בית החיים ערכאות: זאליס אין פלאנטער
די זאליס זענען איצט אין א פרישער פלאנטער נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין קארט שלא ברשות בי"ד און אן מזמין זיין לדין תורה קעגן קהל יטב לב, איבער די דיעד פונעם בית החיים.
קהל יטב לב דסאטמאר האט אריין געגעבען די וואך א מאשען אין די קעיס, - וואס האלט נאך פארן אנהייב - אז די ריכטער זאל עס שיקן צו דין תורה, אזוי ווי די ריכטער האט געצווינגען די זאליס אין בארא פארק צו גיין צו דין תורה, זאל עס די ריכטער אויך שיקן צו דין תורה און צו די זעלבע בי"ד וואס פירט די ב"פ דין תורה.
די זאליס געפינען זיך אין פלאנטער ווייל זיי ווילן דאך בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, דין תורה איז ביי זיי אסור ווי חזיר, איצט מיזן זיי ענטפערן ביז נעקסטע וואך מאנטאג פארוואס זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה, און פרייטאג may 7 וועט פארקומען א הירונג איבער די דין תורה.
כלל ישרא' און אנשי שלומינו זענען מתפלל אז די חילול ה' וואס די הולכי בג"ץ וערכאות די זאליס טוען אפ זאל זיך שוין אפשטעלען, און די ריכטער וועט זיי אי"ה צווינגען זיך צו שטעלען צו דין תורה אזוי ווי אין בארא פארק.
אבער לויט די זאליס חיי שעה בעקעריי קומט פאר א "טרייעל" נעקסטע וואך מאנטאג... און די אהרונים פלאצען שוין... מן הסתם וועט זיין די טרייעל איבער צו מען זאל שוין ארויס לאזן ר' שמואל דוד מארקאוויטש, מיט ר' יוסף ווייס פון תפיסה וואס שמאכטן שוין דארט 2 יאר צוליב די דיעד....
 |
|
|