בית פורומים כל העולם כולו

וואס איז דעת קדשו פון רבינו שליט"א וועגען מירון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2010 01:59 לינק ישיר 
וואס איז דעת קדשו פון רבינו שליט"א וועגען מירון


קרעדיט מעיינות התאחדתינו




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 23:27 לינק ישיר 

ער איז גראדא גערעכט
עס איז נישט געווען אזא מנהג אין דערהיים אין אפילו אין אמעריקע איז נישט געווען אזא מנהג ביז 4-5 יאר צווריק

היינט איז עס אבער ברייט איינגעפירט איבעראל אין אמעריקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 21:01 לינק ישיר 

הבדלה מנין (טאקע נישטא...).

כ'וועל דיר ענטפערן דעם זעלבן תירוץ וואס כ"ק גאב"ד אודווארי שליט"א האט געענטפערט פאר הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, מו"ץ התאחדות הרבנים, ווען יענער איז אים געקומען פרעגן היתכן ער מאכט אן עירוב וואס דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט מאכן.

האט אים דער אודוואריער רב געענטפערט: "נו איז וואס, א כולל האט אויך דער רבי נישט געלאזט מאכן לכתחילה, שפעטער האט ער געהייסן מאכן אן אפיל דערפאר אום סאמע ראש השנה, במקום די תקיעת שופר דרשה!".

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 19:22 לינק ישיר 

איך דארף נישט פארענטפרן רבינו שליט''א ווייל אביסל צרי עין וועלכע קרענקט יעדעס יאר די געהויבענע מעמד הדלקת רשב''י במעמד גדולי תורה ויראה אינאיינעם מיט טויזענטער יודן בליעה''ר

אבער רבינו בעל ברך משה ז''ל האט דאס דעמאלטס שטארק געשטופט, ווען רבינו שליט''א איז נאך שטארק נסתפק געווען דערין (מ'האט נאך דעמאלטס איבערגעגבן די טעלעפאן)

קרית יואל באס קאמפעני שטעלט צו א ראונד טריפ פאר 20 דאללער מוצש''ק צום מעמד הדלקה

-------------
צום ענין

איז דא א הוראה פין רבינו שליט''א מ'סאטמאר וועגן כהנים אין מירון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 18:57 לינק ישיר 

הבדלה

איך האב פאר די גרויס נייעס, די זעלבע ווערטער פון רבין האב איך געהערט עטליכע יאר צוריק (נאך תשס"ו) ביי א שמועס מיט עפעס א רבין (געדענק נישט מאמענטאל) און ס'איז אויסגעקומען צו רעדן וועגן הדלקות, האט דער רבי געזאגט די זעלבע זאך, דער מנהג פון הדלקות איז א מנהג ארץ ישראל, אינדערהיים איז עס כמעט אין ערגעץ נישט געווען.

נאר, היינט איז בא סנחריב ובלבל את העולם, נישטא קיין מנהגי המקום, אונגארישע מיט פוילישע מיט ארץ ישראל'דיגע, שאדט נישט אז מען נעמט אן א ארץ ישראל'דיגע מנהג לכבוד דעם הייליגן תנא, און דער רבי האט אנגעוויזן אויף נאך געוויסע מנהגים וואס מענטשן פירן זיך היינט אין חו"ל וואס איז באמת מקורם פון א"י און מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט, נאר מען זעט א גוטן מנהג טוט מען עס נאך.

און דער רבי האט נאך צוגעלייגט, דער טאטע האט אמאל געזאגט אז קרית יואל איז אויר ארץ ישראל.

(ס'דערמאנט מיר, דער רבי איז אמאל געווען ביי א בר מצוה און דער אבי הבן איז געגאנגען מיט א שטריימל, און ער האט זיך אזוי אביסל געשעמט און ער פרעגט דעם רבין צו ס'איז נישט א שינוי פון דרכי אבות, האט אים דער רבי געזאגט "א גוי האט נאך אזאנס נישט געטון").

