עס איז א שאנדע אז א איד וואס פאררופט זיך א רבן של ישראל קען אזא זאך טוהן. מ'איז פארנומען מתקן זיין די גאנצע וועלט מיט כשרות און תקנות, אבער א מצות עשה פון כיבוד אב ואם האט מען גענצליך אויסגעריסן, מ'איז א סבלן און א טאטן מעג מען רופן אין קארט און פון א מאמע זיך נישט וויסענדיג מאכן פאר פיר יאר מיטן גרעסטן מאס סבלנות.
חסדי ה' אז אזא איינער איז נישט אונזער מנהיג!
נשלח ב-25/7/2011 07:20
היינט געפאלט אויס די ערשטע יארצייט פון די רעבעצין עליה השלום, איבעראל איז איינגעפירט אז אין טאג פון א יארצייט איבערהויפט די ערשטע יארצייט גייט די משפחה איבערהויפט די קינדער ארויף צום ציון צינדן א לעכט, און מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים.
ווי עס ווייסט יעדער איז ר' אברן געווען א גרויסע שונא פאר זיין מאמע עליה השלום ווייל זי האט געשפילט א גרויסע ראלע נישט צולאזן אז איר זיהן זאל פירן די שטוב ווי אזוי עס שמעקט אים מיטן ציהל צו ירשנ'ן אלעס נאך בחייו פון זיינע עלטערן.
אלס נקמה אין זיין מאמע האט ער באשלאסן ביי זיך אז ער גייט מער נישט קומען צו זיין מאמע באזיכען, אפילו אין די שפעטערע יארן ווען זי איז שוין געווען היפש אפגעשוואכט האט אים קנאפע ווייניג אונטערסירט ווי אזוי זי שפירט זיך.
ער איז נישט געקומען באזיכן אפילו ערב די הייליגע טעג, ניטאמאל איז ער געקומען מאכן דעם אנשטעל אז ער וויל אריינגיין צו איר, וואס כידוע האט ער אלץ געניצט א תירוץ אז משה גבאי לאזט אים נישט אריינגיין. ווען ער ווייסט אפילו פאר 1 פראצענט אז משה גבאי צו סיי ווער וועט שטיין ביים טיר אין אים נישט אריינלאזן, וואלט ער זיכער געקומען יעדן טאג כדי צו קענען ווייזן אז מען לאזט אים נישט אריין צו זיין מאמע.
למעשה די יארן זענען ווייטער געלאפן, די רעבעצין האט זיך פארעלטערט ביז זי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פון ווי זי איז אריין און ארויס עטליכע מאל, עס געדענקט זיך נאך ווי יעצט די שווערע וואכן וואס זענען דאן געווען, רבינו שליט"א איז געבליבן אין שטאט אונאיינעם מיט זיין ברידער די זענטע רב שליט"א, מער ווי איינמאל האבן זיי איבערגענעכטיגט ביים רעבעצין אין שפיטאל, אזוי אויך איז דער סיגעטע רב שליט"א און נאך אנדערע קינדער פון די רבי שליט"א געבליבן ביי די רעביצען איבער שבת ווען די מצב האט שוין אויסגעזעהן זייער שמאל.
אבער.... ר' אהרן האט עס נישט אונטערסירט, ער איז געזעצן אין ניו העמפשיר זיך געפיקטשערט פאר די בילדער מאגאזינען, געמאכט א ווידיאו מיט דעם אונסדארפער, און געשפילט מיט די פאטעטא טשיפס, טעיפס, פרייטאג האט ער זיך געשפילט מיט די וויינען וואס די דארטיגע משמש ר' פנחס מיילעך ווייס לייגט אויס אויף א טיש, אזוי האט ער זיך געדרייט ווי א בעבי לויפענדיג פון די פאטאטא טשיפס צו די טעיפ אהין און צוריק, (עס איז געווען בילדער ווער עס קען זאל מוחל זיין אהערלייגן).
ויהי היום עס איז געווארן מוצאי שבת, ר' אהרן זיצט שוין זייער לאנגווייליג שוין אפגעשפילט מיט אלעס, די פיקטשערס מיט אונסדארפער זענען שוין גרייט אריינצוגעבן צום דריק, דא הייבט מען אן לייגן פרעשור אויף אים אז ער מיז זאפארט אריינפארן צו זיין מאמע ווייל וואס וועט מען זאגן יעצט ווען ער וועט פרובירן איינרעדן אז משה גבאי לאזט אים נישט אריין??
