|
|
| נשלח ב-27/4/2010 20:00 |
|
| |
הופיע: ספעציעלע קונטרס ארויסגעקומען איבער די דרשה פונעם פי האתון חוהמ"פ
איך לייג דערווייל נאר ארויף דעם שער בלאט, ס'איז א לאנגע קונטרס, מ'קען עס באקומען ביי אלע מקוה אידן, קויפטס עס און האט הנאה, ס'איז בעסער ווי גוט,
ס'איז אויסגעשטעלט ווי א בריוו צום אתון, ער צעלייגט זיין גאנצע דרשה מיט קלאהרע פאקטן און מקורות און ביי וועמען מ'קען עס נאכטשעקן (ניין, ער שיקט אייך נישט צו די כלי) איך האף עס ארויפצולייגן, אויב די צייט וועט מיר ערלויבן. 
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 21:04 |
|
| |
די גרעסטע חידוש איז, אז היי יאר איז נישט געווען קיין איין משגיח ביים שניידן אריזאנע ווייץ (אויך איז נישט דא קיין בילדער), און נאך גרעסערע חידוש איז, אז פאפא האט היי יאר עפעס מער נישט גענומען דע "מהודר'דיגע מצות"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 21:22 |
|
| |
ליגענט, פאפא האט יא געהאט אריזאנע ווייץ ר' בנציון שטראסער אים נאך רבנים האבען געבאקען היי יאר אין פאפא-צעהלים מיט אריזאנע ווייץ
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 21:31 |
|
| |
איך האב נישט געטראפן דארט האקן קעגן קיין איין רב אויסער קעגן דעם היסטארישן מחוצף ע. וויינשטאק וואס איז אויפגעקומען אין זיין בוך לטב עביד א נייע אנטדעקונג אז די רבי ז"ל האט ביודעין געגעסן בדיעבד'דיגע מצות, דער חצוף רופט זיך נאך משב"ק ווען ער איז קיין משב"ק קיינמאל נישט געווען נאר א הויז בחור ווי אלע הויז בחורים וואס זיי איז נישט איינגעפאלן זיך צו רופן "משב"ק"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 23:10 |
|
| |
ערבך ערבא צריך
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 23:13 |
|
| |
כלל ישראל האט געוויינט אין מ'האט זיך אויסגעבעטן אויך דאראגערס שטותים ס'האט געגעבן חיות אויפן גאנצן יאר???
ווי איז דער דאראגער געווען פאר פסח ?
דאס אין נאר דאס איז די תירוץ אויף זיין פרישע פאשקעוויל
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 23:21 |
|
| |
אבער פארוואס האט נישט די ק"י מצה בעקערי אדווערטייזט דע יאר ביז פסח אז זיי האבן אריזאנע ווייץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 23:57 |
|
| |
דיןתורה במחילת כבודך, כ'האב נישט געזאגט אז פאפא האט נישט גענוצט אריזאנע ווייץ, זיי האבן נישט גענומען פון די היי יעריגע שניט, און נאר אויפגענוצט די פאריעריגע ווייץ, אזוי זאגט ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא, אז זיי האבן פאר א "סיבה" מער נישט גענומען פון די היי יעריגע שניט
פארוואס ס'איז געבליבן שריים פון פאראיאר פרעג מיך נישט..
סאטמאר100 וואס מיינסטו צו פרעגן, ווי איז דער דאראגער געווען ביז פסח?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 23:59 |
|
| |
איך האב געהאט די זכי' צו קויפן א שיינע ארדער מצות פון ביידע בעקערייען (צווישן 50 און 70 פונט פון יעדן עקסטערע). אדאנק די נאנטקייט וואס איך האב מיט דעם מנהל הרב י"א לאווי האב איך געקאנט האבן שיינע דינע מצות פון די אריזאנער ווייץ. איך פערזענליך עס נאר דאס וואס איך קלויב אליין פון די ניו יארקער וויץ אבער היות מיינע קינדער, און חלק פון מיין משפחה, געשוויסטער און קרובים באלאנגען צו פארשידענע היימישע קהלות און האבן זיך יעדער די אייגענע מנהגים און חומרות, האב זיי געגעבן די אויסוואהל. למעשה האט זיך כמעט אלע מאהל ארויס געשטעלט אז רוב פון זיי האבן געוואלט די מצות פון 427 אין ווילאמסבורגער. אבער איך האב אלעמאל פראבירט צו קויפן און קאסטן ביידע. היי יאהר האט מיר הרב י"א לאווי געזאגט אז עס איז א מאנגל אין די אריזאנער מעהל ווייל מ'האט געהאט אסאך פארלוסט אין די ווייץ, ס'האט זיך נישט גוט געהאלטן פריש גענוג אין די מאגאזין, ווי מ'וואלט דאס געדארפט ספעציעל סטארעדשן אין א בעסערן טעפעראטור קאנטראלירטע פלאץ די 6 חדשים פון סיון ביז כסלו. ווייץ וואס ווערט געשניטן איידער ס'איז אינגאנצן געצייטיגט איז נישט ראטזטהם צו האלטן אין א דורכשניטליכע סטארעדש ווען די הייסע דומפיגע טעמפעראטור קען מאכן א פייכטן און דומפיגן נאכ'טעם. איך ווייס
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|