כראנאלאגיע און פאקטן איבער די ביה"ח אין מאנרא
איך האב אריינגעטראכט א גאר אינטערסאנטער היכי תמצא וואס דא האט פאסירט, איבער די גרויסע מחלוקה פון קהל ייטב לב וומ"ב, אירע אלע בנינים, די מעמבערשיפ, און בעיקר דער ביה"ח
כידוע לכל, ווי נאר די מחלוקה האט אויסגעבראכן, האט ר' זלמן לייב אינגאנצן דעראבערט די קהלה מיט די מוסדות אין וומ"ב, די אהרונים האבן געשריגן חי וקיים פלניא גזלנא, אז זיי זענען לעולם די לעגיטימע בעלי בתים, אבער ס'אט נישט געהאלפן קיין פודינו, זיי זענען געבליבן נקי מכל, [איך רעד פון וומ"ב]
דער תוצאה דערפין איז געווען אז די אהרונים לחרפתם זענען עמטליך געווארן א "שפלינטער" קהלה אין וומ"ב, וואס האט זיך פורד געווען פון די ארגינעלער קהלה, און ר' זלמן לייב דער "דע-פאקטא" ארגינעלע הויפט סאטמארע קהלה, וויפיל די אהרונים האבן מסביר געווען מיט לאנגע פשט'לעך אז זיי זענען די ארגינעלע קהלה, זענען זיי אלס געווען דאס גענאר פון שטאט, די מציאות איז אז ר' זלמן לייב זיצט אין ראדני און ר' אהרן און עפעס א נייער בנין אין הופער
דער בלויזער פאקט אז די זאליס זענען אלס געווען די מוחזקים, זיך געזעצן באקוועם אין די אלטע אפיסעס, פארפיגט אויף די פינאנצן, און זענען געווען די נתבעים און קארט, און האבן אלס אפציעל געהייסן אז זיי האבן "געווינען" אין קארט, דאס האט געגעבן א שטארקע און פארזיכערטע גלויבן און קאנפידענס, פארן יעדן רעכטדענקער מענטש, אז זיי זענען די איינציגע וואס מעגן לעגאל זיך פאריפן קהל יטב לב, און דאס וואס די אהרונים פארופן זיך אלס קהל ייטב לב איז אומלעגאל און קעגן די קלארע קארט פסקים, און סוף כל סוף וועט עס די קארט אפשטעלן
נאך די לעצטע אלבעני פסק כ"א כסלו תשס"ח, ווי אודך, האבן די זאליס גרויס געווינען, האבן די זאליס כ"א כסלו ביי זייער דינער, אויך פארופן א גענעראל פארזאמלונג מטעם הקהלה, דארט האט שאול פערלשטיין פארקלאמירט, א נייער תקנה מטעם הקהלה, אז ווער עס באצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר זייער קהלה פאר 3 יאר, פארלירט זיין זכות אלס חבר הקהלה, און האט מער נישט קיין זכות צו געניסן פון די בענעפיטן וואס א מעמבער האט, דאס האט געמיינט ער ווארפט ארויס אלע אהרונים פון די קהלה און נעמט צו אלע זייערע בעניפיטן,
יעצט פון וועלכער בענעפיטן האט ער גערעט? די שמות טראק? די בוטשער? די אשר יצר פאפיר און די ראדני ביהכ"ס? די פרישטיגס אין ראדני? פארוואס פאר א גוט יאר זאל א אהרוני שפירן א קראץ צו געבן געלט פאר זייער ארכי שונא פאר די אלע הבלים, יא אוואדי ס'האט שטארק וויי געטאן פאר די אהרונים אז זיי האבן פארלוירן די בנינים, אבער דאס איז דאך שוין ממילא פארפאלן פארוואס זאלן זיי צוליב דעם אויף להבא זיין אנגעוויזן און די זאליס, זיי האבן זיך געמאכט זייער אייגענע נייע שולן מוסדות, קעמפ, בעקערי, בוטשער וכדומה, צו וואס ברויך איך דיר?