צוריק צום רעבעצין: זיצען דארט אלע קינדער ביים בעט, מען הייבט אן ווידוי, איינער לויפט צו ר' אהרן'ס פריוואטע שטיב קלאפן מיט אלע כוחות אז ער זאל זיך שוין אויפהייבן ווייל די מצב איז שרעקליך אבער ער שלאפט און ווייסט נישט פון גארנישט. אזוי האט די רעבעצין ע"ה אויסגעהויעכט איר נשמה.
יעצט שטייט מען שוין א יאר זינט יענע ביטערע טאג ווען די רעבעצין ע"ה איז נפטר געווארן, מארגן גייען די אירע קינדער ארויפגיין צום ציון ווי מען וועט אויספועל'ן ישועות און רפואות פאר כלל ישראל, אבער איר ר' אהרן גייט עס נישט אן ער ווייסט שוין ווייטער פון גארנישט. ער זיצט יעצט אין ניו העמפשור, ער איז פארנימען מיט די פאטעטא טשיפס, ער גייט נישט גיין צום ציון פון זיין מאמע וואס האט זיך פאר אים איבערגעגעבן אלע יארן, און וואס מיינט איר וועט ער ענטפערן? משה גבאי לאזט אים נישט קומען צו זיין מאמע...
נשלח ב-25/6/2010 08:18
די לעצטע 2 טאג איז ווידעראמאל פארגעקומען אזאנע סארט באזוכן. אבער ווען די זעלבע מאמע איז אהיימגעגאנגען צו איר היים האט מען ווייטער פארגעסן אז די מאמע עקזעסטירט!
נשלח ב-4/5/2010 23:02
היינט איז נאכאמאל פארגעקומען א באזוך און שפיטאל דאסמאל מיט זיין ברודער ר' שלום אליעזר און זיין שוועסטער אשת הרב ר' חיים יהושע און ר' שלום יוסף דייטש
תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 04/05/2010 23:04:10
נשלח ב-30/4/2010 21:57
נאך וואס איז די רבצין געווען אין שפיטאל?
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 30/04/2010 21:59:06
נשלח ב-30/4/2010 06:05
נשלח ב-30/4/2010 05:46
סארא בושה!
וויאזוי האט פארמעגליך געזאגט? ''ווען אהרן זאל נאר האבן איין הו''א אז מ'וועט אים דעם שפיץ נאגל צורירן ווען ער קומט באזוכן דעם מאמע'ן, וואלט ער געקומן יעדן שני וחמישי מיט הערשי רובינשטיין בענעזאם!'' ודפח''ח
מ'קען נאר ענדיגן מיט די ווערטער וואס ר' בנימין ראבינאוויטש האט אים באטיטלט ווען מ'האט אים געזאגט אז ק''י רב וויל אים באזוכן: ''א רב איז ער? א הולך בערכעות איז ער!''
נשלח ב-28/4/2010 23:25
ב"ה יעצט קומט אן די נייעס אז די הרבנית הצדיקת לרפ"ש קומט שוין היינט אהיים, אין ראט האט ב"ה אפגעאטעמט פון דעם עול פון גיין באזוכן א מאמע , אין פאר די דעקלעך וועט מען זאגן ווייטער אז ער קען נישט גיין ווייל משה גבאי מיט ר' ליפא שפריצען אים אן מיט וואסער ווען ער קומט...
אבער ראט האט געזאגט אז דעם מנהג פון וויינען אויף זיין מאמען פאר מצוה טאנץ וועט ער ווייטער אנהאלטן אומגעשטערט
א מוסטער פן כיבוד אם בדורינו
תוקן על ידי המהדרין ב- 29/04/2010 00:49:22
נשלח ב-28/4/2010 21:48
יא סאיז א ריכטיגע רחמנות אויף דע הייליגע טאטע ולבדל לחיים טובים די מאמע לרפו"ש וואס זיי ליידן אריין פין זייער בכור שוטה שוין אזויפל יאר'ן