בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג - קארלוסבורגער וויל נישט מתיר זיין מירון פאר כהנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/4/2010 18:51 לינק ישיר 
ברעקינג - קארלוסבורגער וויל נישט מתיר זיין מירון פאר כהנים


דער לעצטער מיטוואך איז דער שר החוץ פון תולדות אהרן משה יוסל צימעט וואס וויילט און ניו יארק, געווען ביי הגאון ר' יחזקאל ראטה גאב"ד קארלוסבורג, און אים געבעטן א היתר פאר כהנים ארויף צו גיין צו הר מירון, און נאכן דורך גיין דעם צד האיסור און צד ההיתר, איז ער ארויס געקומען אז ביזדערווייל זאלן זיך כהנים מונע זיין פון ארויף גיין דעם בארג מירון

און אזוי האט ער גפסק'נט פאר אלע כהנים וואס זענען אים געקומען פרעגן אויב מע מעג ארויף גיין אז ביזדערווייל זאל מען נישט גיין

אזוי אויך ווארטן מיר אויף א בריוו להיתר פון די עדה החרדית און נישט פון עפעס א מו"ץ ר' יצחק ראזענבלאט פון ברעסלב וואס מיז אינמיטן בריוו שרייבן אז ער האט דאס דורך געטון מיט א ברודער פון ר' משה בראנסדופער ווי מען זאגט אויפן גנב'ס קאפ ברענט די היטל און ער פארשטייט אז מיט די נהגו להיתר קען מען נישט מתיר זיין כהנים פון עובר זיין א לאו דאורייתא ווייל נהגו און טאמער יא קען מען אויך גראבען און אשקלון ווייל נהגו, און דאס באצאלן פאר הייד פארק שרייבר צו מאכן דעם אנשטעל ווי זיי געפעלט, אזוי אויך ר' מאיר שטערן זאל פרעגן דעם וויזניצער רבי וואס ער האלט ווייל און וויזניץ איז מען קיינמאל א כהן נישט געגאנגען צום ציון



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 19:00 לינק ישיר 

הגאון ר' יוסף קדיש בראנסדארפער'ס יחוס איז נישט אז ער איז ר' משה'ס ברודער... ער איז א מומחה אויפן פעלד פון קברים, ער טוט שוין אין די נושא יארן לאנג, און ער האט גאר מחבר געווען א ספר חזקת טהרה אויף דעם ענין, בנוסף צו זיין חיבור אורה ושמחה, 6 בענדער אויפן רמב"ם, ווען ער וואלט זיך ווען צוגעשטעלט צום איסור וואלט ער געווען א זון פונעם בעל לא תגורו...

הגאון ר' יצחק ראזענבלאט איז נישט "עפעס א מו"ץ" ווען עס קומט צום נושא פון קברים איז "ער" דער אדרעס, אז איז א בקי און א מומחה אין די נושא, און ווען און וואו ס'איז דא א פראבלעם פון קברים איז ער דער אויף וועם די עדה פארלאזט זיך. ממילא איז זיין ביאור להלכה ווי ער שמועסט אויס באריכות נפלא להלכה אלע חששות און ער איז מבאר קלאר אז ס'איז גארנישט נשתנה געווארן דעם יאר, און ער ברענגט קלאר ארויס להכלה אז ס'איז נישטא קיין שום חשש, אביסל שטערקער פון הג"ר משה בראנסדארפער וואס שרייבט אז וויבאלד ער ווייסט נישט צו ס'איז נישטא קיין קברים זאל מען זיך מונע זיין...

דרך אגב האסטו שוין געעפנט איין אשכול איבער די נושא, מיטן עפענען נאך אשכולות ווערן דיינע טענות נישט שטערקער...


תוקן על ידי למען_האמת ב- 25/04/2010 19:01:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 19:29 לינק ישיר 

לא היה ולא נברא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2010 22:22 לינק ישיר 


איך האב יעצט געשיקט א אינגערמאן א כהן וואס פארט היינט אויף ארץ ישראל פרעגען ר' יחזקאל, און ער האט אום געזאגט אז ער זאל ביז דערווייל נישט פארן אויף מירון ווייל מע קען נישט ארויף גיין צום ציון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 00:00 לינק ישיר 

"דער לעצטער מיטוואך איז דער שר החוץ פון תולדות אהרן משה יוסל צימעט וואס וויילט און ניו יארק, געווען ביי הגאון ר' יחזקאל ראטה גאב"ד קארלוסבורג, און אים געבעטן א היתר פאר כהנים ארויף צו גיין צו הר מירון, און נאכן דורך גיין דעם צד האיסור און צד ההיתר, איז ער ארויס געקומען אז ביזדערווייל זאלן זיך כהנים מונע זיין פון ארויף גיין דעם בארג מירון און אזוי האט ער גפסק'נט פאר אלע כהנים וואס זענען אים געקומען פרעגן אויב מע מעג ארויף גיין אז ביזדערווייל זאל מען נישט גיין"
(עד כאן השקר # 1)

אם הפסק כבר יצא, אז למה שלחת כהן לשאול?

אתה לא צריך לענות, אתה מוחזק כשקרן, וככה נתייחס אליך מהיום והלה.


תוקן על ידי sammy ב- 26/04/2010 00:03:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 01:16 לינק ישיר 


איך פארשטיי אז די ווילסט נישט איך זאל ענפערן אויף דעם ווייל די ווילסט נישט האבן א תשובה און ביסט פארבלענדעט אויף איין זייט
אבער די אנדערע חברי הפארום ווילן יא הערן וועל איך דיר זאגן איך האב דאס גהערט פון א כולל אינגערמאן פון קארלוסבורג וואס איז דארט געווען ווען די האסט געשריגען לא היה ולא נברא האב איך געשיקט א כהן וואס איז גאר נאנט און בית קארלוסבורג וואס פארט אויף ל"ג בעומר און מירון ער זאל פרעגן און די תשובה האב איך שוין געשריבן

און אויב די ווילסט מיר מאכן א שקרן כדי די זאלסט קענען זען די מוראדיגע קידוש השם ווי מען טרעט אויף די תורה בריש גלי און קיינער שרייט נישט ווייל ער איז און די קאטגוריע פון ערליכער איד וואס מעג אלעס טועהן ווער איך נישט קיין שקרן מוחזק נאר ברענג א ראיה אז איך בין א שקרן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 19:07 לינק ישיר 


גענומען פון ככר השבת

ומה לגבי דרך הכהנים?

"לצערי אין לכהנים מה לחפש במירון. הגה"צ רבי שמואל ואזנר בעל ה"שבט הלוי" הוציא פסק האוסר על הכוהנים לעלות מירונה גם הגאון רבי משה שטרנבוך שליט"א הוציא פסק דומה. לדבריהם, סביב מתחם ציונו של רשב"י טמונים אלפי קדמונים. לכן גם אנחנו לא מאפשרים חפירות במתחם הקבר".

http://www.kikarhashabat.co.il/אהרלה-יקטר.html

איז הרב וואזנער אויך א רמב"ם? און דער ראב"ד איז אויך א רמב"ם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 18:54 לינק ישיר 


היינט האט שוין הרב וואזנער אליינס איבער געגעבן אז ער אסר'ט פאר תלמידו הרה"ג ר' שלמה זלמן אולמן פון בני ברק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 23:12 לינק ישיר 


און תולדות אהרן זאגט מען אז וויבאלד ער האט גאסר'ט צו מאכן א קידוש השם האט מען אום פון הימל צוגענומען די תורה

און פון ביק פאמילע זאגט מען אז ער האט מתיר געווען שבת צו טראגען האט מען אום צוגענומען די תורה

אבער איך מיין אז תולדות אהרן איז גערעכט ווייל ס'האט גענומען צופיל יאר פון ווען ער האט מתיר געווען די עירוב און טרעט שוין אויף די תורה (לשיטתם) ביז די גניבה, און פארוואס פון ר' חיים לייב כ"ץ האט מען נישט צוגענומען די תורה (חוץ טאמער דאס איז אויפן וועג דאס דארפן מען פרעגען מש' שפיגל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג - קארלוסבורגער וויל נישט מתיר זיין מירון פאר כהנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext