איך עפען א פרישע אשכול אפילו עס איז שוין דא צוויי אשכולות איבער דעם נושא. איך בעט די מנהלים לאזן דעם אשכול צוליב צוויי סיבות. איינס אין יענע אשכולות טענה'ט מען זיך ווי קליינע קינדער אין די צייט וואס רוב פון די טוענים קענען נישט די פשוטע פאקטן. צוויי ווייל מיין אשכול איז בארבעט. דאס וועט געבן פארן עולם דעם גוטן טעם פון ליינען א אשכול וואס ברענגט ארויס "אלע" פאקטן און איז גוט בארבעט. אפשר ואולי וועט דער עולם נאכמאכן.
--------------------------------------------------------------------------------------------------------------
קודם א קורצע איבערבליק.
די קבר פון רבי שמעון בר יוחאי געפינט זיך אויבן אויף א הויעכע בארג וועלכע רופט זיך "הר מירון". די קבר זעלבסט איז פארדעקט מיט א בנין.
קודם כאפט א בליק אויף די מאפע (יא! ס'איז אייגנס) דערנאך זעט א שטיקל הסבר אויפן מאפע.
דא, ווי די ווערטער שטייען איז די הויפט אריינגאנג צום "הר מירון".
די ליין אויף די רעכטע זייט איז די הויפט אריינגאנג. אויף דעם ראוד געפינט זיך די מוסד "חסד לאברהם".
היימישע אידן ניצן נישט דעם "דרך המלך" וועג במשך ל"ג בעומר צוליב וואס די וועג איז פול מיט תערובות רח"ל.
היימישע אידן ניצן דעם "דרך מהדרין וועלכע פאנג זיך אן מער צו לינקס.
(אין מירון קומען אויך פרויען במשך דעם טאג, נישט אזוי ווי אין סאטמאר איז איינגעפירט אז אינם טאג פונם יארצייט קומען נישט קיין פרויען)
כמעט ביים אנהייב וועג געפינט דיך די ביהמ"ד און די מקוה פון הגה"צ גאב"ד קאלוסבורג ר' יחזקאל ראטה שליט"א.
עס ציט זיך צווישן אלע הכנסת אורחים'ס דעם גאנצן בארג ארויף ביזן פתח "החצר" אויפן קבר הרשב"י.
תיכף ביים אריינגאנג צום חצר געפינט זיך די פלאץ ווי עס ווערן אפגעראכטן די ריקודים בשעת דער אנדערער חלק פונם ציבור איז מתפלל מיט בכיות נוראות אינם בנין.
אויף די לינקע זייט געפינט די "אוהל" פון שניצער ווי עס ווערן סערוויסט צו עסן און טרינקן.
אדמו"ר מבאיאן צינד אן א הדלקה אויפן דאך פונם בנין תיכף ביים זמן ווען עס ווערט ל"ג בעומר.
די הדלקה פונם באיאנער רבי געפינט זיך אויפן דאך הארט נעבן דעם אנגעצייכענטע "כיפה".
אויף די לינקע זייט באמערקט א פלאץ ווי עס איז אנגעצייכענט לעלוב"ברעסלוב ועוד.
דארט צינדן אסאך רבי'ס א אייגענע הדלקה מיט די אייגענע חסידים.
עס זענען דא דארט "פארענטשעס" אויסגעשטעלט במשך דעם גאנצן מעת לעת פון לג בעומר, און עס איז איינגעטיילט יעדע שעה פונם מעת לעת פאר א צווייטע רבי. לעלוב"ברעסלוב"דאראג"פרעמישלאן"דושינסקי"וכו'
די חצר אינטערן בנין ווי עס איז אנגעצייכנט תולדות אהרן.
איז אויפן זעלבן הייעך ווי די בנין אליינס דארט צינד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן מיט זיינע חסידים,
אבער דא איז דא א חידוש אז צענדליגע טויזענטער אידן זענען זיך משתתף בשעת די הדלקה. בשעת די הדלקה קען מען דארט נישט אריינלייגן א נאדל מיט דעם וואס די שטח איז גרעסער ווי די גאנצע בנין הרשב"י מיט די שטחים ארום.
די רבי קומט אן בערך א שעה פאר די שקיעה און צינד ממש פאר די שקיעה.
עס איז כמעט נישט דא א איד וואס קומט צו פארן אויף מירון פון חוץ לארץ וואס זאל פארפאסן דעם הדלקה.
צו לינקס פון דעם זעט אנגעצייכענט תולדות אברהם יצחק, די שטח געפינט זיך אסאך נידריגער,
עס איז אינמיטן בארג אראפ און אויך איז זי אסאך קלענער אין שטח ווי די שטח וואס ווערט באניצט דורך תולדות אהרן.
יעצט צו די פאקטן פונם איבערקערעניש:
עס איז א לאנג יאריגע מחלוקה צווישן גדולי ישראל אויב א כהן מעג אריינגיין אינם בנין שע"י קבר הרשב"י. קיין שום אוסר איז נישט דא צו געפינען וואס זאל אסרן דאס ארויפגיין אויפן "הר מירון בכלליות". במשך די לעצטע הונדערטער יארן האבן זיך כסדר געמאכט אז מען האט געטראפן מערות קבורה אויפן הר מירון, פארט האבן רבנים זיך אפגעהלאטן פון אפ-פסק'נען דעם גאנצן בארג אלס א בית החיים.
די הלכה איז אז מען קען ארויפלייגן א בריקל העכערן מערת קבורה (אדער אנדערע עצות) און כהנים מעגן ווייטער גיין דארט. אזוי אויך איז די הלכה אז אין א ביה"ח זעלבסט העלפט נישט די עצות. די עצות איז נאר גוט ווען די מקום איז נישט "מוחזק" אלס א ביה"ח נאר מען האט דארט געטראפן מערות. דעריבער ווען מען האט געפינען א מערה אויפן הר מירון האט מען געניצט די עצות און קיין שום רב האט נישט אפ-גע'פסק'נט דעם גאנצן בארג אלס א ביה"ח.
יעצט צו די פאקטן פון די היינטיגע שערוריה:
א.הרב משה בן ר' מאיר בראנסדארפער, מו"ץ העדה און דיין אין תולדות אברהם יצחק גיבט ארויס א פסק וועלכע הייבט זיך אן מיט די ווערטער "ע"פ בקשת כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א" אין יענעם פסק אסרט ער פאר כהנים ארויפצוגיין אויפן הר מירון בכלל. די פסק באשטייט פון "איין" בלעטל ווי ער איז נישט מברר די ענין "לעמקו" נאר שרייבט פסקים אן קיין מקורות. אז "הר מירון" איז איין גרויסע ביה"ח און כהנים טארן דעריבער נישט ארויפגיין אויפן בארג בכלל און אלע עצות וועלן נישט הלעפן (די לצים האבן אים אנגעהויבן באטיטלען 'רמב"ם' ווייל ער פסקנט "לפי דעתו" אן קיין שום "מקור" אויך שרייבט ער אז ער האט זיך דורך געשמעוסט מיט עטליכע "חברי הבד"ץ העדה" אבער ער דערמאנט זיי נישט ביי די נעמען. ד.ה. ער זאגט נישט מיט וועם. אין אידיש הייסט דאס א "חוק בלי טעם". אויך איז זיין נאמען "משה בן מאיר" בלייבט ער א אומפארענטפערטער רמב"ם...).
ב.די פסק איז א פלא ביי אלעמען! אלע גדולי ישראל אין די לעצטע הונדערטער יארן האבן מתיר געווען פאר כהנים ארויפצוגיין אויפן "הר מירון" אפילו מען האט שוין הונדערטער יארן צוריק געוויסט פון די חשש וואס ר' משה ברענגט אין זיין צעטל. די אוסרים (צווישן די אוסרים איז הרה"ק מ'סאטמאר ז"ל) האבן נאר גע'אסר'ט "אריינצוגיין אינם קבר הרשב"י" זעלבסט אבער נישט גע'אסר'ט ארויפצוגיין אויפן הר מירון בכלליות.
ג.עס איז קיינמאל נישט געווען אפילו א קלער צו אסרן דאס ארויפגיין אויפן הר מירון ביזן פתח הקבר. די "חששות" וואס האבן זיך געמאכט במשך די יאר זענען אלע הלכה'דיג פאראכטן געוווארן במשך די יארן.
ד.צווישן די גדולי ישראל וואס זענען כהנים איז אלעמאל געווען א גייעריי צום ציון הרשב"י אין דעם איז אריינגרעכענט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל און זיינע קינדער די היינטיגע רבי'ס סיי אדמו"ר מתוא"י און סיי אדמו"ר מתו"א בראשות פון זיינע ברידער.
ה.כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל ויבלח"ט אדמו"ר שליט"א מיט זיינע ברודער גייען טאקע נישט אריין אינם קבר הרשב"י זעלבסט און דאס איז לפי פסק פון הרה"ק מ'סאטמאר ז"ל. אפילו הרה"ק מ'סאטמאר איז געווען כמעט א דעת יחידאי! כ"ק האדמו"רים מתולדות אהרן ז"ל"ויבל"ח שליט"א זענען ארויף אויפן בארג און געבליבן שטיין אינדרויסן פונם בנין אויפן קבר הרשב"י. משא"כ אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איז ביז היינט "יא" אריין אינם קבר הרשב"י בניגוד להנהגת אביו ז"ל און פסק דין פון הרה"ק מ'סאטמאר.
ו.אלע רבנים וואס זענען באקאנט מיט די פאקטן גייען ארויס מיט גאר שארפע לשונות קעגן דעם ר' משה בראנסדארפער. אין דעם איז אריינגערעכנט הרה"ג אב"ד מירון שליט"א (דער מחותן פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק הר"ר יוסף מאיר מאיער שליט"א. ר' יוסף מאיר'ס בת יחידה איז א שניר ביים מירונער רב). וועלכע דינט שוין אלס מירונער רב שליט"א אין די געגנט פון 40 יאר. בתוך הדברים זאגט ער "איך ציטער צו זאגן די ווערטער, אבער פארט, איך גלייב אז ר' שמעון וועט זיך נוקם זיין"... הרה"ג ר' יצחק רוזענבלאט שליט"א מו"ץ העדה החרדית און א חבר וועד העירוב פונם עדה וועלכע טוט שוין יארן אינם מירונער שטח (די עירוב אין מירון שטייט אינטער די עדה). שרייבט א לאנגע בירור מיט מקורות דארט שרייבט ער בתוך דבריו אז ר' משה איז געקומען "לטמא טהורים"... הרה"ג ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער מו"ץ העדה החרדית (אויך א זין פון ר' מאיר ז"ל, א ברידער פון אונזער אוסר ר' משה) וועלכע איז דער אנגענומענער "מבין און מומחה" אויף עניני טמאת כהנים מטעם די עדה החרדית. שרייבט אין זיין היתר אויך לשונות וואס רייסן שטארק אינטער זיין ברודער.
עד כאן די פאקטן בנוגע די עצם איסור, יעצט צו פאקטן פון הינטערן פארהאנג:
א.חסידות תולדות אהרן האט א מנהג פון יארן צוריק נאך איינגעפירט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל יעדעס יאר ל"ג בעומר נאכמיטאג זיך צו פארזאמלען אינם חצר אינטערן בנין פונם קבר הרשב"י ווי די רבי צינט א ריזן הדלקה און די חסידים מיטן רבי'ן טאנצן שעות ארכות אין די נאכט אריין.
ב.די צינדן (חוץ פאבליסעטי) ברענגט דאס אריין א ריזיגען סכום פאר די מוסדות. ווייל די זכות הדלקה ווערט פארקויפט אין א אקשען (אזוי ווי מען פארקויפט די עליות אין די בתי מדרשים) דער קויפער איז דערנאך מכבד דעם רבי'ן מיטן צינדען, און די געלט גייט פאר די מוסדות. (אגב עס ווערט פארקויפט אין די "צענדליגע" טויזענטער דאלער) חוץ וואס די מוסדות פארקויפט פלעשער אויל פארן ציבור צו קענען אריינגיסן אינם "מערכה" פארן רבי'נס צינדן. אויף די אויל פארדינט די מוסדות אויף יעדן פלאש בערך 6$ און עס פארקויפן זיך "טויזענטער" פלעשער).
ג.תולדות אברהם יצחק האט יארן לאנג געפירט א מערכה איברצונעמען די חזקה אויפן "מקום ההדלקה" אין מירון. פארוואס נישט? עס ברענגט דאך אסאך געלט פאר די מוסדות. די עיקר טענה איז געווען אז זייער רבי איז עלטער. אבער תולדות אהרן האט גע'טענה'ט אז די חזקה געהערט פאר די מוסדות עס איז א הכנסה פאר די מוסדות דעריבער געהערט דאס פאר די מוסדות און נישט פארן רבין, און היות די מוסדות איז געבליבן על פי פסק בד"ץ העדה ביי חסידי תולדות אהרן דעריבער קומט זיך פאר תולדות אהרן ווייטער די חזקה. די מערכה איז געווארן געקרוינט מיט א מאסיווער דורכפאל פאר תולדות אברהם יצחק. חסידי תולדות אברהם יצחק האבן זיך דעריבער פארזאמלט און אנגעהויבן מאכן א "מערכה" אויפן זעלבן פלאץ נאר עטליכע שעה פריער. דהיינו תולדות אהרן צינד פארנאכטס און זיי צינדן מיטאג צייט. אבער געהאלפן האט דאס א טויטע באנקעס, ווייל זיי זענען געבליבן מיט א קליינע ציבור און פארשטייט זיך אז די הכנסה איז געווען געגליכן צום ציבור המשתתפים.
ד.דערזענדיג אז דער ברייטער ציבור בעיקור די חוץ לארץ'דיגע וואס לאזן זיך קאסטן קומען הערשט אן אין די שפעטע נאכמיטאג שעות האבן זיי אויפגעגעבן די מערכה אויף דעם חצר אינטערן בנין און האבן מחליט געווען אז עס לוינט זיך אויפצוגעבן דאס פלאץ לטובת די פארנאכט שעות. די חסידים האבן טאקע אריינגעלייגט כוחות צו באקומען א פלאץ נישט ווייט פונם בנין, אינמיטן די בארג אראפ אפילו דאס פאלץ איז אסאך אסאך קלענער פארט לוינט זיך צו צינדן און טאנצן דארט.
ה.נאך איין יאר פראווען אויפן נייעם שטח האבן חסידי תולדות אברהם יצחק שוין איינגעזען אז זיי זענען אויף צרות. "או לי מיוצרי או לי מיצרי" אויפן זעלבן פאלץ ווי תולדות אהרן קענען זיי נישט פראווען ווייל דאן דארפן זיי פראווען אינמיטן טאג ווען די זין בראט אן רחמנות. אויפן נייעם פלאץ קענען זיי אויך נישט פראווען ווייל די "ספיקערס" פון תולדות אהרן גרייכן ביז צו זיי און זייערע ספיקערס זענען הילפסלאוז...
ו.במשך די יארן איז אנגעגאנגען א ביטערע מערכה צווישן די צוויי חסידות'ן, חסידות תולדות אברהם יצחק האבן נישט אויסגעלאזט קיין שום שריט וואס קען שאדן מאכן פאר תולדות אהרן... דאס מערסטע באקאנט איז די מערכה אויף די "בעלות" אויפן קבר הרשב"י ווי חסידי תולדות אברהם יצחק האבן ארויסגעלאזט האלבעטע מיט גאנצע שקרים כאילו חסידי תולדות אהרן ארבטען האנט ביי האנט צו ברענגען הפקירות און פריצות צום מקום הקדוש. מיט דעם האבן זיי געהאפט צו שיסן ציי הויזלען. איינס, זיי באשמוצן תולדות אהרן. צוויי, זיי זענען זיך נוקם אין די "הנהלת קבר הרשב"י" פארן געבן גערעכט פאר חסידי תולדות אהרן און אפהלאטן דאס פלאץ פון ווערט געניצן פאר קהלת אברהם יצחק...
ז.דאס יאר האבן שוין חסידי תולדות אברהם יצחק אנערקענט אז תולדות אהרן בלייבט מיט די חזקה אויפן פלאץ און די מערכה איז גענצליך פארלוירן האבן זיי זיך דערטראכט צו א פרישע מהלך... גם לי גם לך לא יהיה! זיי וועלן אנארבעטן ביי די רבנים אז "כהנים" זאלן נישט טארן ארויפגיין אויפן גאנצן בארג און דערמיט וועלן זיי זיך טאקע שיסן אין די פיס אבער "מיר האבן דאך סיי ווי פארלוירן" יעצט וועלן זיי אויך פארלירן...
ח.דער ערשטער אוסר איז ר' משה א זין פון ר' מאיר בראנדסדארפער. ער שטייט אויף א פאזיציע ווי ער קען מיט א קליינע שפרינג ווערן "מעכטיג". דהיינו: ר' מאיר וועלכער האט געדינט אלס חבר הבד"ץ העדה און אלס רב דקהל תולדות אברהם יצחק האט נישט איבערגעלאזט א פארטרעטער, כלומר, תולדות אברהם יצחק האט נאך עד היום נישט אויפגענומען א "רב הקהלה" נאך ר' מאיר ז"ל.
ט.לעת עתה איז תולדות אברהם יצחק נישט אפיציעל פארטרעטן מיט א "חבר הבד"ץ" במקום ר' מאיר ז"ל.
י.דער ר' משה דער אוסר דארף זיין א מלאך אלוקי נישט ארויסצוגעבן פסקים לטובת קהלת תולדות אברהם יצחק אין דעם מצב, דהיינו אויב וועט ער זיך צושטעלן צום פארטיי 100% האט ער גוטע שאנסן צו ווערן די "רב הקהלה" און דערנאך אויך א "חבר הבד"ץ" מטעם די קהלה.
נעמענדיג אין באטראכט אלע פאקטן איז שוין אסאך גרינגער צו פארשטיין די אומפארשטענדליכע שריט פון ר' משה מיטן אסר'ן.
תוקן על ידי נפל ב- 25/04/2010 22:07:12
נשלח ב-3/5/2010 22:12
יא יא, מ'רעדט וועגן די ענין פון כהנים, די גאנצע ענין פון כהנים איז נאר א "ענין פון די פאליטיק פאליטיק" עס וועט דיר גארנישט העלפן, די בריוו פון ר' משה בראנדסדארפער און די הויכהילכיגע שווייגעניש פון "אלע" רבנים איז שווער צו לייקענען.
נשלח ב-3/5/2010 21:14
נפל כתב:
דאס איז דיינע פינקלקליכע ווערטער: "תולדות אברהם יצחק האבן זיך קיינמאל נישט געקריגט וועגן דעם שטח פון תו"א, אדער עפעס א מין חזקה, עס איז בכלל נישט געווען קיין שאלה אדער א רעדע דערפון."
טענו בחטים והודו לו בשעורים!
מען רעדט דא יעצט וועגן דעם ענין פון "כהנים", וואו קומט דא אריין די מחלוקה וועגן דעם שטח ?
און וואו האב איך געזאגט אז עס יא געווארן א מחלוקה וועגן דעם שטח????
אין דעם פריעריגן תגובה האב איך דיך אויפגעוויזן אז דו ברענגסט אראפ ווערטער וועלכע איך האב (כלומר) דאס געשריבן, און איך האב דיך אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אז דו שרייבסט פאלש!
פארוואס ענטפערסטו מיר נישט אויף דעם! ?????? וואס האסטו מיר יעצט געענטפער???? הודו מיט כוש!
איך האב געמיינט ביז יעצט אז דו ביסט דער נאר! יעצט זעה איך אז איך בין דער נאר! אז איך ענטפער דיר נאך פאר דיינע נאר'ישע קינדערישקייטן מיט פול גאוה, בין איך טאקע א נאר!
פארן ערשטן מאל איך האב דיר גענטפערט האב איך דיר געשריבן אז דיינע געשרייבאכצער שרייען שארק ארויס אז די האסט א אינטערעסע וואס די פראבירסט צו באהאלטן.
עס שטעלט זיך ארויס אז איך בין הייס גערעכט. אנגעהויבן האסטו מיט "עמך כולם צדיקים" דערנאך האסטו שוין געשפירט באקוועמער צו האקן אויף תו"א. נישט געפרליך צוביסלעך קריכן דיינע מטרות ארויס.
עס זעט אויס ווי די שפירסט אז די פארלירסט די וויכוח נאכדעם וואס עס האט זיך עטליכע מאל ארויסגעשטעלט אז די מאכסט אייגענע פאקטן, דעריבער נעמסטו זיך פערזענליך צו מיינע ביינער. איך וועל דיר בכלל נישט ענטפערן אויף אזעלכע אטאקעס.
יעצט צו דיין לעצטע לייקענעריי
דאס איז דיינע פינקלקליכע ווערטער: "תולדות אברהם יצחק האבן זיך קיינמאל נישט געקריגט וועגן דעם שטח פון תו"א, אדער עפעס א מין חזקה, עס איז בכלל נישט געווען קיין שאלה אדער א רעדע דערפון."
וועגן די שקר אז די גאנצע הכנסה גיין צוצוגרייטן די הדלקה האב איך דיר שוין גענטפער! מיט דעם וואס די חזר'סט דאס איבער נאכאמאל און נאכאמאל און די שרייבסט נאכאמאל און נאכמאל טעיפ ווערט דאס נישט אמת, ביטע קוק וואס איך האב שוין געשריבן דערוועגן.
נשלח ב-3/5/2010 20:13
ר' נפל,
זאג מיר נאר דו צדיק'ל,
בין איך דען נישט גערעכט אז דו ביסט פון די וועלכע וואס ווילן נישט וויסן דעם אמת, עס אינטרעסירט דיר אינגאנצן נישט דאס וואס דו שרייבסט אויב עס האט נאר אפילו איין פראצענט אמת! דער עיקר דו שרייבסט! יא אמת נישט אמת, עס גייט דיר נישט אן, דו ביסט זייער לייכטזוניג אין אפפרעגן א צווייטן, יענעם אוועק מאכן פאר גארנישט.
איך האב דיר געזאגט דו קענסט אויסהערן די טעיפ'ס, דו קענסט פרעגן יעדן ווער עס איז געווען דארט, - ניין דו וועסט דאס נישט טוהן! אפילו צוריק מישן איין בלאט פאראויס און נאכקוקן צו עס איז ריכטיג וואס דו שרייבסט, דאס אויך נישט! פארוואס? ווייל אזוי וועסטו דאך מוזן זיין א מודה על האמת! - ניין דאס בשום אופן נישט!
קוק מיט דיינע אויגן וואס דו האסט געשריבן:
דו האסט געשריבן אויפן פריערדיגן בלאט אז די גאנצע פרשת כהנים האט נישט קיין שום קשר מיט תו"א-תוא"י פאליטיק. יעצט שרייבסטו בזה"ל "איך האב געשריבן אנפאנג אז דער ענין פון כהנים מוז נישט זיין אז דאס האט צוטאן מיט תוא"י"
יעצט קוק וואס איך האב געשריבן:
אצינד וועגן דעם ענין פון כהנים, צי דאס האט א שייכות מיט תוא"י אדער נישט, איז נישט קיין נפקא מינא להלכה, תולדות אהרן האבן גענוג אומפארגינער'ס אן תוא"י אויך,
קוק זיך גוט אן אליינס, צי דו מאכסט דיך נישט קיין נאר פאר יעדן, וואס פארא פנים האסטו פאר דיך אליין?
פון וואו נעמסטו דאס, אז דאס וואס איך זאג איז אויסגעזויגן פון פינגער? האסט עפעס א באווייז דערצו אז איך בין נישט גערעכט? סתם געשריבן אין דער וועלט אריין! אדרבה, ווייז מיר אויף אז איך בין נישט גערעכט!
זיי נישט קיין גולם, בלייב א חכם, און זיי מודה על האמת און זאג: טעיתי! דו ביסט גערעכט!
תוקן על ידי משפטים ב- 03/05/2010 20:16:55
נשלח ב-3/5/2010 18:19
די ביסט זיך שוין ווייטער "אליינס" סותר. עס פעלט נישט אויס איך זאל מיט דיר טענה'ן אויף זאכן וואס איז שווער צו איבערצייגן פארן עולם.
עס איז אבער זייער א גרינגע ארבעט צו רעדן פון "דיינע אייגענע ווערטער" וואס "די" האסט אליינס געשריבן אין דעם אשכול, צו ווערן איבערצייגט אז דיין מטרה איז "אפפרעגן און בלייבן מיטן לעצטן ווארט"...
די האסט געריבן אויפן פריערדיגן בלאט אז די גאנצע פרשת כהנים האט נישט קיין שום קשר מיט תו"א-תוא"י פאליטיק. יעצט שרייבסטו בזה"ל "איך האב געשריבן אנפאנג אז דער ענין פון כהנים מוז נישט זיין אז דאס האט צוטאן מיט תוא"י"
ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער, נעם אין אכט ווי די דרייסט אויף אלע וועגן... דערנאך מאך אליינס א חשבון אויב די ביסט דער וועם צען דארף גלייבן.
נ.ב. עס איז איבריג זיך בכלל אריינצולאזן אין די אלע פאקטן וואס די זויגסט אויס פון פינגער.
נשלח ב-3/5/2010 12:47
ר' נפל,
דורשי רשימות טייטשן "תענו את בעירכם" - גיי טענה זיך מיט א בהמה!
צווישן די "תגובות" שרייבער'ס זענען פאראן צוויי ערליי, 1) די וועלכע וויסן דעם אמת. 2) די וועלכע זוכן צו שרייבן.
דער וואס זוכט דעם אמת, ער וויל וויסן די אמת'ע פעקטן, אפילו ווען ער שרייבן עפעס לויט זיין השערה און שכל, אבער ווען מען צייגט אים אויף זיין טעות, און מען ברענגט אים די ריכטיגע פאקטן, דאן איז ער מודה על האמת (וועלכע זענען איינע פון די סימנים פון א "חכם"), און ער באדאנקט אים אלץ "מעמידו על האמת", א מענטש איז דאך נישט קיין מלאך, און עס איז נישט געפערליך ווען ער מאכט א טעות, אדרבה ער איז צופרידן אז ער ווייסן יעצט דאס ריכטיגע, ווייל זיין ציל און שטרעבונג איז צו וויסן דעם אמת.
אבער דער וועלכער זוכט צו שרייבן, יא אמת נישט אמת עס איז נישט קיין חילוק, דער עיקר ער האט וואס צוריק אפפרעגן, ער וועט קיינמאל נישט איינזעהן דעם אמת, און קיינמאל נישט זעהן זיין אייגענעם פעלער, ווייל אויב יא וועט ער דאך נישט האבן וואס צו שרייבן, ער וועט זיך שפירן ביי זיך ווי א אפפגעפרעגטער, עס פאסט אים נישט! (דאס איז איינס פון די סימנים פון א גולם). און מיט אזא איינעם איז א שאד יעדע ווארט זיך צו טענה'ן, בבחינת "טענו את בעירכם".
יעצט צום ענין, איך האב געשריבן אנפאנג אז דער ענין פון כהנים מוז נישט זיין אז דאס האט צוטאן מיט תוא"י. נאר וויבאלד אויף די גאס שמועסט מען אז כאילו דאס האט צוטאן מיט די צוויי ברידער'ס, האב איך געשריבן אגב א מילתא דבדיחותא. און אז דו פארשטייסט נישט קיין ווערטל אויך נישט, האסטו א פראבלעם...
נעכטן האב איך מיט מיינע אויגן (מיט נאך הונדערטער) געזעהן, ווי דער ראחמסטריווקא רבי שליט"א טאנצט אין מירון אויף דעם שטח פון תו"א, דאס איז געווען בערך 5:20 נאכמיטאג, און נישט ווי דו האסט געשריבן אז עס איז נישט אמת!
איך האב געשריבן אז מען האט אויסגערופן אז דאס געלט פון פארקויפן דעם זכות ההדלקה גייט נאר פאר די הוצאות, און אז דו קענסט זיך דאס אליין איבערצייגן דורך אויסהערן די טעיפ'ס וועלכע מען האט פארקויפט אין די טויזנטער'ס, - נו הכלל, וואס איז שייך זיך צו טענה'ן דערמיט? האסט דען אויסגעהערט דעם טעיפ און דאס נישט געהערט דארט אזוי? קענסט דאך פרעגן ביי די געסט פון חו"ל וועלכע זענען דארט געווען די לעצטע יארן און האבן דאס געהערט אויסרופן עטליכע מאל, נאר אויב מען וויל נישט וויסן דעם אמת, און נישט דערגיין דעם אמת, נאר אבי צו שרייבן, האט דאס אזא פנים!
(אגב, דו ביסט נאך דערווייל פון די געציילטע דא וועלכע שרייבן געווענליך מיט שכל, נישט אזוי קינדעריש און נאריש ווי אנדערע, עס איז א שאד זאלסט זיך פארפאשקען...)
צום שלאס, אויב איך באקום פון דיר נאכאמאל א 'תגובה' וועלכע עס פאסט נישט פאר דיר! ווארט נישט אויף קיין 'תגובה' פון מיר!
נשלח ב-2/5/2010 19:17
WOW נישט צום גלייבן ווי די האסט זיך אליינס אריינגעפירט אין באָד אריין. קודם שרייבסטו אז די גאנצע פרשה האט קיין שום קשר מיט תולדות אברהם יצחק... דערנאך אינם צווייטן תגובה ענדיגסטו אז די גאנצע הדלקה איז נאר צו באגראבן די ברידער.... בכגון דא נאמר א שקרן דארף האבן א גוטע זכרון.
יעצט צו מיין תשובה
איך האב דיר געשריבן פאר מיין תשובה צו דיין ערשטע תגובה בזה"ל:
"משפטים, איך גיי נישט די ערשטע רגע זאגן אז די שרייבסט פאקטן וואס דיין אינטערעסן דיקטירט דיר. אבער אויבן אויף זעט דאס אזוי אויס."
יעצט נאכדעם וואס די האסט אפגעשריבן דיין צווייטע תגובה וועלכע איז אגב אנגעפיקעוועט מיט פונק אזוי פיל שקרים און פארדרייטע פאקטן ווי דיין ערשטע תגובה קען איך דאס באשטעטיגן אלס א פאקט.
נאך מער, נאך דיין אויספיר (והמבין יבין)
יעצט איז שוין נישט וויכטיג צו גיין אין א רייע אפפרעגן אלע דיינע "פאקטן" וואס זענען אויסגעזויגן פון פינגער, ווי למשל אז מען רופט אויס אז 70 אלפים דאלארן גייט פאר די "הוצאות" פון א הדלקה... אדער אז אנדערע חסידותן ניצן די פאלץ...
נשלח ב-1/5/2010 22:26
תוקן על ידי המהדרין ב- 02/05/2010 18:40:47
נשלח ב-1/5/2010 22:16
נפל כתב:
די שרייבסט אז ראחמסטריווקא מיט נאך חסידותן פראווען דארט די נאכט פאר תו"א. להוי ידוע דאס איז נישט אמת! איך וועל דיר זאגן א נאמען אלס דוגמא אויף וועם זאלסט זיך נאכפרעגן. ראחמסטריווקא פראוועט נישט דארט ראחמסטריווקא פראוועט אויפן דע"ד ענ"ד לעבן ת"ת חוות דעת אויבן אויפן בארג העכער סאטמאר לעבן די פארק! די אנדערע אריינגערעכנט 'מתמידים' און נאך אסאך פראווען דארט ווי איך האב אנגעצייכנט אויפן מאפע 'לעלוב ברעסלוב'.
נאך אזאך וואס איז גערינג מברר צו זיין. די הכנסה פון די הדלקה גייט יא 100% פאר די מוסדות. נאך א זאך, די 150 אלפים וואס עס האט געקאסט צו פארעכטן דאס פלאץ האט קיין שום קשר נישט געהאט מיט די הדלקות! עס האט זיך געטון יו"ט וועגן איבערמאכן די זייט פונם בנין, די ממשלה האט דאס געוואלט איבערמאכן, האבן זיך אפאר פיפיגע תו"א חברה לייט אראפגעלאזט דארט א דאנערשטיג נאכט און "אליינס" אנגעהויבן טון די ארבעט, זיי האבן געארבעט מיט די אייגענע הענט און אייגענע קאנטראקטער'ס ביזן זמן הדלקת הנרות ערב שבת און תיכף ביים ר"ת האבן זיי ווייטער אנגעהויבן ארבעטן ביז זינטאג נאכמיטאג ווען די פאליציי איז אנגעקומען און זיי אפגעשטעלט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט, די ארבעט איז שוין געווען געמאכט. דאס האט קיין שום קשר געהאט מיט ל"ג בעומר אדער מיט א הדלקה. אויב די ליינס די העברעיאישע משפחה קענסטו זיך פראבירן צו דערמאנען, זיי האבן דעמאלטס געהאט עטליכע בלעטער מיט בילדער און ארטיקלען דערוועגן. עס איז געווען א מעכטיגע אקציע.
אויב שוין אזוי ווי די שרייבסט אז די ביסט דארט "אלע יארן", ווען פארסטו די יאר? לויטן זייגער ווען די האסט ארייגעלייגט די מעסעדש איז פרייטאג פארטאגס 4:30 אין ארץ ישראל. ווען פארסטו און ווען קומסטו אן?
דאס וואס איך האב געשריבן וועגן די אנדערע קהלות וועלכע נוצן דעם שטח פון תו"א במשך דעם טאג פון ל"ג בעומר, האב איך נאר אגב געשריבן צווישן די פאקטן פון תו"א, עס קען זיין דו ביסט גערעכט אין דעם, ווייל איך האב דאס נישט אליין געזעהן, עס איז נאר וואס איך האב געהערט, ווייל איך געפין זיך נישט דארט א גאנצן טאג, נאר בעיקר נאכמיטאג ווען רוב היימישער עולם קומען דארט דאס מערסטע, אויך איז דאס נישט יעדעס יאר די זעלבע קהלות מיט די זעלבע צייטן. דער עיקר וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אז דעם שטח ווערט פארנוצט אויך פאר אנדערע קהלות במשך דעם גאנצן טאג, נישט נאר פאר תו"א, און עס איז מיר נישט קיין גרויסע אינטרעסע צוויסן גענוי וועלכע קהלות אין זייערע צייטן.
איך זאג נאכאמאל אז דו האסט א טעות, דאס גאנצע געלט פון פארקויפן דעם זכות ההדלקה ווערט פארנוצט אויסשליסלעך נאר פאר די הוצאות פון אויפהאלטן דעם שטח, נישט פאר די מוסדות, קענסט הערן אפילו אויף די טעיפ'ס וועלכע ווערן פארקויפט אין די טויזנטער'ס יעדעס יאר, וואו מען רופט אויס עטליכע מאל במשך דעם פארקויפן אז דאס גאנצע געלט גייט פאר די הוצאות פון די הדלקה, און דער וואס קויפט דאס האט א חלק אין דעם גאנצן הדלקה, אינגאנצן רעדט זיך דאס פון 60-80 טויזנט דאלער, עס איז נישט עפעס עקסטער א גרויסע הכנסה פאר די מוסדות אז זיי זאלן זיך צוכאפן צו דעם, בפרט אז די הוצאות פון די הדלקה קאסט אפ דעם זעלבן סכום, (נאר ווער דען באצאלט פאר די הוצאות פון די הדלקה אויב לשיטתך גייט דאס פאר די מוסדות?).
דאס וואס דו שרייבסט אז די יונגעלייט פון תו"א האבן אליין געבויעט דעם פארברייטערן דעם דורכגאנג, נו איז וואס? אבער פאקט האט דאס אפגעקאסט 150 טויזנט דאלער, און דאס געלט האבן זיי גענומען פון דעם וואס האט געקויפט די הדלקה, איז מיט וואס ווילסטו מיר דא אפפרעגן? מיט וואס בין איך נישט גערעכט?
איך פאר אי"ה אויך דעם יאר ל"ג בעומר (מארגן) נאכמיטאג, אזוי ווי יעדעס יאר, לאמיר האפן אז די שמחה זאל זיין בשלימות און האבן געפוילט אלס גוטס.
אויף צו באגראבן א ברודער - מעג זיך אויך א כהן מטמא זיין.... (והמבין יבין...)
תוקן על ידי משפטים ב- 01/05/2010 22:20:20
נשלח ב-30/4/2010 18:49
משפטים, איך גיי נישט די ערשטע רגע זאגן אז די שרייבסט פאקטן וואס דיין אינטערעסן דיקטירט דיר. אבער אויבן אויף זעט דאס אזוי אויס.
די האסט אראפגעלייגט דא בערך 100 פאקטן דעריבער וועל איך אפילו נישט אנהייבן זיי אלע אפפרעגן ווייל איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן. בפרט ווען מען קען זאכן פון די פארגאנגענהייט נישט איבערצייגן.
עטליכע פאקטן וואס יעדער קען זיך כהיום איבערצייגן וועל איך יא צייגן. לדוגמא די שרייבסט אז ראחמסטריווקא מיט נאך חסידותן פראווען דארט די נאכט פאר תו"א. להוי ידוע דאס איז נישט אמת! איך וועל דיר זאגן א נאמען אלס דוגמא אויף וועם זאלסט זיך נאכפרעגן. ראחמסטריווקא פראוועט נישט דארט ראחמסטריווקא פראוועט אויפן דע"ד ענ"ד לעבן ת"ת חוות דעת אויבן אויפן בארג העכער סאטמאר לעבן די פארק! די אנדערע אריינגערעכנט 'מתמידים' און נאך אסאך פראווען דארט ווי איך האב אנגעצייכנט אויפן מאפע 'לעלוב ברעסלוב'.
נאך אזאך וואס איז גערינג מברר צו זיין. די הכנסה פון די הדלקה גייט יא 100% פאר די מוסדות. נאך א זאך, די 150 אלפים וואס עס האט געקאסט צו פארעכטן דאס פלאץ האט קיין שום קשר נישט געהאט מיט די הדלקות! עס האט זיך געטון יו"ט וועגן איבערמאכן די זייט פונם בנין, די ממשלה האט דאס געוואלט איבערמאכן, האבן זיך אפאר פיפיגע תו"א חברה לייט אראפגעלאזט דארט א דאנערשטיג נאכט און "אליינס" אנגעהויבן טון די ארבעט, זיי האבן געארבעט מיט די אייגענע הענט און אייגענע קאנטראקטער'ס ביזן זמן הדלקת הנרות ערב שבת און תיכף ביים ר"ת האבן זיי ווייטער אנגעהויבן ארבעטן ביז זינטאג נאכמיטאג ווען די פאליציי איז אנגעקומען און זיי אפגעשטעלט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט, די ארבעט איז שוין געווען געמאכט. דאס האט קיין שום קשר געהאט מיט ל"ג בעומר אדער מיט א הדלקה. אויב די ליינס די העברעיאישע משפחה קענסטו זיך פראבירן צו דערמאנען, זיי האבן דעמאלטס געהאט עטליכע בלעטער מיט בילדער און ארטיקלען דערוועגן. עס איז געווען א מעכטיגע אקציע.
אויב שוין אזוי ווי די שרייבסט אז די ביסט דארט "אלע יארן", ווען פארסטו די יאר? לויטן זייגער ווען די האסט ארייגעלייגט די מעסעדש איז פרייטאג פארטאגס 4:30 אין ארץ ישראל. ווען פארסטו און ווען קומסטו אן?
1. דער תו"א רבי זצ"ל איז דאס לעצטע מאל געווען אין מירון אום ל"ג בעומר בערך פאר 49 יאר! אבער ער האט קיינמאל נישט געצינדן קיין הדלקה דארט.
2. דאס פלאץ וואו תולדות אהרן מאכן די הדלקה אין מירון איז נתחדש געווארן פאר 10 יאר צוריק! דאס פלאץ איז אייביג געווען פול מיט שטיינער און ווילדע געוואוקסן, און בעיקר אנגעפולט מיט געצעלטן פון די ספרדים כדרכם בקודש.
3. תולדות אהרן ביז פאר 10 יאר צוריק פלעגן זיי טאנצן אויפן דאך פון די מערה, נאכמיטאג צייט, זיי האבן נישט געהאט קיין באזונדערע הדלקה אין מירון (נאר אין ירושלים, ווי אלע אנדערע קהלות), נאר זיי פלעגן צוגיסן אויל מיט וואטע אויף די הדלקה וועלכע דער ביאנער רבי שליט"א האט אנגעצינדן ביינאכט באפאר, דאס בלייבט ברענען א גאנצן מעת לעת וואס דער עולם האלט אין איין צוגיסן אויל מיט וואטע.
4. פאר 10 יאר צוריק, ווען דאס פלאץ אויפן דאך איז שוין געווארן זייער ענג צו טאנצן, דורך צוקומען אלץ כסדר מער מענטשן וועלכע האבן געשטרוימט קיין מירון, זענען תולדות אהרן חסידים געגאנגען טאנצן אין די בעק פון די מערה (וואו זיי געפונט זיך היינט), אבער אויף גאנץ א קליינעם שטח. ביינאכט מוצאי ל"ג בעומר איז דער תו"א רבי געקומען קיין מירון, און ער האט דאס ערשטע מאל אנגצינדן א קליין הדלקה, עס האבן זיך געפינען דארט נאר די תו"א חסידים נישט קיין פרעמדע ווי היינט.
5. דער תו"א רבי האט געפרעגט רשות פון דעם ביאנער רבין אויב ער מעג אנצינדן אן הדלקה, און ער האט אים זייער גערן געגעבן רשות דערצו, בפרט ווען ער נעמט נישט צו זיין הדלקה מיט זיין חזקה. (פאר די וועלכע ווייסן נישט, די הדלקה אויף די דאך פון די מערה געהערט צו דעם ביאנער רבין, דורך ירושה פון דעם הייליגען ריזשינער זי"ע וואס ער האט דאס אפגעקויפט פון די ספרדים פאר "הון תועפות", און דארט אויף די מערה מעג נאר דער ביאנער רבי צינדן, אויסער אים קיינער נישט, אבער אינדרויסן ארום די מערה פלעגן מען אייביג אנצינדן הדלקות יעדער פאר זיך, אין דעם גאנצן דערפל מירון פלעגט זיין פול הדלקות פון די ספרדים און פון אנדערע קרייזן.
6. א יאר דערנאך (דאס הייסט פאר 9 יאר צוריק) האבן תולדות אהרן מיט די הילף און רשות פון די גבאי מירון אויסגערייניגט דעם גאנצן שטח, איר אויסגעפלאסטערט, אוועקגענומען די געצלטן, אויפגעשטעלט טויעלט'ס מיט וואסער, צוגעשטעלט פארענטזשעס, אויפגעבויעט א געשטעל פאר די מוזיק מיט די משוררים, אלעס כדי עס זאל זיין בהרחבה פאר די אלע חסידים מיט די פול געסט וועלכע קומען מיטהאלטן די הדלקה, דאס אלעס האט אפגעקאסט שווערע צענדליגע טויזנטער דאלער, איין יאר האבן זיי פארברייטערט דעם דורכגאנג אין זייט פון דעם בילדינג וועלכע פירט צו דעם שטח, און דאס אליין האט אפגעקאסט 150 טויזנט דאלער.
7. צום באמערקן, דאס אלעס איז געווארן געטוהן נאר דורך די געטרייע עסקנים פון די חסידים פון תולדות אהרן, עס האט נישט קיין שום שייכות צו זייערע מוסדות, דאס גאנצע געלט וואס קומט אריין דורכן פארקויפן דעם זכות פון די הדלקה גייט אויסשליסליך נאר פאר די גרויסע הוצאות פון אויפצוהאלטן דעם שטח, וועלכע די געטרייע עסקנים ארבעטן יעדעס יאר אנגעהויבן מיט אפאר וואכן בעפאר ל"ג בעומר, ווער עס האט שוין דארט איינמאל געווען און צוגעזעהן דעם גאנצן ארום וועט מודה זיין אז דארט איז געווארן אריינגעלייגט פיל כוחות מיט גרויסע געלט הוצאות.
8. למעשה ווערט דער שטח באנוצט במשך דעם גאנצן טאג ל"ג בעומר פאר פול אנדערע קרייזן, עס איז איינגעטיילט לויט דעם באשטעלונג און באשטימטן זמן, אנגעהויבן ביינאכט מיט קארלין סטולין, און קהל חסידי ירושלים, סאטמאר, רחמסטריווקא, און נאך. יעדער איז זייער דאנקבאר פאר תולדות אהרן וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא גרויסן באקוועמען שטח מיט אלע צוגעהער, וועלכע העלפט זייער צו פאר די אלע קהלות צו קענען יעדער פאר זיך פראווען זייער הדלקה מיט די ריקודים. דער תו"א רבי אליין קומט ערשט אן א שעה פאר די שקיעה, דאן נעמט ער איבער דאס גאנצן ארט, אויסער ווען ל"ג בעומר געפאלט פרייטאג, דאן צינדט ער די הדלקה דאנערשטאג שפעט ביינאכט נאכדעם וואס דער ביאנער רבי האט שוין געענדיגט צינדן מיט די ריקודים.
9. תולדות אברהם יצחק חסידים פלעגן קומען נאכמיטאג קיין מירון מיט זייער רבי, און האבן געטאנצט אויף א קליינעם שטח ארויסציהר נעבן דעם דאך פון די מערה, אבער דער תוא"י רבי האט נישט געצינדן קיין הדלקה. אין יאר תשס"ח האבן די תוא"י באקומען א שטח אראפצו פון די מערה נעבן מערת בית הלל, און זיי האבן דארט געפראוועט די הדלקה מיט די ריקודים.
10. תולדות אברהם יצחק האבן זיך קיינמאל נישט געקריגט וועגן דעם שטח פון תו"א, אדער עפעס א מין חזקה, עס איז בכלל נישט געווען קיין שאלה אדער א רעדע דערפון. דאס גאנצע סיכסוך פון תשס"ח איז געווען וועגן דעם נייעם שטח פון תוא"י, וועלכע איז געווען נאנט אראפצו פון תולדות אהרן, און מען האט מורא געהאט וועגן תערובות פון די נשים פון תוא"י, וואס איז דאן אויסגעקומען אז זיי וועלן שטיין הארט נעבן תולדות אהרן, און עס וואלט זייער געשטערט דעם גאנצן סדר, און צום סוף איז מען זיך אדורכגעקומען און די נשים האבן באקומען זייער פלאץ אויף אן אנדערן שטח, והכל על מקומו בא בשלום.
ביז אהער זענען די ריכטיגע פאקטן (וואס איך אליין פערזענליך געפין זיך דארט אלע יארן), יעדער קען שרייבן אנדערש ווי אזוי ער וויל, פארשטייט זיך מיט פאלטשקייטן, אבער דער אמת איז גענוי ווי איך האב געשריבן, און איך וועל בל"נ מער נישט ענטפערן אויף די נארישע קינדערישע תגובות, וועלעכע 'אין קץ לדברי רוח'. איך האב דאס אלעס געשריבן נאר פאר די וועלכע ווילן וויסן דעם אמת! מיט די ריכטיגע פאקטן.
אצינד וועגן דעם ענין פון כהנים, צי דאס האט א שייכות מיט תוא"י אדער נישט, איז נישט קיין נפקא מינא להלכה, תולדות אהרן האבן גענוג אומפארגינער'ס אן תוא"י אויך, ווי ליידער בעוה"ר רוב קהלת פארגינען נישט און קענען נישט צוקוקן די מעלות פון אן אנדערע קהלה, ווי גלייך מען נעמט עפעס צו פון זיי, דאס קומט פון זייער שלעכטע מדות מיט קנאה און שנאה, דאס בארעדן דעם אנדערן ברענגט נישט קיין כבוד פאר זיך, ווי יעדער בר דעת פארשטייט, אדרבה, קנאת סופרים תרבה חכמה, יעדער מעג זיך אליין בויען למעלה למעלה לשם ולתפארת הקהלה, ולקדש שם שמים עד ביאת הגואל אמן.
תוקן על ידי משפטים ב- 30/04/2010 04:19:12
תוקן על ידי משפטים ב- 30/04/2010 04:26:07
נשלח ב-29/4/2010 23:23
איך האב נישט פארשטאנען דיין תגובה, קען זיין איך האב זיך נישט גענוג קלאר אויסגעדרוקט דעריבער גיי איך צוריק צו דיין תגובה. די רויטע זענען מיינע ווערטער.
א. רוב גדולי ישרא' אין א"י, די ערשט ראנגיגע פוסקים, נישט די צווייטע דור פוסקים, האלטען לאיסור.
איר האט א טעות דא, די "ערשט ראנגיגע פוסקים" למשל דער גאב"ד ובית דינו האבן מתיר געווען, נישט גע'אסרט
ב. פרעגט אייך גיט נאך, דער תולדות אהרן רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געמאכט קיין הדלקה אין מירון. דאס איז געווען א חזקה פון באיאנער רבי'ס פון דורות פריער.
דא האט איר אויך א טעות, נישט איינס נאר צוויי. ערשטע טעות, דער תו"א רבי ז"ל האט יא געצינדן אין מירון, עס איז דא בילדער דערפון. טעות נומער צוויי, די חזקה וואס דער באיאנער רבי האט געהאט "האט ער נאך עד היום הזה" באיאנער רבי צינדט נאך עד היום די הדלקה אויפן דאך.
ג. דער תא"י רבי האט צוערשט אנגעהויבען מיט די הדלקה טראץ די חזקת פון באיאנער רבי'ס האט ער נישט געקוקט דערויף.
דא האט איר אויך א טעות און נישט איינס נאר דער תא"י רבי איז בכלל נישט א מחותן דא. זיין טאטע האט שוין געמאכט א הדלקה אין מירון ער האט נישט "צוערשט" אנגעהויבן מיט גארנישט. ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער אנגעהויבן א מערכה אז ער זאל קענען צינדן דארט ווי זיין טאטע האט געצינדן אבער ער האט פארלוירן די מערכה לטובת זיין ברודער דער תו"א רבי. נאך א טעות, אריבער 10 רבי'ס מאכן אייגענע הדלקות אין מירון, תו"א און תוא"י זענען נישט די איינציגסטע.
ה. סוף פסוק האט קיין איינער פון די צוויי ברודער נישט געהאנדעלט יושר'דיג אנטקעגען די באויאנער רבי'ס. ווען נישט דאס וואס באיאן איז זייער א געלאסען חסידות, וואלט שוין לאנג געווען דארט אויף'ן בארג ביים ציון, הריגות און שלעגעריי מיט איסורים און חרמות עד אין סוף, וד"ל.
נאך א טעות. באיאנער רבי איז בכלל נישט ברוגז, און נישט וועגן ער האט גוטע מדות, נאר וועגן דער תו"א רבי צינד אן זיין הדלקה גאנצע 23 שעה נאכדעם וואס באיאנער רבי האט געצינדן זיינס!
נשלח ב-29/4/2010 23:10
כבוד הרב ר' נפל שליט"א
מיין תגובה איז געשריבען געווארען פאר אידען און נישט פאר תו"א חסידים וואס פון דיין שרייבען איז יוצא מפורש פון ווי די קומסט.
נשלח ב-29/4/2010 17:32
שעהר
איך וועל דיר אפילו נישט ענטפערן ווייל די אליינס ווייסט אז די האסט א השגה אין די מירונער ענין פונקט ווי איך אין די אינערליכע מחלוקה פון כ"ק אדמו"ר מליספענקיר מיט זיין ברידער...
פערן ציבור וועל איך מגלה זיין די סוד: שעהר האט גענומען זיין אינפארמאציע פון די תגובות אויף די אפיציעלע נייעס ארטיקל פון בחדרי חרדים און ער שרייבט נאך דארטיגע תגובות כאילו ס'זענען תורה מסיני צו ער פארשטייט יא צו נישט וואס עס שטייט דארט (רוב פון די תגובות דארט קעגן תולדות אהרן זענען געשריבן דורך אונזערע לאקאלע אהרוינים...) קוקט דאס אליינס נאך וועט איר זען דארט די תגובות וואס שעהר שרייבט דא http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=16598&cat_id=2
אדםהראשון1
איך וועל דיר אפילו נישט ענטפערן ווייל די אליינס ווייסט אז די האסט א השגה אין די מירונער ענין פונקט ווי איך אין די אינערליכע מחלוקה פון כ"ק אדמו"ר מליספענקיר מיט זיין ברידער...
פארן ציבור וועל איך מגלה זיין דעם סוד: באיאנער רבי וועלכער האט גע'ירש'נט די חזקה פון צינדן די הדלקה אויפן דאך פונם בנין "צינד נאך דעם הדלקה עד היום הזה" תולדות אהרן רבי האט אים דאס קיינמאל נישט צוגענומען. נאך א זאך, כ"ק אדמו"ר מתו"א ז"ל האט שוין געצינדן דארט ווי דער היינטיגער רבי צינד. פון די צוויי פאקטן קענט איר שוין אליינס פארשטיין ווי שטארק באקאנט אדםהראשון איז מיט די "פאקטן"...
נשלח ב-29/4/2010 13:51
נפל, ווער ס'איז גערעכט ווייס איך נישט, אבער למעשה האט ר' משה בראנסדורפר קיינמאל נישט גע'אסר'ט לגמרי ער איז מסביר אז רוב פלעצער האט מען געטראפן ביינער און די איבריגע דארף מען חושש זיין און ער פירט אויס די בריוו קלאר אז מען זאל זיך מונע זיין פון גיין 'כל עוד לא יהיה הוראה מפורשת לרבים מגדולי ישראל והבד"ץ שליט"א' וואס דעמאלץ וועט מען טוהן וויאזוי זיי הייסן אבער לעת עתה איז נישטא קיין שום הוראה מפורשת ס'קען נישט זיין אז אזא וויכטיגע פסק זאל מען דארפן גיין קוקן אין הייד פארק.
נארוואסדען, הייד פארק ברענגט זייער אפט מקוה נייעס וואס שטעלט זיך ארויס נאכדעם צו זיין פאלש!