אלא מאי פון וועלעכער בענעפיטן האט פערלשטיין גערעדט? עס קען נאר זיין איין זאך: דער בית החיים. עפעס אנדערש האט עס נישט געקענט מיינען כמבואר לעיל, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער תקנה האט געלויטעט אז אלע אהרונים זענען פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסגעווארפן פון די קהלה, און אויב זיי וויל אנהאלטן זייער חלקה אין בית החיים מוזן זיי צאלן מעמבערשיפ פאר זייערע ארכי שונאים,
נאך יענעם גענעראל פארזאמלונג זענען די זאליס אהיימגעגאנגען מיט זייער א אויפגעהויבענע מאראל, זיי האבן דא געזעהן פאר זייער אויגן דער לעצטער נאגל אין די אהרונים ארון, דא האבן זיי געוואנען אין אלבעני, דער ראה"ק האט יעצט ארויסגעווארפן אלע אהרונים, אלע סאטמאר חסידים משאר המדינות האבן דאן געהאלטן אז אויב מ'וויל נישט זיין קיין אויבערחכם אין גיין מיטן שטרום זאל מען צאלן מעמבערשיפ פאר די זאליס, און די אהרונים זענען געווען זייער זייער און א שמאלן מצב. די זאליס האבן נאר געהאט איין גרויסע פראבלעם, אז למעשה איז דער ביה"ח אין מאנרא נישט אין וומ"ב, און די אהרונים זענען דארט די ידו על העליונה, זיי פירן דארט אלעס כאדם העושה בתוך שלו, נו וויזוי געט מען זיך דא איין עצה, וויזוי פירט מען דא אויס די נייע גזירה פון כ"א כסלו, צו ענדליך ארויסווארפן די אהרונים פון די קהלה,
דא דארף מען זיך אפשטעלן פאר א רגע, און זיך קאנצעטרירן אויף א געוויסער פונקט וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די השתלשלות פון די קארט, נאך יעדער קארט פסק וואס ווי געווענליך האבן אלע קארטס געזאגט פה אחד אז ס'איז א רעליגיעזער אישו און די קארטס קענען נישט אריין רעדן אין די ענינים, און די זאליס האבן געפייערט זייער געווינס, האט זייער צייטונג "דער איד" פארשטייצעך ברייט באריכטעט די געווינס, האבן זיי שטענדיג געשריבן א גרויסער קאסטליכער ליגענט, וואס איז דאס האט זיי צום סוף געקאסט זייער גאנצער מעמבערשיפ געלט מיטן ביה"ח, וועלכער ליגענט? אז מ'קלאמפערשט האט דער קארט געפסק'נט אז נאר די ערליכע ראשי הקהלה [זאליס], וואס איז געשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר שליט"א מיט די חברי הבי"ד זענען די לעגיטימע פירער, דער אמת איז אז זיי האבן זיך געקענט גרינג פארשלייערן מיט דעם ליגענט, ווייל אין מציאות זענען זיי דאך אפציעל געווען די געווינער, און זיי זענען געבליבן ביים רידער, ממילא האבן זיי אלס געקענט זאגן פאר זייער שטיצער, קוק אונז זעמיר ביים רידער ממילא האט אוואדי דאס דער קארט געפסקנ'ט, אבער דער ריינער אמת איז געווען לא דובים ולא יער, דער קארט האט בלויז זיך אנטזאגט צו פסק'ן און היות זיי זענען געווען די מוחזקים איז פשוט אין פראקטיק נישט געווען וויזוי זיי ארויסצושטעלן.
פאר א ביישפיל זעה דא:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2316229&whichpage=5#R_10
יעצט, נחזיר צו דעם נייעם גזירה פון פערלשטיין, נאך די אלבעני פסק האבן די זאלי לויערס געהאלטן אז לעגאל זענען זיי די אויסשליסליכע בעלי בתים פון די קהלה אין וומ"ב, און היות די קהלה אין וומ"ב איז דאך בעה"ב אויפן ביה"ח זענען זיי אטאמאטיש בעה"ב אויפן ביה"ח,
לאור הנ"ל זענען די זאליס געגאנגען אין געריכט מיט א שפוגל נייער תביעה קעגן די אהרונים, אז געוואלד! די אהרונים זענען פאלנער גנבים און שוואונדלערס, מיר זאליס זענען די געווינערס פון אלע קארטס אנגהויבן פון ברוקלין ביז ארויף אלבעני, וואס דאס מיינט [לשיטתם] אז נאר זיי זענען די אויסשליסליכע בעלי בתים פון קהל וומ"ב, גייען די פארברעכערס אהרונים אין פעלשעווען די לעטערהעדס, קאלעקטן אומלעגאל מעמבערשיפ, ניצן יענעמס נאמען, וכדומה, די אלע דעמאגאגיע וואס זיי האבן אלס געשריבן און דער איד נאך די א"ג געווינסן האבן זיי יעצט געטענה'ט פארן געריכט,
אבער דא האט פאסירט דער גרויסער חורבן מיט די זאליס, דער דשאדש, אמבראזשיא, האט ארויסגעזאגט קלאר ברחל בתך אז די זאליס לעבן שוין כמעט 10 יאר אין א מיסן טעות, און קיין שום קארט האט זיי קיינמאל נישט געגעבן קיין שום בעלות, ווייל דער סעקולער געריכט קען נישט אנטשידן פאר דער בעה"ב איז,
אגב נאך דער אמבראזשיא פסק האט עס "דער איד" באריכטעט אלס א "שטארקע געווינס", רעד פון פיטערן שטרוי
[די זאליס האבן אפילט דעם פסק אין פארלוירן]
דא האט פאסירט 2 זאכן, לא די וואס דער גאנצער פערלשטיין גזירה איז גענצליך ציבלאזן געווארן, זענען פון איין טאג אויפן אנדערן אלע מעמבערס פון די קהלה געווארן אנגעוויזן אויף די "שפלינטער" קהלה אין הופער סטריט, וואס פארלירט שוין 10 יאר אלע קארטס, ר' זלמן לייב'ס קהלה איז פלוצלינג מער נישט געווען די דע-פאקטא סאטמארע קהלה פון די וועלט, זיי זענען געווארן רעדוצירט צו א לאקאלער קהלה אין וומ"ב כאחד הקהלות [אן קיין ביה"ח אויפן מאמענט], קען זיי די גרעסטע קהלה אין די וועלט, ס'נישט קיין נפק"מ, אבער קיינער איז נישט אנגעוויזן אויף זיי, ווייטער די ארונים, וואס האבן עמטליך פארלוירן אלע קארטס [חוץ דער לעצטער] אן קיין איין אלטע בנין אין וומ"ב זענען געווארן די דע-פאקטא קהלה, און פלוצלינג די זאלונישע מעמבערשיפ סטעיטמענטס זענען געווארן אנגעקוקט אלס פאנאטיש און פאר בלויז די עקסטרעמע זאליס,
א האלבער יאר נאך זייער פארליסט, ווען איינער פון זייער גרעסטער ראשי הקהלה זענען ל"ע געווען אנגעוויזן אויפן ביה"ח, האבן זיי בלית ברירה און איילעניש געמוזט מקדש א נייער ביה"ח און מאנרא, אז פשוט זייער מענטשן זאלן נישט זיין געצווינגן צו צאלן מעמבערשיפ פאר זייערע ארכי שונאים
זעלבסטפארשטענדליך אז דער נייער ביה"ח האט זיי נישט צוריקגעשטעלט זייער סטאטוס אלס דער דע-פאקטא קהלה פון סאטמאר, עס האט זיי נישט צוריק געגעבן די מעגליכקייט פון אויספירן די פערלשטיין גזירה, און די אהרונים זענען ווייטער געבליבן מיטן ארגינעלן ביה"ח ווי די סאטמארע אדמורי"ם זענען נטמן. אטאמאטיש האט זיי דער שמש שלמה וו"ב איבערגלאזט, ווייל ער האט פשוט געזעהן במו עיניו אז ער האט דא נישט וואס צי זוכן, כל זמן ער איז געווען דער שמש פון די עמטליכע גרויס-קהל ווי אלע מעמבערס צאלן דיוס האט נאך א פשט צו בלאבן דארט, אבער סתם זיין א שלעפער און א לאקאלער וומ"ב קהלה? וואס איז דער מציאה?
ס'ממש א בחינה פון בדבר אשר זדו עליהם,
פארוואס שרייב איך די אלע זאכן, דאס זענען דאך אלטע אויסגעדראשענע דברים ידועים, איינס ווייל ס'פשוט א אינטערסאנטע היכי תמצא אז דער פארלירער "שפלינטער" קהלה וואס איז ארויס נקי מכל פון אלע נכסים, איז אחרי ככלות הכל געווארן דער ידו על העליונה לגבי גרויס קהל, אפי' נאך דעם וואס די זאליס האבן זייער נייער ביה"ח זענען נאך אלס דער ידו על העליונה, דער אלטער ביה"ח איז נאך אלס לכו"ע אינטערסאנטער ווי דער נייער,
שנית היות דער ספינער הידוע פארמעגליך ספינט שוין ווייטער זיינע סארקאסטישע לצנות, און פיטערט ווייטער שטרוי פאר זיינע הינגעריגע קעלבער, און איינע פון זיינע המצאות איז אז דאס וואס די זאליס האבן אפגעקויפט זייער נייער ביה"ח איז גאר דער גרעסטער מפלה פאר די אהרונים, וויל איך דא אלס אן עקזעמפל ווייזן מיט אפענע פאקטן וואס איז ידוע לכל, וואסערע לוזער ער איז און ווי ליגנעריש זיינע סחורה זענען, ועל הכלל כולו יצא.
תוקן על ידי קראך_היט ב- 26/04/2010 09:14:15
 |
|
|