א שיינעם פרייטאג צונאכטס אינמיטן איינטונקן די חלה אין פיש זאפט, הייבט  זיך אונזער ר' אהרן אונטער פון זיין גרויסן בענקל, און הייבט אן כדרכו 'יהללוך פיך' רעדן פון זיינע מידות טובות, דאס מא" /> פורום: אידישע געדאנק - ווען דער סבלן ווערט א סרבן - כראנעלאגיע – בחדרי חרדים
בית פורומים אידישע געדאנק

ווען דער סבלן ווערט א סרבן - כראנעלאגיע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2010 19:00 לינק ישיר 
ווען דער סבלן ווערט א סרבן - כראנעלאגיע

בס"ד

 


 

א שיינעם פרייטאג צונאכטס אינמיטן איינטונקן די חלה אין פיש זאפט, הייבט  זיך אונזער ר' אהרן אונטער פון זיין גרויסן בענקל, און הייבט אן כדרכו 'יהללוך פיך' רעדן פון זיינע מידות טובות, דאס מאל מיט א געוואלדיגע התפעלות פון זיין מדת סבלנות, ער זאגט אז ער שווייגט שוין צוואנציג יאר שומע חרפתו ואינו משיב, ער איז א נרדף וואס איז נישטא זיינס גלייכן אבער ער איז סובל ומעלים עין, ער שווייגט. ער האט קיינמאל נישט וויי געטוהן א איד, נישט בדיבור נישט במעשה, און ער בעט זיינע תלמידים הוי מתלמידיו של אהרן און מען זאל גארנישט טוען זיך אנצונעמען אויף זיין כבוד מען זאל שווייגן, טאקע א נאה דורש עס פאסט זייער גוט פאר שבת מברכים אלול, צו רעדן פון שבירת המדות בפרט ווען מען איז אזא גוטע דוגמא וואס ממנו ילמדו וכן יעשו, לאמיר כאפן א כראנאלאגישן שפאציר וויאזוי ער איז א נאה מקיים.

 

עס גייט נישט אדורך אפאר טאג, די סעודת הילולא קדישא פון רביה"ק זי"ע, דער בעל דרשן רעדט כדרכו מיט גרויס התפעלות פון זיינע גרויסע אויפטוען מיטן מאכן א מהודרת שחיטה, ובחדא מחתא אויף זיין סבלנות'דיגער שטייגער איז ער מגלה קבל עולם ומלאו אז אלע בתי שחיטה זענען מכשיל אידן מיט צומות הגידין, כאטשיק ער ווייסט שוין פון דעם מכשול א שטיק צייט, נאך וואס אין "זיין" שלאכט הויז המהודרת איז געטראפן געווארן דער שרעקליכער מכשול, האט ער אבער געהאט סבלנות צו פארציילן די וועלט דעם מכשול ביז די גוטע געלעגענהייט פון האלטן א דרשה, ער האט געהאט סבלנות פון ווען מען האט אים מעורר געווען אז די מהודרת האט זייער א גרויסע פראצענט צומות הגידין וואס איז ריין טריפה, אבער דער סבלנות האט גובר געווען ויאכלו ענוים וישבעו, נישט אומזיסט האט זיין טאטע אים גערופן טרפון, כפי עדותו ביי די סעודות שלשים פון זיין טאטן, קוים דרייסיג טאג וואס ער האט זיין טאטן געזעהן ביי קדושה, ווייל זיין טאטע דער רבי ז"ל האט ברוח קדשו געזעהן אז ער וועט געבן צו עסן טריפות מהודרת און דערנאך באשולדיגן די אנדערע בתי שחיטה אז זיי זענען גאר טריפה, אט איז אין די פאר טאג דער סבלן געווארן א טרפן.

 

אינגאנצן אפאר טעג זענען פארביי פון דעם שבת מבה"ח אלול, ס'איז שוין ר"ח אלול, א ביטערער אומגליק פאסירט אין שטאט קרית יואל, א טייערער אינגערמאן פון 41 יאר אלט מיט 11 קינדער איז פלוצלינג אוועק ביי זיך אין שטוב אינמיטן די נאכט, די הצלה באשטעטיגט אז ער נישט בין החיים, און די משפחה וויל מסדר זיין א מקום קבורה, דא קומט דער מדות סבלנות ער קען סובל זיין דער צער פון די יונגע אלמנה מיט יתומים, און באפעלט די הצלה צו האלטן דעם נפטר איינגעשפארט אין אמבולאנס, ווייל ער האט א חשבון מיטן טאטן פונעם נפטר, און יעצט איז דאך די פאסיגע געלעגנהייט זיך אפצורעכענען מיט אים, דער שליח פון די ווילידש געט איבער פאר די אלמנה אז עס איז דא א וואסער ביל פון אפאר אלפים וואס מוז באצאלט ווערן איידער ער קומט לקבורה, חוץ אויב דער טאטע פונעם נפטר וועט זיך ברעכן און אונטערשרייבן וואס דער סבלן וויל. אלע שתדלנים פרובירן אים צו ברעכן, אבער ער מיט זיין סבלנות וויל נישט מוותר זיין און לאזט דער נפטר אונעם פארמאכטן אמבולאנס פאר גאנצע זעקס שעה, ווילאנג מען וועט אים נישט אויסשטעלן א גרויסן באנק-טשעק מיט א חתימה אויף זיין פארלאנג.עס קומען אראפ רבנים גאונים צדיקים שליט"א און די זקני וחשובי הקהלה און שטעלן אויף א נייעם בית החיים צו קענען ברענגן לקבורה דעם אינגן נפטר ל"ע, די סבלנות ישיבה שיקט ארויס אלע טרופן זינגען און טאנצען אויף די גרויסע שמחה, אזויווי זיי זענען נצטוה געווערן מפ"ק שבת ביי די פיש זאפט "נאר סבלנות",  די הנהלת המוסדות אין קרית יואל גייען אויף דעם זעלבן דרך הסבלנות מ'רופט אן די אלמנה אז אירע קינדער זענען אויף די גאס נאך די שבעה, די מדות הסבלנות איז למעלה מגדר אנושי, קינדערלעך קליינע אומשולדיגע יתומים  האבן נישט קיין מוסד ווי צו גיין לערנען נאך די שבעה פארוואס? בלויז צוליב בלוט דורשטיגע סבלנות!, קיין קלאסן פאר עלטערע קינדער איז נאך בימים ההם נישט געווען אין מוסדות ויואל משה הייסט עס למעשה געלייגט קינדער אויף די גאס. און ונהפך הוא, דער טרפן איז צוריק געווארן א סבלן.

