בית פורומים כל העולם כולו

תולדות אהרן רבי שיקט שליח צו תולדות אברהם יצחק רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2010 15:28 לינק ישיר 
תולדות אהרן רבי שיקט שליח צו תולדות אברהם יצחק רבי

און די לעצטע וואכן טוט זיך א אבערקערעניש און ארץ ישראל איבער די ארויף גיין פון כהנים און מירון דערנאך וואס מען האט געטראפן קברים. כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט גלייך מודיע געווען אז אזווי עס איז א שאלה פון טומאת כהנים - דאורייתא ויל ער נישט פארן עס זאל נישט זיין קיין מצוה הבאה בעבירה. אבער תולדות אהרן רבי מיט זיינע גבאים האבן זיך נישט גלייך אנגעהויבן צו פאפירן אז קיין איין פוסק און ארץ ישראל זאל ח"ו נישט ארויס געבן א פסק לאיסור ווייל טאמער יא זענען זיי באנקראט אזווי יעדער איינער ווייסט אז ל"ג בעומר איז זייער יו"ט און מירון. (חוץ פון דעם וואס די ציוניסטישע מדינה קאסע "קרן ספרא" וועלכע האלט אויס די פרוייקט פון ל"ג בעומר און מירון. האט היי יאר צוגעזאגט פאר תולדות אהרן א מליון שקל (300.000 $). נעכטן נאכט איז פארגעקומען א מושב בית דין פון די העדה החרדית איבער די נושא פון כהנים און מירון און עס איז געבליבן (מיט דריק פון ......)  אז מען מעג פארן נאר מען זאל ארויף גיין דורך געציילטע וועגן ווי עס איז וויניגער דא א פראבלעם. אבער בית דין האט נאר געפאסקנט בע"פ און נישט בכתב צוליב נישט א זיכערן פסק. תולדות אהרן וועלכע האבן זיך זייער געפרייט מיט די פסק ווילן אבער נישט זיין אליין די וועלכע פארלאזן זיך אויף די שוואכע פסק האבן זיי אינטערגעשיקט צוויי שליחים (י.ש.ב. מיט ח.ו.) צו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אז בפסק פון בית דין קען ער שוין פארן אויף מירון. אבער דער רבי שליט"א האט זיי געזאגט אז אזווי עס איז א שאלה פון א איסור דאורייתא דארף ער א היתר בכתב האבן זיי געזאגט אז עס איז נישט דא האט ער געבעטן לכה"פ וויל ער הערן פון ירושלימער רב אליינס אז ער איז אים מתיר צו פארן אויף מירון האבן זיי געזאגט אז מען וועט זען און זיי זענען ארויס בבושת פנים פון שטוב.

הכסף יענה הכל...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 16:45 לינק ישיר 


בענאנע איז גערעכט אבער איך וויל וויסן צו ווען דער רבי איז נישט פון די קאטעגוריה ערליכער איד וואלט מען אויך געטראפען דעם ראב"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 08:52 לינק ישיר 

האלאו רואיג א מיניט, עס איז דא א ראב"ד וואס מאכט שטארק אוועק די גאנצע טמאת מת בזמן הזה, וואס לצורך גדול נעמט מען עס אן- פארשטייט זיך מען דארף א מורה הוראה בישראל צו קענען ניצן די היתר- ווען עס איז נאר א ספק טומאה, מען קען נישט אנווייזען דא אין דא איז דא קברים, מען קען נאר זאגען דער בארג איז פיל מיט קברים, מיינט דאס טאקע אז עס איז זיכער אז אלע וועגן זענען העכער קברים? אלזא אפשר איז דא דער מדובר פין א צורך גדול, ווער ווייסט ווי שטארק דער אויבערנדערמאנטע רבי דארף די אינטענשטען אפשר הייסט דאס לגבי אים א צורך גדול?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 22:54 לינק ישיר 


נעכטען נאכט נאכדעם וואס איך בין אדורך געפאלן פון די ליצים פון בחרדי חרדים (וואס דאס אליין איז א בזיון ווי אזוי די חבורה הקדושה לויפט און קויפט אפ די אלע אינטערנעט שרייבער ח"ו נישט ארויס צו געבען דעם אמת לאור עולם) און איך האב געשריבן א אננטשולדיגונגס אשכול האב איך געקאלט א באקאנטען מיינער און ארץ ישראל זאל מיר קלאר מאכן די זאך און איך מוז זאגן אז וויפיל איך האב שוין געוויסט וואס מע קען אלס טוהן אונטער'ן שלייער פון ערליכער איד דאך איז נעכטען געווען ביי מיר תסמר שערות מיט וואספארא קאלטקייט מען איז חלל שם שמים בכל קצווי תבל און עובר א איסור תורה פון די וואכעדיגע פרשה

אמור אל הכהנים בני אהרן ואמרת אליו לנפש לא יטמא בעמיו

דאס איז א דבר ברור וואס אלע רבנים עסקנים קברים קענער זאגן אז דער בארג מירון איז פול מיט קברים, און דאך איז דער ערליכער איד מיטן קרומע קאפ אויף די רעכטע זייט בשאט נפש פאר אביסל אטענטשען מיט געלט מוכן עובר צו זיין אויף דעם (חוץ טאמער מע וועט זאגן אז ער איז נישט קיין כהן ווי סאיז דא אסאך וואס זאגן און אפילו פון זיין טאטענס חסידים וואס נעמען זיי נישט פאר פדיון הבן - אבער דעמאלס זאל ער שוין צוריק געבן די סלעים פאר ווער סהאט אים יא גענומען), און נאך דערצו לייגן ברגל גסה בפני כל העולם פרעשע אויף רבנים די חברי הבד"ץ און הרב וואזנער ר' יצחק ראזענבלאט ועוד ועוד שאין כאן המקום לפורטם בלויז פאר אביסל געלט מיט פאפעגאנדע און דער מענטש ווערט נאך אנגערופן ביי אידן ערליכער איד איך קען דאס ממש נישט פארשטיין, אבער זיין ברידער וואס האט מורא פון א עבירה ווי פון פייער ער איז א ציוני א וויזניצער נישט א קנאי וכו' פאר ווער סגעדנקט נאך די פראפעגאנדע פון די עוברי התורה בראשות דעם ערליכער איד, און ער האט נאך א גושפאנקע פון די מענטשען וואס אונטרעסירט זיי שבת פון א פרייער איד נעבעך, קברים און אשקלון, א גוי'שע קאמפעני ווי אינטעל, וכו' וכו' און נישט אז דאס איז נישט וויכטיג קלאר ווי דעם טאג אז דאס דארף ווייטוהן פאר יעדען איד אבער נישט וויניגער ווי א איסור תורה וואס ווערט געמאכט דורך א כהן חלל נאר פאר פראפעגאנדע, (דע בג"ץ חלק וואלט איך פארשטאנען דאך נישט קיין איסור תורה בדאורייתא אבער חילול כהונה),

דאס איז א בושה און א בזיון וואס מיר אידן יראים ושלים לדבר השם דארפן מוחה זיין און מאכן א פראטעסט ביי די אפיסעס פון תולדות אהרן און אמעריקע זיי זאלן הערן די וי געשריי פון יהדות הגולה וואס זענען מוחה אויף רשעי ישראל וואס בפלטרין של מלך זענען זיי עובר אויף אזעלעכע גרויסע איסורים.

און מיר קענען נאר האפן לאבינו שבשמים אז די צבועים וועלן מגלה זיין זייער פנים און אראפ נעמען דעם שלייער ערליכער איד פון אלע זייערע רשות און עבירות בריש גלי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 22:30 לינק ישיר 

באקומען היינט א טעקסט:

האדמו"ר מתוא"י האט מוותר געווען אויף די בכורה ....

האדמו"ר מתו"א האט מוותר געווען אויף די כהונה .....






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2010 20:54 לינק ישיר 
תולדות אברהם יצחק ווערט נישט פארקויפט פאר געלט...

באקומען און אימייל

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועט נישט ארויף גיין אויבן נאר וועט פראווען און אויפנעמען חסידיו אינטן און דארף

חבר וידידינו היקר הע"י

נטול חלקך בהילולא דרשב"י

כבכל שנה ושנה יתקיים אי"ה הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי בעיה"ק ירושת"ו.

בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

ההדלקה תתקיים אי"ה במוצשב"ק ע"פ השטח הגדול בפינת רח' דבורה הנביאה / סלנט (מול ישיבת סלונים)

בשעה 10.00

למחרתו תפילת שחרית בצוותא עם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בשעה 8.00

ולאחמ"כ חלאקה ושמחת האפשערן ע"י כ"ק אד"ש

יציאה למירון ע"י הסעות מאורגנות ע"י לאנ"ש בשעה 11.30 (לפי המסלולים השונים)

תהילים במירון ע"פ שטח רחבת תוא"י (ליד ציון הלל הזקן) בשעה 3.00

ריקודין קדישין בהשתתפות רבני וחשובי אנ"ש בשעה 4.00.

תפילת מנחה וקריאת קוויטלאך ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א במושב מירון (למטה) בשעה 6.30

יצאיה לירושלים אחרי מעריב בדיוק אי"ה

האטס גע'פועל'ט אלס גוטס


תוקן על ידי בכורשוטה ב- 29/04/2010 20:56:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תולדות אהרן רבי שיקט שליח צו תולדות אברהם יצחק רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext