מרא דאתרא וואס דאס איז רבינו שליט"א, און נאר אויב די רבי קען נישט גיין איז ער אים מכבד.
האט דער מחותן אנגערופן אין שטוב פון רבינו שליט"א און געפרעגט חיים שלמה פישער צו ער קען מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין אין די וואודבערי זאל, האט רח"ש געזאגט אז ער וועט איבערגעבן פארן רבי'ן און ער וועט צוריקרופן. צו זייער שאק האט רח"ש שפעטער צוריקגערופן, אז די רבי נעמט אן די סידור קידושין.
אצינד בלייבט איבער צו זעהן צו די שונאים וועלן פארנעמען אזא פאקט אז רבינו שליט"א זאל זיין מסדר קידושין ביי זייערע חתונות... כדי שלא להרבות פסולים בישראל.
איך האב עס געשיקט צו א סעפיסטיקירע לעב און קענעדע, צו טעסטן די DNA, עס האט געמעטשט די זעלבע DNA ווי עפעס איינעם אין מאנרא וואס דרייט זיך ארום מיט א שיפע קאפ און א גראדע שטאפענע היט, אויף דער DNA האט סאטמארע רבי מעיד געווען אז אלמלא עס וואלט נישט געהאט די DNA פון זיין פאטער, וואלט עס געווען די DNA פון איינער שלא עמדו רגליו על הר סיני...
נשלח ב-29/4/2010 20:48
איך האב אריינגעלייגט געלט + כח + מח, און די מסקנא איז:
די צעטיל איז געווארן געפרינט דורך א פענאסאניק פרינטער מאדעל נומבער: HLU856L, די פייל איז געווארן געעדיגט 3 מאל איידער מ'האט עס געשיקט צום פרינטן. למעשה האט מען עס צום סוף געקאפיט פון אן אדאבי פייל צו א ווארד דאקעמענט, ס'איז געווארן געטרענסילעטעט דורך א VCR מאדעל נומבער PI5.
(איך טראכט אפשר האט דעס מיט מיט די גניבה פון די ספרי תורה אין ב"פ, וואס מאנכע זאגן אז די גנבים זענען געווען די רביצין'ס שול מתפללים ווייל זיי האבן געוואלט האבן אסאך ספרי תורה צו מאכן דעם צירקוס אויסקוקן מעכטיג..)
נשלח ב-29/4/2010 17:49
איך האב אריין געלייגט ארבייט אין נאך גיין די צעטיל אין יא סאיז געקימען פין איין פראקציע ביי די מהר"א זייט וואס וויל נישט זעען די זאך פאר א מציאות וועגן די געלד שאדן פאר זייערע מוסדות אז אויב קען מען נעמען ר' געציל וועט ווערן דארך געבראכן די זאל אפי' ביי אזאנע וואס קענען נישט דערהייבן די טעראר אין פארדייס וועט עס שפירן האבן זיי דעס ארויס געלייגט זיי האבן געהאט ספארט ביי געוויסע אין זייער קהל יט"ל
(איך טראכט אפשר האט דעס מיט די לעצטע ראבעריי פין פישער מיט מאיר הירש וועגן יודא גאלדבערגער אין מאיר האט געוואלט ציפיקסן)
נשלח ב-28/4/2010 23:50
די צעטל איז אין קרית יואל נישט געהאנגען.
(מען דארף זיין א תינוק בן יומו צו מיינען אז דאס איז א אמת'ע צעטל.)
די אמת האט מען שוין דא געשריבן, און איך ווייס דאס גראדע גאר קראנט, אז מייער איז געווען ביי ר' געציל לאדענען, און ר' געציל האט געזאגט אז ער מוז רופן דעם רבין, האט ער דערנאך געקאלט בבית רבינו און ער האט באקומען דעם ענטפער אז די רבי נעמט עס אן. אבער בני יואל וויל דאס פארשטייצעך נישט צולאזן, עכ"פ זיי קענען אזא זאך נישט צוקוקן, (אגב: די גאנצע קהילה נפרדה דשאוק וואלט צופאלן, ודו"ק), און זיי האבן געזאגט פאר מייער אז אדער נעמט ער איינע פון די פורצים פאר מסדר קידושין אדער זאל ער ענדערשט גיין קיין מאנסי.
נשלח ב-28/4/2010 23:25
אזוי ווי אויבן געזאגט איך האלט סאיז פאלטש סקען נישט זיין ווייל דעס נעמט אוועק אלע טענות אקעגן אינז ווייל אז אינז ריפן דעם מרא דאתרא אין ער וויל נישט קימען זעמער פטור אבער אין בית המדרש ביי ענק איז עס געהאנגן לויט ווי איינער וואס האט עס געזען האט מיר געזאגט
נשלח ב-28/4/2010 22:58
קראך_היט כתב:
יעצט האבן די בני יואל געטאן דעם זעלבן שפיל אויף פארקערט, זיי האבן געפעלשעוועט א פארקערטע צעטיל, און עס אויסגעשפרייט אין גרויסן ביהמ"ד און עס אפי' אויפגעהאנגען
לויט מיין אינפארמאציע ווייסט נישט קיינער אין ביהמ"ד פון דעם פאלשן צעטל, אויסער די היידפארק באזוכער.
נשלח ב-28/4/2010 22:54
אוי, איך בין שוין צימישט. ווער מאכט דא חוזק פון וועמען?.
נשלח ב-28/4/2010 22:07
דער ריינער אמת לאמתו,
דאס איז א נקמה פון א צעטל וואס געוויסע לצים ארונים האבן נישט לאנג צוריק געפעלשעוועט א צעטיל כאילו בני יואל איז ברוגז אויף די זאלי דיינים פארן זיך אנעמען אויף זיי בנוגע די סידור קידושין, איך ווייס נישט צו איינער געדענקט עס,
יעצט האבן די בני יואל געטאן דעם זעלבן שפיל אויף פארקערט, זיי האבן געפעלשעוועט א פארקערטע צעטיל, און עס אויסגעשפרייט אין גרויסן ביהמ"ד און עס אפי' אויפגעהאנגען
מיין מיינונג איז אז ס'סתם נאריש, פון ביידע צדדים.
נשלח ב-28/4/2010 21:21
נאכאמאל די ווייסט גאנטץ גיט איך דריי מיך נישט אין די בתי מדרשים ווי סהעגט די צעטליך פין קהל אבער סאיז שוין נעכטען ארום געגאנגן אין אימעל איך האב עס באקימען פין א חבר מיינער וואס ער איז מער צי מהר"א זייט ווי צי אינז נא האט ער עס אויך באקימען אין ער האט עס דא ארויף געלייגט אויף הייד פארק וועגן דעם האב איך געפרעגט אויב סאיז אמת אדער נישט אז די זאגסט אז נישט איז נישט (ווי אויבן גשריבן מיר באט אוי אויסגעקיקט אז סאיז פאלטש)
נשלח ב-28/4/2010 21:15
זאג צדיקל, דו האלטסט טאקע אז ווען קהל וויל שרייבן א מודעה "בשער בת רבים" (ווי די צעטל לויטעט) שיקן זיי עס פאר יוסל וואלדמאן זאל עס פאוסטן אויף היידפארק?
איך האף אז דו ביסט נישט ערנסט מסופק, דו מאכסט זיך נאר.
יוסל, טריי עגעין.
נשלח ב-28/4/2010 20:33
איז די צעטיל אמת אדער נישט?
אויב יא וואס האט פייוו פארפירט אז די בני יואלע זענען די וואס גייען נישט לאזן
(איך האלט אז סאיז פאלטש ווייל אויב יא צופאלט אלע זאכן וואס מהר"א זייט נישט אלטץ א איסור ווייל אז א רב וויל נישט קימען איז זעכער אז מ'מעג נעמען א צווייטן )
איך לייג עס איבער ווייל פריער איז עס נישט קלאר
תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 28/04/2010 20:36:58
נשלח ב-28/4/2010 03:37
די צומישעניש ביי די בני יואל איבער די מעשה איז אזוי גרויס, אז ס'לאזט זיך נישט זאגן.
עד כדי כך, אז יוסל וואלדמאן - וועלכע איז ווארשיינליך געווען פון די וועלכע האבן ליבערשט געוואלט אז די רבי זאל עס "נישט" אננעמען - האט שוין היינט געמוזט אפטייפן א צעטל אין נאמען פון קהל און פאוסטן אויף זיין פארום:
נשלח ב-26/4/2010 05:09
פראטאקאל פון בני יואל, יעצט פראקלאמירט ביי די בחורים פארום:
...אבער די פירערשאפט פון די בני יואל האט זיי געלאזט וויסעןאז הי' לא תהי דאס וועט בעזה"י קיינמאל נישט זייןזיי וועלן קיינמאל נישט צוגעלאזט ווערן אפילו נאנט צו די הייליגע מוסדות ווייל דער גאנצער בנין און מוסדות הק' איז נאר געווען כדאי מקיים זיין דעם הבדלו מתוך העדה הרעה הזאתבראשו של[כ"ק אדמו"ר]הרב אהרן טייטלבוים
אלזא, כמיין כ'האב נישט געגרייזט...
נשלח ב-25/4/2010 22:01
FiveBoro כתב:
איך גלויב אז זיי אליין וועלן זיך יעצט רייסן ביי די קעפ איבער דעם. אזוי זאגט די שכל.
ווי איך זעה פון די זאלי שרייבער האב איך נישט שלעכט צוגעטראפן.
אינטערסאנט איז אבער צו זעהן ווי איין שרייבער וועלכע האט אנגהויבן שפינען א געוועב אז אפשר לוינט זיך פאר בני יואל ארויפצולאזן דעם רבין (ווי כאילו איינער בעט זיך ביי זיי..) מיט א "תנאי" אז מען גייט לאזן די בנ"י טוהן וואס זיי ווילן אין שטעטל (אוודאי, אלעס אלעס וועט מען זיי נאכגעבן! די רבי גייט אויס צו קענען גיין צו זיי... נארישע קינדערלעך), און ער לייגט צו אז אזוי וועט ווערן א צומישעניש ביי די ארונים ווייל זיי וועלן נישט וויסן ווער עס האט געמאכט א פסולע חתונה און ווער א כשר'ע (ווייל קהל פארמאגט פשוט נישט גענוג טינט און פאפיר...).
איז אינטערסאנט צו זעהן, אז עס גייט נישט דורך אפאר מינוט, און די "פינק פון אידישקייט" גיט זיך ביי אים א וועק אויף.. און ער לייגט צו ווי פאלגענד:
מען טאר בכלל נישט ארויף לאזן אזא חוטא ומחטא את הרבים אפילו אויב ער נעמט זיך פאר אויפצוהערן די רדיפות אויף ערליכע אידן, דאס באלאנגט שוין פאר רבנים צו פסק'נען. כ'גלייב אבער שווער אז דאס איז די מציאות, ווייל אויב אזוי קענען דאך בני יואל אידן מאכן חתונה דא אין פרדס ווען ער קומט מסדר קידושין זיין? וואס מאכט אויס אויב ער קומט צו בני יואל אדער א בני יואל גייט צו אים?