 

די טראגעדיע מיט דעם אינגערמאן איז נאך פריש, אבער אפאר טאג זענען פארביי און נאך צענלדיגער משפחות באקומען בריוון אז זייערע קינדער זענען ארויסגעשטעלט פון די מוסדות ווייל דער מנהיג האט אנגעכאפט אין מיטן די פיש א גוסטע פון סבלנות, צענדליגע טיטשערס זענען אויפגעזאגט געווארן פון זייער שטעלע ווייל די מענער לערנען אין כולל ויואל משה, אזוי האט מען מקפח געווען צענדליגע פרנסות און ארויסגעווארפן צענדליגער משפחות קינדער פון די מוסדות מיט די סבלנות, אין איין וואך.
 
גייט נישט אדורך אפאר טאג, די סבלנות קהלה פארלאנגט פון געריכט אפשפארן א בית המדרש דער מקום קדוש וואו רביה"ק זי"ע האט אפגעראכטן זיין עבודת הקדוש די לעצטע יארן במסירת נפשו, דער מקום וואס איז געווען א מקום קדוש 35 יאר, בלי שום סיבה מספקת נאר ווייל דער סבלן שפירט אז זיין נאה דורש איז נישט גענוג מען דארף זיין א נאה מקיים, ארויסווייזן די מידת סבלנות אז ער קען דערהייבן.

 

די שטארקע 'סבלנות מאוומענט' האט פאראורזאכט אפאר טאג דערויף אז די סבלנות קהלה געט ארויס א גזירה קעגן כולל שומרי החומות, מען רייסט ארויס פישקעס פון בתי מדרשים, מען האלט דרשות אז ר' מאיר בעל הנס איז אין בני ברק, שומרי החומות געט נישט פאר סאטמאר אידן וכדו', ס'איז נישטא קיין מסורה אויף צדקת רמבעה"נ, אלעס צוליב די סבלנות אז שומרי החומות האט ווייטער אדווערטייזט אין א צייטונג וואס אנערקענט נישט אין זייער מלכות הסבלנות, ווען צו די זעלבע צייט איז מען סובל אז זיין שלאכט הויז המהודרת ווערט עדווערטייזט אין ציוניסטישן דזשואיש פרעס.
 
נאך אפאר טאג פארביי, אט האלט מען שוין ביי די הייליגע טעג, אבער די גאס זעהט נאכנישט ווי שטארק מ'איז נאה מקיים, די סבלנות קהלה שפארט אפ וואסער סוער לעקטער פונעם בית המדרש בית יואל. אפאר טאג דערויף די סבלנות ישיבה קומט אראפ אויפן רוף פון די מגידי שיעור צום מעמד הוצאות הסוער, מען ברענגט טרעקטער'ס מיט די הילף פון פאבליק סעיפטי, ובשמחה רבה ובסלבנות גדולה גייט מען אויסגראבן דעם סוער פון בית המדרש בית יואל.

 
תוקן על ידי - פארמעגליך - 23/04/2010 19:28:04



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 21:59 לינק ישיר 

נו אויב נישט באגאץ זאל זיין א בית דין, וואס טוט זיך טאקע מיט דעם בוררות? איז ווידער דער סבלנות מעכב די גאנצע דין תורה, מען טוט אלע שטיקלעך אויף די וועלט אז צו קיין דין תורה זאל עס נישט קומען, פארוואס? זאגט דער סבלן דארט ווי איך בין שוואך גייט מען נישט צו די"ת, און דוקא ווי איך בין אוחז ביד איך בין שטארק, מוז איך גיין צו דין תורה! איי האסט דאך נישט קיין לעגאלע רעכטן? דו קענסט נישט בויען, דו קענסט נישט באנייען קיין שטר שכירות, דו קענסט נישט תובע זיין קיין שכירות? וועט מען שרייען הויעך באגאץ, מען וועט ברענגן די שטערקסטע רעדנערס וואס מען פארמאגט, פונעם ראדני באלעמער ביז אמסטערדאם הבירה וועט מען אפירזוכן גוטזאגערס און מען וועט מאכן רעזעלוציעס און פראטאקאלירן אז מען מוז שוין ארויסיין פון באגאץ.
 
דער בעל דרשן האט אליין געוואלט רעדן ביי דעם באגאץ צערעמאניע אבער נאך די אלע בושות האט מען שוין נישט געלאזט, סאיז געווען א בחינה פון מלך אסור ברהטים, מ'זאגט פארן סבלן זאל נישט זארגן, מ'וועט אויפשטעלן זיין זוהן, וואס מ'האט נאך דערווייל נישט גענוצט פאר קיין שום פאליטישע צוועק, ער וועט זאגן דעם דבר הסבלנות טאקע בשם דעם טאטן ז"ל, און מען מאכט רעזעלוציעס אז מען מוז שוין ארויסגיין פון בג"ץ און גיין צו דין תורה, איי עס איז נישטא קיין באגאץ דריי יאר? און גערעגענט ביים שניידן די ווייץ האט דען יא?! איי דער דין תורה ווארט דאך נאר אויף די טינט פון דעם תובע? און קאטשקעס האט דען יא געהאט א תירוץ?! איי ווי קען מען שרייען דין תורה ווען מען איז מסרב? האט מען דען נישט געשריגן אויף אלע בתי שחיטה טריפה ווען מען איז געכאפט אין א מכשול?! דאס איז דאך דער מהלך אז מען האט נישט קיין תירוץ שרייט מען אויף יענעם, שרייט מען דען נישט הולכים בערכאות עולמי בעת ווען שוין צעהן יאר איז מען תובע אין אלע געריכטן וואס נאר שייך אן קיין שום היתר? דאס איז דער שפראך, געווינען מיינט פארלוירן, יענער איז טריפה מיינט איך האב א פראבלעם, באגאץ מיינט איך האלט נישט ביים אינטערשרייבן. אז מען האט א פראבלעם אז דער ירושלימ'ער רב מוטשעט מיט בוררות, וועט מען אים מיד מאכן ביז ער וועט זאגן ידי מסולקת הימנו, מען וועט פסל'ן אלע שלישים וואס ער שלאגט פאר, מען וועט אים לאזן ווארטן חדשים אויף תשובה, אלע בתי דינים פון די גאנצע וועלט זענען פסול לדין, נישט די עדה החרדית נישט דער שטאטישע בי"ד פון אנטווערפן, נישט דער שטאטישער בי"ד כדתיא פון לאנדאן, נישט דער בי"ד פון מכון להוראה אין מאנסי ניו יארק, זענען כשר צו זיין שלישים בדבר, נאר רבנים וואס זענען פון בני ברק, אדער רבנים וואס נעמען אנטייל אין די בחירות פאר די כנסת המינים, זענען כשר לדין בדבר, נאך צוויי יאר וואס ירושלימער רב דרוקט אויף די סבלנים, און מען האט שוין נישט קיין וועג ארויס, א ס'איז שוין דא א בית דין איז דער מקום הדיון מעכב, ס'מוז זיין דוקא אין ארץ ישראל, זאלן אלע רבנים און בעלי דינים קומען צו פארן פון ניו יארק, נאכדעם וואס מען איז אויף דעם מוותר, איז דא א פרישער פראבלעם דער שטרי בירורין איז נישט גוט געשריבן, מען דארף טוישן דעם נוסח, שוין געטוישט דער נוסח, א פרישער פראבלעם די שוכרים דארפן אויך חתמ'ן בדיל ויעבור, א פרישער פראבלעם די שעיר האלדערס זאלן חתמ'ן,  שוין ערלעדיגט דאס אויך, איז שוין נישט דא קיין וועג זיך משתמט זיין אדער מיד מאכן דעם ירושלימ'ער רב, מען מוז שוין ארויסגעבן דעם אמת, אז דער סבלן איז אויך א סרבן, ער האלט נישט ביים חתמ'ן זיין נאמען אויף שטרי בירורין.
 
וואס טוט מען ווייטער, ס'איז שוין א וואך פאר פורים יעדער האט שוין אונטערשריבן שטרי בירורין אלע שטיקלעך פון עיכובים איז שוין אויסגעלאפן, נעמט מען דעם אלטן מיטל פון סבלנות שווייגן - און מען מאכט באגאץ כאלאטלעך און באגאץ מאבילס, אבי זאלסט פון מיר נישט רעדן. זאל קיינער נישט רעדן פון ר' טרפון'ס קאטשעקס און נישט פון סרבן'ס נישט אונטערשרייבן.
 
אבער דאס האט נאך אלץ נישט געהאלפן, דער ירושלימער רב סטראשעט מיט א בריוו ווער עס איז דער מסרב לדין, מען פארבלייבט מיט איין עצה שרייען באגאץ, טראקס, מייקס און פלוג בלעטער. דרשנים רעדן פייער און וואסער, ספדנים וויינען, שמיני עצרת טאנצער מאכן רעזאלוציעס, און דער עולם גולם ווייסט נישט וואס מען וויל דא, מען דארף מאכן דעם קאווער אפ אויף מסרב זיין חתמ'ן שטרי בירורין. איי פארוואס טאקע נישט חתמ'ן שטרי בירורין ווען מען איז דער הויפט בעל דין, דער איינציגער געזעצליכער תובע וואס האט בעלות אויף די נכסים, ווייל ווי קען ער חתמ'ן אינאיינעם מיטן ברודער, ער חתמ'ט דאך שוין נישט קיין קול קורא'ס אפאר יאר, נישט ציונות נישט חיטוטי שכבי נישט גזירת עקירת הדת, נישט קיין צניעות נישט קיין פדיון שביים נישט קיין מוסדות על טהרת הקודש, ער שרייבט נישט אינאיינעם מיטן ברודער, און וויאזוי וועט אויסקוקען א פסק בי"ד וואס וועט שטיין אז אדמו"ר מהר"א און אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר האבן זיך מתדיין געווען? דאס הייסט אז ער האט מודה געווען בעבודה זרה, הי' לא תהי', נאכדעם ווי ס'ווערט נתגלה קלונו ברבים – מען קען שוין נישט ארויסדרייען פון חתמ'ן, שרייבט דער בורר א בריוו אז א חתימה איז מושלש ביי אים, וואס דער חתימה איז, צו איז בלויז א געחתמ'טער טשעק, כעין דער חתימה וואס ריכטער לעווענטאהל דערמאנט, אדער גאר א הסכמה אויף א ספר דאס שטייט נישט. אבער ווען איז דאס גע'חתמ'ט? בא הכתוב השלישי דער בלאט, און זאגט אז דער חתימה איז גאר פון חודש אדר, אויב אזוי וואס איז דער סבלנות פון האלטן די חתימה אין לעדל צוויי חדשים? וואס איז דער דרך הסוד? ווייל מען וויל נאך פרובירן טריקס אולי וועט נאך געלאנגען זיין א סרבן און סוף כל סוף נישט דארפן אינטערשרייבן, און דערווייל מאכט מען דעם קאווער-אפ און שרייט באגאץ. וועט איר פרעגן ווי קען מען פארקויפן באבקעס - שרייען באגאץ - ווען דער שופט שרייבט אז די צדדים האבן מחליט געווען צו גיין צו בוררות און דעריבער איז דער קעיס אין געריכט געשלאסן? וועט איר פרעגן ווי קען מען פארקויפן באבקעס - שרייען דין תורה - ווען דער אנדערער צד האט שוין לאנג אינטערגעשריבן נאר די ביזט דער איינציגער מסרב?
 
דער תירוץ איז אויב סבלנות מיינט שפיכות דמים, און שחיטה מהודרת מיינט מאכיל זיין מאכלות אסורות, דעמאלס מיינט שרייען באגאץ איך האלט נישט ביים גיין צו די"ת... און אצינד וועט שוין יעדער מודה זיין אז ר' אהרן איז סבלן הדור, סרבן העולמי און רבי טרפון המהודרת...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 21:47 לינק ישיר 


 
דער קלימאקס פונעם סבלנות איז בלי שום ספק דעם מורא'דיגן סבלנות וואס ער האט לעצטענס ארויסגעצייגט מיטן סובל זיין צו זיין א סירוב לדין ער איז סובל אפילו דער גאב"ד ירושלים שרייט סרבן, אפילו די אייגענע פון בני ברק שרייען ס'איז בזיונות אויב ער שרייבט נישט אונטער ווייל אלס בעל דין ער האט דאך תובע געווען ביי די ממשלה אז מען האט געפעלשעוועט אין די רשם החבורות ווער עס זענען די אמת'ע מיטגלידער אין די חברת קרית יואל, אבער ער איז סובל אפילו אויב דאס מיינט זיין א סרבן, דא קומט ברוך אילאוויטש וויינט דער גאב"ד האט מיך אנגעשייגעצט מיט קולות א טאג נאך פורים אז איך זאל מער נישט איבערטרעטן זיין שוועל און ער וועט מפרסם זיין די גאנצע וועלט ווער עס איז מעכב דעם דין תורה, אבער מיט זיין סבלנות זאגט ער איך קען נוצן אלישע הורוויץ טראגן און ברענגן דעם גאב"ד אויף א הערליכן שפאציר אינערהאלב מיין מידת הסבלנות, און ווארפט נאך צו אז די בני ברק'ער רבנים פארשטייען סאך בעסער דעם עסק.
 
די פאקטן פון בני ברק'ער דין תורה וואס שלעפט זיך שוין פינף יאר איז נישט אזוי ברייט באקאנט, איין זאך וואס מען ווייסט איז אז דער בעל דרשן דער סבלן שלאפט מיט דעם און שטייט אויף מיט דעם שוין באלד 4 יאר, בני ברק איז שוין יארן דעם הויפט שטאט פון סבלנות, דארט איז דער געבורט ארט פון דעם גאנצן חסידות דער יועץ פרטי איז פון דארט, און דער רעיון פון רב בכל אתר ואתר איז פון דארט, דער עגל געפינט זיך דארט דאס בעסטע, ווען עס מאכט זיך א שוואכע מינוט לויפט מען אויף בני ברק שעפן חיזוק, אשר על כן איז דער סבלנות פונעם סבלן דארט שטערקער פון אנדערע מקומות, לולא דמספינא וואלט איך געזאגט אז אין בני ברק איז די מלוכה א בחינה פון לך לך לך כי לך לך אף לך אלעס איז דארט זיינס, דארט טאר מען נישט פוגם זיין במלכות אפי' במחשבה קלה. דארט שלאגט מען און מען שטעכט רעדער און שיסט פענסטער און טעראריזירט אויפן סבלנות'דיגען דרך.
 