יעצט הרב "הבדלה" איך האב נישט געהערט די דרשה ווי די לינקסט, אבער איך שטעל מיר פאר וועלכע דרשה דו רעדסט, וידוע ליודעים די סיבה פון די דרשה וועגן צולאזטקייט פון בחורים, ער האט טאקע ארויסגעברענגט אז אינדערהיים האט מען זיך נישט אזוי געפירט כדי קיינער זאל נישט זאגן אז היתכן מען צושטערט אזא מנהג, ואין כאן סתירה.

רבינו הדברי יואל האט אסאך גרעסערע מנהגים זיך געפירט דא אנדערש אין אמעריקא ווי אינדערהיים

ואגב, שחיטה מונחת האט מען זיך אויך געפירט אינדערהיים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 14:41 לינק ישיר 

איך קען אייך אבער באריכטן מיטן פולן קראנטקייט אז טראץ יענעם דרשה, איז דא א מעשה רב די לעצטע יארן ווי ער מאכט יא הדלקות יערליך, אז איר ווילט קען איך אייך ברענגען בילדער,

נו פרעג איך אייך, האיך יתקיימו שניהם?

אלא מאי מוז מען טאקע צוקומען צו וואס איך האב מחלק געווען, כדלעיל, איר האט עפעס אן אנדערן הסבר?

ווייל פארגעסט נישט, אז אפי' און יענעם דרשה זאגט ער דאך נישט אז א הדלקה אים ל"ג בעומר איז טרייף ווי א עבודה זרה, ס'בלויז אזאך וואס "מ'האט זיך נישט געפירט"

וכידוע און סאטמאר האט מען נישט געהאט קיין קפידות אויף מנהגים. און סקווירא יא, אבער נישט סאטמאר. און סאטמאר האבן מיר אלס געוויסט אז אידישקייט באשטייט נישט פון קיין ניגון אדער מאכלים וכדומה, ממילא אויב א סאטמארע איד שפירט א התעוררת אין א געוויסער פרעמדער מנהג אדער ניגון קען ער רואיג זינגען דעם פרעמדן ניגון און ווייטער הייסן דער זעלבער סאטמארע חסיד, כ"ז ער טוט עס מיט די ריינע כוונה, און האלט זיך צו די יסודיתדיגע השקפות בעניני דת ואמונה, וואס זענען פארשריבן בספרי רבינו זצוק"ל, [נישט די זמירות]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 06:59 לינק ישיר 

Five boro אין קראךהוט, איך האב באקומען אין אישי א לינק צו דעם דרשה. איך האב עס אויסגעהערט אין ער זאגט נישט וואס עטס האבן דא פראבירט צו פארקויפן.

אדער האט עטס פארגעסן אדער ווילט עטס פארגעסן וואס ער זאגט דארט אבער ער זאגט זייער קלאר אז:
"א הדלקה ל"ג בעומר אין חוץ לארץ האט מען ביי אונז קיינמאל נישט געזעהן, נישט ביי אונזערע אבות און נישט ביי אונזערע רבי'ס"
"הונדערטער יארן פון חסידשע יודן וואס זענען געווען דבוק אין ר' שמעון אבער נישט מיט אן הדלקה האט מען ארויסגעברענגט די התרגשות, דאס איז נאר א מנהג פאר ארץ ישראל".

"אונז וועלן לאזן די ארץ ישראלדיגע אידן אין ארץ ישראל זיך פירן מיט זייערע מנהגים אוז וועלן זיי נישט זאגן קיין דעות".

און אזוי ווייטער, הערט עס אויס דא:

 http://www.youtube.com/watch?v=htlLLDSxV0A  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 00:36 לינק ישיר 

הבדלה: איך האב געפרעגט וואס איז דער דעת מהר"א דערוועגן. נישט וואס דער מנהג איז אדער ווי אזוי אנדערע האבן זיך געפירט. אפשר איז דא דרשה אדער א שיעור ווי ער רעדט פון דעם ענין.

טאקע דאס האסטו געפרעגט, און אויף דעם האב איך געענטפערט.

(און יא, עס איז דא א דרשה דערוועגן).




תוקן על ידי fiveboro ב- 29/04/2010 00:39:33




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2010 00:32 לינק ישיר 

לגבי מעשה נערים וילדות שוואוילטאג, ושריפת מסוכנים, (ווי א בחור האט ל"ע פארלוירן 2 פינגערס כידוע), איז טאקע דא א דרשה,

אין אויב נישט, איז טאקע נישטא קיין דרשה אבער ס'דא א מעשה רב,

בקיצור דאס איז דער זעלבער ווי שיטת רביה"ק זצוק"ל לגבי ישוב אר"י אויב ס'פאר א ריינע הייליגע מטרה אין לך דבר גדול וחשוב מזה, אויב פארקערט איז אין לך דבר גרוע מזה....צדיקים ילכו ופושעים יכשלו

עפעס נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 00:03 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט וואס איז דער דעת מהר"א דערוועגן. נישט וואס דער מנהג איז אדער ווי אזוי אנדערע האבן זיך געפירט.

אפשר איז דא דרשה אדער א שיעור ווי ער רעדט פון דעם ענין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 23:02 לינק ישיר 

בנוגע קהלישע הדלקות: איז עס א מנהג במקור מוסמך, און בברכת קדשו והסכמתו פנעם רבי'ן ז"ל בעל ברך משה האט מען עס איינגעפירט אין סאטמאר אויך.
(און מען ווארט נאך צו זעהן ווילאנג עס גייט נעמען ביז ר' זלמן וועט דאס קאפירן. עס וועט שוין נישט דויערן צו לאנג..).

בחורישע הדלקות: זיך אויסצוגעבן די בחורישע שוואוילטאג און אנמאכן שאדנס, טאר מען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2010 22:58 לינק ישיר 

די זעלבע ווי דאס פארן אויף מירון, ס'ווענט זיך וואס די כוונה איז, א בחינה ווי צדיקים ילכו...ופושעים יכשלו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 22:41 לינק ישיר 

וואס איז זיין דעת קדשו בנוגע מאכן הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 19:10 לינק ישיר 

איך פארשטיי אז ער האט נאכנישט אויסגעהערט די צדדים און זיך נישט אריינגעלייגט אין די הלכה.

ווייזט אויס אז ס'איז נישט געווען קיין פארלאנג.

כ'בין אבער טאקע נייגעריג צו עס זענען נישטא היימישע כהנים וועלכע פארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2010 05:07 לינק ישיר 

וואס איז די רבי'ס מיינונג וועגן די סוגיא מיט די כהנים?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/4/2010 22:39 לינק ישיר 

איינער שיקט מיר דאס אין אישי
below is what their self write in their fourm

פארן אויף ארץ ישראל ביי סאטמאר'ע אידן אין ארום

פאיאר איז געווען א אשכל אין אחים אנחנו וועגן דעם ענין דא האט איר די לינק
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2626917&forum_id=20420

יעצט דע וואך קיק איך אינעם צייטונג אינעם איד זע איך א אינטערסאנע זאך אז ביי די דרשה פין הגה"צ ר' ני"מ זצ"ל וועגן די דעת פין רבין אויף די נושא פין פארן אויף ארץ ישראל האט דער איד געלייגט א אנדערע קעפיל ווי דער צייטונג דער צייטונג שרייבט אויף די קעפיל דעת קדשו פין רבינו הק' וועגן פארן אויף ארץ ישראל אין דער איד שרייבט מתוך דרשות הגה"צ ני"מ זצ"ל אין דערמאנט נישט דעס אז דא רעדט פין די דעת פין רבינו הק' נישט פיןעפעס אנדערשט

קען זיין סאיז נאר א טעות אבער סהאט מיך געכאפט ברעג איך עס דא אויף פאר די ליינערס

אין די זעלבע זאך ווען דער איד בשרייבט די דרשה פין הרה"ג ר' מנשה פילאף שליט"א אין בית מדרשינו אין וומ"ס ה' אייר דארמאנט ער נישט קיין ווארט פין דעם וואס ר' מנשה האט ארום גערעדט אקעגן פארן אויף ארץ ישראל אז די רבי האט נישט געלאזט פארן אין ווי אינז אלע געדענקן אז מאיז טאקע נישט געפאר'ן אין רבינ'ס צייטן אין גרנישט דער איד רעדט נאר פין פארן מיט על-על פליגערס

פארוואס זאל מען דעס טיען ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס איז דעת קדשו פון רבינו שליט"א וועגען מירון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext