איך וועל עפענען נאך א אשכול וועגען דעם ווייל איך האב אזוי געקנאקט קעגן מיז דאס יעצט זיין אויפן זעלבען אויפן
איך האף אז דער מנהל וועט לאזן
די עדה החרדית איז יעצט ארויס געקומען מיט א היתר אז מע מעג לכתחילה ארויף גיין אויפן ציון און מירון און דאס איז פון די רבנים און נישט פון חברי הנהלה צו איך צוריק פון אלעס וואס איך האב געשריבן
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=16598&cat_id=2 והשם הטוב יכפר שלא נכשל לעתיד
נשלח ב-29/4/2010 22:55
נעכטען נאכט נאכדעם וואס איך בין אדורך געפאלן פון די ליצים פון בחרדי חרדים (וואס דאס אליין איז א בזיון ווי אזוי די חבורה הקדושה לויפט און קויפט אפ די אלע אינטערנעט שרייבער ח"ו נישט ארויס צו געבען דעם אמת לאור עולם) און איך האב געשריבן א אננטשולדיגונגס אשכול האב איך געקאלט א באקאנטען מיינער און ארץ ישראל זאל מיר קלאר מאכן די זאך און איך מוז זאגן אז וויפיל איך האב שוין געוויסט וואס מע קען אלס טוהן אונטער'ן שלייער פון ערליכער איד דאך איז נעכטען געווען ביי מיר תסמר שערות מיט וואספארא קאלטקייט מען איז חלל שם שמים בכל קצווי תבל און עובר א איסור תורה פון די וואכעדיגע פרשה
אמור אל הכהנים בני אהרן ואמרת אליו לנפש לא יטמא בעמיו
דאס איז א דבר ברור וואס אלע רבנים עסקנים קברים קענער זאגן אז דער בארג מירון איז פול מיט קברים, און דאך איז דער ערליכער איד מיטן קרומע קאפ אויף די רעכטע זייט בשאט נפש פאר אביסל אטענטשען מיט געלט מוכן עובר צו זיין אויף דעם (חוץ טאמער מע וועט זאגן אז ער איז נישט קיין כהן ווי סאיז דא אסאך וואס זאגן און אפילו פון זיין טאטענס חסידים וואס נעמען זיי נישט פאר פדיון הבן - אבער דעמאלס זאל ער שוין צוריק געבן די סלעים פאר ווער סהאט אים יא גענומען), און נאך דערצו לייגן ברגל גסה בפני כל העולם פרעשע אויף רבנים די חברי הבד"ץ און הרב וואזנער ר' יצחק ראזענבלאט ועוד ועוד שאין כאן המקום לפורטם בלויז פאר אביסל געלט מיט פאפעגאנדע און דער מענטש ווערט נאך אנגערופן ביי אידן ערליכער איד איך קען דאס ממש נישט פארשטיין, אבער זיין ברידער וואס האט מורא פון א עבירה ווי פון פייער ער איז א ציוני א וויזניצער נישט א קנאי וכו' פאר ווער סגעדנקט נאך די פראפעגאנדע פון די עוברי התורה בראשות דעם ערליכער איד, און ער האט נאך א גושפאנקע פון די מענטשען וואס אונטרעסירט זיי שבת פון א פרייער איד נעבעך, קברים און אשקלון, א גוי'שע קאמפעני ווי אינטעל, וכו' וכו' און נישט אז דאס איז נישט וויכטיג קלאר ווי דעם טאג אז דאס דארף ווייטוהן פאר יעדען איד אבער נישט וויניגער ווי א איסור תורה וואס ווערט געמאכט דורך א כהן חלל נאר פאר פראפעגאנדע, (דע בג"ץ חלק וואלט איך פארשטאנען דאך נישט קיין איסור תורה בדאורייתא אבער חילול כהונה),
דאס איז א בושה און א בזיון וואס מיר אידן יראים ושלים לדבר השם דארפן מוחה זיין און מאכן א פראטעסט ביי די אפיסעס פון תולדות אהרן און אמעריקע זיי זאלן הערן די וי געשריי פון יהדות הגולה וואס זענען מוחה אויף רשעי ישראל וואס בפלטרין של מלך זענען זיי עובר אויף אזעלעכע גרויסע איסורים.
און מיר קענען נאר האפן לאבינו שבשמים אז די צבועים וועלן מגלה זיין זייער פנים און אראפ נעמען דעם שלייער ערליכער איד פון אלע זייערע רשות און עבירות בריש גלי'
נשלח ב-29/4/2010 02:46
אפי' יא, מעגסטו נישט אראפרייסען די כח פין די עדה החרדית וועגן אים
האלט דיין שפראך, ס'איז נאך דא אין די עדה גרויסע גאונים אין גרויסע עסקנים
נשלח ב-29/4/2010 01:43
ווי יעדער האט געזען האב איך א וואך צייט געשריבן וועגען דעם נושא און איך האלט אז אפילו די עדה קומט ארויס להיתר איז דאס אויך פוסטע מעשיות אבער מיין פריוואטע מיינוג מיינט נישט אויף יעדעם במילא אז איך האב געזען א בריכט און בחדרי אז די עדה האט לכתחילה מתיר געווען און ר' משה אליינס זאגט אז סאיז מותר בדרך זה ווי זיי זענען מצטט פון זיין בריוו האב איך געפילט א חוב צו שרייבן וואס איך האב געשריבן
אבער טאמער ווייסט איינער אז לא דובים ולא יער, איז ממש א בושה און א חרפה צו רעדן בכלל פון די געמיינע גרופע וואס רופט זיך עדה החרדית (ח"ו נישט די רבנים נאר די מנהיגים קרי הנהלה יעקב ראטה וכת דלי') און דאס ווערט אנגערופן און גאס ערליכער איד דאס איז ממש זועק עד לב השמים דער ערליכער איד דער איז עובר בריש גליא אויף א איסור תורה לנפש לא יטמא בעמיו פאר אביסל כבוד פאברענטע הענט און געלט און דאס ווערט אנגערופן ערליכער איד איז וואס מיינט א שייגעץ????????????????????????????
נשלח ב-28/4/2010 23:55
איך ווייס נישט וואס די מיינונגען פון די עדה רבנים זענען, אבער צו שרייבן די עדה החרדית איז יעצט ארויס געקומען מיט א היתר דאס איז פשוט פאלש, ארויסגעקומען מיט א היתר מיינט אז מען שרייבט א פסק דין.