אויפדעקונג: פארוואס איז רח"צ ט"ב נאכנישט אין י-ם ?
ביי די זאלי'ס אין ירושלים הערשט א געטומל ס'איז שוין צוויי וואכן אינעם זומער זמן און דער צדיק'ל ר' חיים הערשעלע זיצט נאך אין אמעריקא און באווייזט זיך נישט אין ירושלים די ציבור וואונדערט זיך שוין זייט פסח אויף דעם מאדנעם ערשיינונג, און די שווענץ ארום האבן ביז יעצט פארקויפט מעשה'לעך אז ער וויל נישט צוריקומען פאר ס'ווערט ערלעדיגט די קריג אין ישיבה און העצע אין קהילה אנטקעגן זיין מקורב יוסל שווארץ ווען דאס האט זיך נישט געהעריג אפגעקויפט האט מען פארקויפט אז ער קען נישט צוריקומען פאר ווען ער דעקט גענצליך זיין האלב-מיליאן דאלער'יגן לאך פון די כולל אבער יעצט איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך די ריכטיגע אורזאך פארוואס דער צדיק'ל איז נאכנישט אין ירושלים, ווייל ער האט א שטארקע פרעשער פון הגאון רבי טובי' וייס ירושלימ'ער רב וועלכער טרעט אויף איהם די גאנצע צייט ער זאל שוין זארגן אז זיין פאטער רז"ל און זיין מנהל המוסדות מענדל וו. זאלן ארויסציען זייער קלאגע פון די בית משפט הציוני (בג"ץ) ר' חיים הערשעלע טענה'ט אז ער קען נישט באווייזן זיין פנים פאר רבי טוביה'ן פאר ס'רוקט זיך נישט עפעס אין דעם געביט
|
|