ער האט שוין געזאגט דרשות און געשריבן אויף זיינע מאבילס, געמאכט כאלאטלעך פאר די בחורים, געשריגן מיט מייקס אויף טראקס, מען האט שוין אפילו געמאכט ה' אייר אן אסיפה, אבער וואס עס גייט פאר ווייסט מען נישט. מען שווייגט ס'איז על דרך סוד, אפאר פאקטן איז אבער קלאר לכל:
 
דער תובע הראשון ביי די ציוניסטישע רעגירונג איז געווען די בני ברק'ער הנהגה וואס האט פארלאנגט אז מען האט געפעלשעוועט דאקומענטן ארויסצושטעלן דעם סבלן פון די בעלות.
 
די משיבים אויף די קלאגע, דאס הייסט די ארגינעלע הנהלה אין אמעריקע, האבן געהאט א היתר פון דעם מרא דאתרא, דער גאב"ד קרית יואל בני ברק, צו אפשלאגן די מסירות און אויך מעקל זיין פון בויען, אין זיי האבן אויך גענומען היתרים בכתב פון א בית דין אין ירושלים און אויך א בית דין אין ניו יארק, וואס דער סבלן האט באטיטול'ט מיט שלשה רועי בקר.
 
דער אפיעל אין בג"ץ איז געמאכט געווארן דורך די שליחים פונעם סבלן, וואס האט דארט אויך ביטער פארלוירן אזיווי אין נידריגן געריכט.
 
תיכף נאכן פארלירן אין בג"ץ האבן ביידע צדדים אינטערגעשריבן אין געריכט אז מען גייט צו בוררות און מער איז נישטא קיין תביעות טענות ומענות אין געריכט, וואס דער שופט האט באשטעטיגט אז מהיום והלאה איז דער סכסוך ביי בוררות בית דין.
 
בסך הכל קומט אויס אז קיין באגאץ איז שוין נישטא דריי יאר, ווער עס איז געווען דער מתחיל אין די ציוניסטישע רעיגרונג איז אויך ברור, די שאלה איז נאר צו די בתי דינים וואס האבן מתיר געווען צו גיין אפשלאגן די מסירות זענען רועי בקר צו נישט, דאס איז לכאורה א הלכה'דיגע שאלה וואס איז נישט פאר אונז צו באשליסן, אבער קיין באגאץ קומט דא זיכער נישט אריין, ווייל דער באגאץ איז שוין לאנג פארמאכט, און דער אריגינעלער תובע אין באגאץ איז דער זעלבער וואס שרייט באגאץ, ס'נישט קיין קשיא אז ס'טוט וויי שרייט מען, מ'האט געכאפט גוטע מכות אין בג"ץ מ'איז טאקע א סבלן און פאר דעם שרייט מען באגאץ.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 19:31 לינק ישיר 

ביטע נאר מגיב זיין אין הערות אשכול.
 
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2781072&forum_id=21016
 
המנהל.

תוקן על ידי המהדרין ב- 23/04/2010 20:19:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 19:06 לינק ישיר 

די סבלנות מיטן באגא"ץ איז נעקסט!

תוקן על ידי פארמעגליך ב- 23/04/2010 19:31:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 19:06 לינק ישיר 


 
דאס אלעס איז אבער כטפה מן הים צו דעם גרויסן התגלות וואס ער האט באקומען אינמיטן פסח, ער האט זוכה געווען על דרך סוד געוואויר צו ווערן דעם טעם פארוואס אנדערע שווייגן, מילא ער שווייגט איז דאך פשוט ער איז א סבלן און שתקן אלע יארן געווען און וועט זיין, פון אים ארויסצוען א איבעריג ווארט איז כמוצא שלל רב, אבער פארוואס שווייגן זיי, איז ער מגלה דעם סוד, ווייל ס'איז נעבעך גרויסע צרות ביי זיי, זיי עסן נעבעך מצות וואס איז סאך ערגער פון קאוקאו ל"ע, ווער איז דאס דער זיי? 98 פראצענט אידן פון אמעריקע וואס עסן מצות פון די בעקעריי'ען ווי סאטמאר, וויזניץ, פאפא צעלים, בעלזא, קערעסטיר, שאץ, בארא פארק שמורה, און אפילו די סבלנות קהלה אויך, אלע האבן געגעסן חמץ בפסח דאס אלס איז נתגלה געווארן פאר דעם סבלן וואס האט כידוע אפענע און שארפע אויגן, אבער מיט זיין מדת סבלנות האט ער געהאלטן דעם באמבע על דרך סוד, און אויסגעשאסן ווי א וואלקעינא אויסבראך אינמיטן חול המועד פסח, נאכדעם וואס אידן האבן שוין יאכלו וישבעו געווען פון די חמצ'יגע ווייץ ר"ל.
 
דא האט ער געלערענט ווייטער על דרך סוד וויאזוי מען קען געוואויר ווערן אז סאיז חמץ איז מען מכבד ארויפגיין קוקן אויף די כלי, איז מען מכבד ארויפגיין אויף די כלי, און יעדער ווייסט דאך וויאזוי דאס מברר זיין, און דא נעמט מען זיך אפיר דעם היתר פון טאש אין די סוגיא פון מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך, אז מען איז שוין אויף די כלי לצורך קען מען שוין שלא לצורך אויך, דער נאה דורש איז מעיד אז ער איז נאה מקיים ער האט יעדן טאג געקוקט בעת ער איז געווען אין ניו העמפשיר און געזען ווי עס רעגנט, און עס איז טאקע נתפרסם געווארן דעם בילד ווי מען זעצט זיך אליין צו די כלי ביי מיל מארט אין פאבריק, און מיט די שארפע אויגן מאכט מען א טריקענע בדיקה אויף די כלי צו זעהן אויב ס'האט גערעגענט אינמיטן זומער בעת די שלום געשפרעכן צווישן די צוויי קהילות אין לאנג איילענד ווייץ פעלד, וואס איז באשטעטיגט געווארן אין די משפחה מאגאזין אינטערוויו, און אויך איז מען מכבד דעם עולם צו מאכן בדיקות אין בית השחיטה קוקען די הידורים, נישט דוקא אויף די לאנגע בערד אבער אויף די מהודרת קאטשקעס, און מען האט שוין מיט די אפענע אויגן געוואוסט אז עס וועט זיין גרויסע פראבלעמען אינמיטן חול המועד, אבער מיט סבלנות האלט מען זיך על דרך סוד, עס איז ניטאמאל געווען איין איד וואס האט געכאפט א ציטער פון דעם שרעקליכען מכשול, ווייל דער עולם איז שוין אויך סובל, זיי דערהייבן, זיי ווערן נישט דערציטערט ווייל זיי פארשטייען אלע דעם דרך פון אריישניידן אין זיבעטן ריפ מנה אחת אפים אויף דרך הסבלנות.
 
ס'האט קיינער נישט ארויסגעווארפן די מצות וואס מען האט געהאט אין שטוב וואס איז געקומען פון לאנג איילענד, נאר אדרבה מען מאכט א קאווער-אפ מען מאכט אינטערוויוס וואס דער רבי האט יא געמיינט און וואס נישט, און ווען סווערט א שטיקל טומעל פונעם היתר פון טאש אויף די כלי, שרייבט מען אין צייטנונגען א דאנק פאר זשעינעט וואס העלפט ארויס מיט די מערכה קעגן כלים, וכן נצטיוונו מפה קדשו, ממש כאשר נצטווינו מפה קדשו לסבול ולשתוק.
 
המשך יבוא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 19:04 לינק ישיר 


 
עד שלא שקעה שמשו של מאסקאווי זרחה שמשו של פנקס, ווידער א מערכה, אבער א מערכה וואס וועט פאר לאנגע יארן פארבלייבן אין זיכרון, דער סבלן קען דערהייבן ווען ער גייט די לעצטע 25 יאר צו חופות, ווי דער חתן און די מחותנים קוקן אים נישט אן, זיי געבן אים נישט די האנט, זיי דרייען זיך אוועק פון אים, און זאגן מיט די ברכה אז זיי זאלן נישט דארפן מוציא זיין מיט דעם טרפון, און ער קען אפילו סובל זיין אז אין די גלילות זאל אויך זיין, עד כדי כך גייט זיין מסירות נפש אויף סבלנות אז ער שיקט אריבער שליחים צו אלע רבנים אויף די וועלט אז זיי זאלן נישט לאזן מסדר קידושין זיין קיינעם אן זיין רשות, ווייטער אויפן סבלנות'דיגען שטייגער מען שווייגט מען טוט נישט גארנישט, ווי ער זעלבסט האט זיך אין א פריעדיגן געלעגנהייט אויסגעדרוקט פאר הרב נפתלי גראס "דא אין קרית יואל איז שטיל", מען פארט ארום מיט מייקס אויף טראקס קעגן די רבנים מסדרי קידושין, מען שרייבט גראפיטי אויף די ווענט, מען שטעכט רעדער מען שיסט פענסטערס מען מאכט פאני קאלס, מען מאכט פנקס הקהלות מיט האטליין'ס צו מעלדן מיט סבלנות די פסולי הקהלה, אבער מען שווייגט ווייל דא אין קרית יואל איז שטיל.די קהילת הסבלנים העולמי פאררופט א גענעראל פארזאמלונג אין גרויסן שול אין קרית יואל, ווי עס וועלן זיך צוזאם קומען די פקחי העדה מטכס עצה זיין וויאזוי מ'ספראוועט זיך מיטן שוידעליכן סידור קידושין פראבלעם. די שרעקליכע פארלוסט פון מאכט וואס מ'קען בשום אופן נישט אראפשלינגען, און שמייסט אין פנים און מ'קען נישט צוריקגיין צום טאג טעגליכן סדר היום.  אזש אז מ'שפירט פאר וויכטיג אז אפילו די געהויבענע מצויינים בחורים פון די סבלנות ישיבה זאלן זיך ארומדרייען אין שטעטל פלינדערן און טערעראזירן. ס'זאל יעדער וויסן אז ווען מ'איז מסדר קידושין אן דעם רשות פונעם סבלן דער מרא דאתרא ווערט מען גלייך נענש בידי אדם. און די פאלגזאמע בחורים, די גייענדיגע חלה דעקלעך, זענען טאקע געגאנגען אויף די הייליגע מיסיע די "מבצע הסבלנות" ביז מסירת נפש ממש. עד כדי כך אז די ניו יארק סטעיט פאליס האבן געמוזט אראפשיקן הונדערטער פאליציי פון די ראיאט געשולטע געווארדיע צו באשיצן דעם שטעטל און די גלילות פון די מרא דאתרא סבלנים טעראר, דער גענעראל פארזאמלונג פארשפרעכט צו זיין אזא באמבע אז די בני הפנקס וועלן זיך נישט קענען הייבן די קעפ, נאר לויפן גלייך בעטן דעם מרא דאתרא זאל איבער מאכן קידושין, עס קומט צו פארן דרשנים פון די גאנצע וועלט, סוף כל סוף רעדט מען דאך פון די האקעלסטע יסודות פון יודישקייט, פסולי חיתין וקידושין און דערצו טשעפען א מרא דאתרא, עס קומט צו פארן פון מאנטשעסטער און סגייט רעדן פון א הוקאפ דער שר התורה הגר"ש וואזנער אליין, די וועלט גייט זיך פשוט א טרייסל געבן פון דעם פארזאמלונג, דערווייל צו יעדנס אנטוישונג איז דער גענעראל פארזאמלונג נדחה געווארן, נאך עטליכע דיחוים האט ענליך זיך צוזאמגעזאמעלט א גרויסער עולם בחורים עוללים ויונקים און נישט פארגעסן העזרת נשים יהי' פתוח, און די פארזאמלונג איז געווען אן אנטוישונג פאר יעדן, ווען צום סוף איז דער סבלן אליין נישט ערלויבט געווארן צו רעדן, נאר מ'האט ארויסגעשטעלט אפאר פעיראל מוצי"ם אן קיין שום אגענדע בלויז צו בארואיגן דעם סבלנות פוןנעם סבלן אז מען נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. די רעזעלוציעס זענען אז די פנקס וועט אנגיין, און אויב ס'וועט זיין קינדער וועט מען מפרסם זיין די נעמען.
 
וואו איז דא א בעסערע סעמפעל אויף א נאה דורש ונאה מקיים ווי א בעל דרשן א פה מפיק מרגליות, וואס איז מעיד שמים וארץ אויף זיך אז ער איז א סבלן און ברענגט טויזענטער דוגמאות פאר די תלמידים וואס מיינט סבלנות, ער איז מעיד אויף זיך אז ער האט אויפגעטוהן אין כשרות וואס קיינער אויף די וועלט מלפניו לא היתה כמוהו, און ברענגט דוגמאות פון כשרות מכשולות, אנדערע מאכן קאווער-אפ'ס אבער נישט מהודרת, אנדערע זאגן יאכלו ענוים וישבעו, אבער ער נישט, ער טייטלן מיטן פינגער אויף אנדערע, און דער סבלן מיט ר' טרפון טאנצן א ריקוד.
 
שושן פורים על דרך פרד"ס איז ער מעיד אויף זיך וויפיל צדקה ער טוט בסוד, ממוש רזי דרזין אזאלעכע סודות וואס קיינער ווייסט נישט, ניטאמאל ער אליין ווייסט וויפיל צדקה ער געט, ממש מלא התפעלות אויף זיך ווי א מענטש קען זיין אזא סבלן און האלטן אזויפיל סודות, ער איז עוסק בנסתרות און סודות ער האט אפילו געשיקט משלוח מנות בסוד פאר זיין שוואגער אין קרית בעלזא, אבער ווער פארמעסט זיך מיט זיין סבלנות, ר' טרפון המהודרת פארציילט על דרך סוד דער הידור פון דעם שוחט'ס געלעגער אין טיש ווי ער עסט פרישטיג, און מיט זיין רייכען שפראך מסביר און פארציילט סודות ווי אזוי זיין מהודרת מעס פראדקושען נוצט זאלצערס צו באקוקען צומות הגידן און נישט פאטעריקענס, און באהאלט נישט אז ער איז א סבלן און א נרדף, אבער סאיז דאך א כבוד אז מען בארעדט אים, און אודאי ער שווייגט ער איז א סבלן, ובתוך דבריו האקט ער אויף אלע אנדערע בתי השחיטה ויאכלו ענוים וישבעו.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 19:03 לינק ישיר 


 
בין כסא לעשור, בעת דער סבלן האט זיך געלאזט אפכאפן א ווידיאו ארויפצולייגן אויף די כלי, אויף די ציוניסטישע וועבזייטלעך, ווי ער בעט איבער די ספרים ערב יום כיפור מיט שיינע פיאות, זענען הרצים יצאו דחופים בדבר במלך, צו פארשליסן דעם מקום קדוש, און דער לויער פון דעם סבלן שיקט א ווארענונג בריוו נישט צו דאווענען אין דעם בית המדרש, און נישט נוצן דאס פלאץ פאר רעליגעיזע געברויכן, און סטראשעט מיט מסירה אויף א סבלנות'דיגען שטייגער, אויב מען וועט עובר זיין.
 
בעפאר סוכות שיקט מען א בריוו אז קיין סוכה טאר מען נישט אויפשטעלן מער אויף דעם מקום ווי מען שטעלט דאס אויף די לעצטע 35 יאר, בלויז ווייל מען קען סובל זיין אז די קהלה וועט נישט האבן קיין סוכה.הושענה רבה בעת'ן מאכן די יערליכע פלעי, און מאכן שוידערליכע יעלות צעקות ובכיות ביים זאגן דעם משל, שיקט מען א פרישע ווארענונג בריוו, אז דער בית המדרש איז עובר אויף די גזירת הסבלנות און מען וועט זיך ווענדן צום געריכט צו באשטראפן מיט תפיסה פארן דאווענען אינעם בית המדרש.
 
אזוי איז בערך געווען די סבלנות התנהגות במשך די ימים הנוראים פון שבת מברכים אלול ביז הושענה רבה.במשך די ווינטער חדשים האט מען מיט אט די הנהגה טובה וואס מען האט זיך מקבל געווען ליל שב"ק מברכים אלול אויפגעשפילט הונדערטער ביישפילן וואס האט געצייגט דעם ריכטיגען באדייט פון נאה מקיים, מדת סבלנות אויף א געוואלדיגע מדריגה, עס איז ממש אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער עטליכע דוגמאות דארף מען חזר'ן, מען האט טאקע ווייטער גע'מסר'ט אידן פאר דאווענען אין בית המדרש, און פארלאנגט זיי אריינזעצן אין תפיסה, געמסר'ט די שמשים אז זיי פארקויפן אומלעגאל וויינען לכבוד שבת, אפגעשפארט דעם שול און ארויסגעטריבן אירע מתפללים מיט די ספרי קודש. און ווען ס'ווערט א טומעל אויף די וועלט היתכן אפשפארן א שול דורך אידן? איז דער תירוץ בילדער פון גוש-קטיף דארט האט מען אויך אפגעשפארט שולן.
 
צוויי שוואגערס מאכן חתונה א אייניקל מען פארט קיין בארא פארק נעמט זיך אלע כיבודים, ווידער דער מדת סבלנות ערלויבט נישט ווארטן פינף מינוט אויף א זיידען פון ארץ ישראל צום בענטשען ווייל דער פעטער דער סבלן וויל נישט ווארטן.
 
ווידעראמאל כ"א כסליו, כדרכו רימט ער זיך אויס אויף טרפון המהודרת, עד כדי כך אז דער פעטער מיטן טאטן וואלטן זיך געדארפט באווייזן פאר אים ביי קדושה און זיך באדאנקען, און מען פארציילט דעם מהודרת שחיטה אויף גסות וואס מען האט אויפגעשטעלט אין טעקסאס, ווי מען שחט שחיטה מונחת, דארט אין די מהודרת ווי די שוחטים שלאפן נישט ווייל זיי האבן נישט זייער געלעגער, זיי עסן נישט ווייל זיי האבן נישט זייער טיש פאר פרישטיג דארט ווי די פאטריקאנער און מעקסיקאנער זאלצן מיט שטיין זאלץ, אבער די מהודרת לעבל איז עס סובל ווייל ס'איז דאך מונחת, און מען מאכט טריקענע בדיקות, וואס נאר איך און קיינער מער טוט דאס, אזוי עס איז שוין מער נישט לבו נקפו, און מען דארף שוין ווארפן קיין פלאקן און ארויסנעמען היתרים פון טאש נאר טאקע יאכלו ענוים וישבעו. מען האט געשחט'ן טריפה'נע קאטשקעס און געזאלצן מיט די זאלץ המהודרת דורך אידן וואס זענען בודק בוקא דאטמא, און נישט דורך פאטריקען'ס וואס שלאפן אין אייגענע געלעגער'ס, אבער די קאטשקעס האבן קיין מסורה נישט, בערך אזוי ווי די צדקת רבי מאיר בעל הנס האט נישט קיין מסורה, און מ'פארקויפט דאס אין די געשעפטן, נישט נאר פאר פלעטבושע און קווינסער אידן וואס עסן קאוקאו, נאר טאקע פאר די מהודרת אידן, ר' טרפון קען סובל זיין מכשולות אבער נישט בזיונות, נאך אזויפיל יאר פון זיך אדווערטייזן אז אונז זעמיר די בעסטע אין די מהדורת, זאל די גאס וויסן פון א מכשול, מען מאכט א קאווער אפ ויאכלו ענוים וישבעו, מען נעמט נישט אראפ פון קיין שעלווס, מען שרייבט אין די צייטונג אז אלע אנדערע שחיטות איז דא פראבלעמען מיט קאטשקעס, און די מהודרת האט מונע געווען מכשולת איבעראל אבער ער אליין זענען טלפיו כשרים, נאך א וואך שרייבט מען א מודעה אז מעגליך איז געווען א צומישעניש מיט עופות טמאים פונעם פארמער, ווידער דער טרפון איז א סבלן און דערהייבט ווען אידן ניצן ווייטער די כלים וואס מען האט געקאכט עופות טמאים ר"ל וואס איז מחיוב כשר'ן.
 
פארזעצונג קומט.

תוקן על ידי פארמעגליך ב- 23/04/2010 19:18:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווען דער סבלן ווערט א סרבן - כראנעלאגיע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext