ברעיקינג!!!
היינט איז מותר געווארען חדש....
פין היינט אין ווייטער מעג מען שוין זאגען מהודרת אין ס'וועט נישט הייסען אז מ'איז פרומער פין די רבי ז''ל
אנגעהויבן פין היינט , וועלן די זאלי'ס האבען סיעתא דשמיא אפי' ווען מ'איז משנה...
ענדליך האט די אמת מילך פאבריק וועלכע איז בעיקר באקאנט אין קראון הייטס ביי די חסידי ליבאוויטש
מסכים געווען צו לאזען לויפן א ליין וואס מ'וועט לייגען זייער וועד הכשרות סטיקער, אינאיינעם מיט נאך א הכשר.
(נאכדעם וואס כמעט קינער אפי' פין זייערע מענטשן ווייסען אז צו נעמען זייער וועד הכשרות הכשר איז פונקט ווי די רבנות הראשית אין א''י, אין האט די שוואכסטע טראסט אין די גאס.)
האבען זיי יעצט געמאכט א דורכבראך אין די זאלי'ס וועלן בויקאטירן זייער אייגענע פארטיי מענטש ''ר' מרדכי גוטמאן'' פאר די חטא פין נישט וועלן לייגען זייער כשרות סימבאל אויף די מילך באטלעך)
(עס איז כדי צו באמערקן אז די פאפא קהילה גיבט שוין יארען לאנג א הכשר אויף גאלדען פלוי, אין דאך פארשטייען זיי אז ער וויל נישט לייגען זייער כשרות לאגא אויפן באטעל, כ''ש די זאלי'ס וואס זייער הכשר לאגא קען נאר ברענגן שאדען)
עס איז נאך מער קאמיש
ווייל ע''פ רוב איז די סדר, אז א יוד עפענט א ביזנעס פין עסן 'נעמט ער א הכשר', אבער דא האט די הכשר גערופן די ביזנעס
בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי די מסלפים וועלן דא זעהן אז מ'איז נישט משנה...
אין ווי עס וועט ווערן 'מהודרת' בלויז ווייל מ'מאכט (האפענטליך) געלט אין פרעסטיזש.
 |
|
|