בית פורומים אידישע געדאנק

ביד"ץ אורח מישור שליידערט ארויס דעם מסור הידוע'ס שותף לדב"ע (ר') מענדל גאלד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2010 17:16 לינק ישיר 
ביד"ץ אורח מישור שליידערט ארויס דעם מסור הידוע'ס שותף לדב"ע (ר') מענדל גאלד

                שוין אלעס פארענפערט!! 
נעכטן מיטוואך איז דער מיסטעריזער שפיל וואס מאטערט שוין חדשים פאר אלע בתי דינים דיינים ורבנים איבער ניו יארק, וואס דא גייט פאר ווער איז דער מחוצף מענדל גאלד חבר בד"ץ (געוועזענע) און וואספארא בי"ד איז דאס אורח מישור, וואס איז זיך מתחצף קעגן דיינים מומחים אזאך וואס מ'האט נאכנישט געהערט בדברי ימי ישראל אז א בי"ד זאל גערופן ווערן צו די"ת איבער זייערס א פסק דין בהתראה אויף א מסור לכל הדיעות וחתימת ידיו תעיד עליו כמאה עדים, מ'דארף זיין בלינד אויף ביידע אויגן זיך נאר טועה זיין אינעם מציאות אז ער האט אונטערגעשריבן א מסירה דאקעמענטירט "אז בית יואל ווערט אומלעגאל באנוצט פאר א מקום לתורה ולתפלה אן קיין סייט פלען און ווי אויך פארקויפט מען דארט אלקהאל אן קיין לייסענס"

נאכער קומט איינער וואס באטוטלט זיך חבר בד"ץ (געוועזענע) און מיט א חוצפה איז ער מזמין די 3 דיינים מומחים אז זיי האבן געטון ר"ל נגד התורה און געפסקענט אויף א אומשילדיגע צדיק'ל דין מסור און ער שרייבט נאך גאנצעטע בריוון מיט א חוצפה ווי ער איז מחפה אויף דעם מסור הידוע,

און דער גרעסטער וואונדער וואס האט באוואונדערט אלע בתי דינים און דיינים, אז די דיינים מומחים האבן אים לפנים משורת הדין (יעצט שטעלט זיך שוין איינמאל ארויס ווי ווייט לפמשוה"ד זיי האבן געטון) כסדר געענפערט אויף יעדע בריוו, אבער דער חצוף אטום אזנו ועשה עצמו כאילו לא ידע, ער ענפערט זיי צוריק מיט א ליצנות כאילו ער דילט דא מיט אפאר עמי הארצים  

היצט איז אלעס פארענפערט געווארן, אט קוקט וואס בי"ד אורח מישור מעלדט אין זייער מודעה גלוי' "די צייטונג" פעידש 29
 
 


תוקן על ידי בית_דין ב- 29/04/2010 17:22:42




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 05:19 לינק ישיר 

נפל,

דו מישט אויס 'שלום לאנדא' א לא קרא ולא שנה ולא שימש'ניק - מתיר עוף טמא (מאסקאווי)

מיט הרה"ג ר' אשר לאנדא א ת"ח מפורסם אין עניני חו"מ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 00:49 לינק ישיר 

ענק מיינען אז סאיז דערנאך ער גייט עפענען א בי"ד אויף הופער אין בערל פריעדמאן גייט רעדן אין...........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 00:32 לינק ישיר 
תורה וגדולה במקום אחד!

ווי נישט ווי, מ'קען נישט זאגן אז מענדל גאלד איז ממש ארויס נקי מכל פון דעם שפיל, אויסער וואס ער האט דערפאר שיין באקומען אויף חתונה צו מאכן פון דוד עקשטיין, איז ער אויך געווארן א גאנצער בר הכי ביי די "זקני ראשי ישיבה שנתמנו ע"י מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעועכי"א" ממש א בחינה פון "תורה וגדולה במקום אחד"...
 
איך לייג דא ארויף דע "מכתב הרבנים שליט"א" וואס איז דעמאלטס ארויסגעקומען ספעציעל געשיקט פארן הויכגעשעצטן חבר דבי דינא רבה.. ניטאמאל האבן זיי געוואוסט פאר וועם זיי שרייבן און פון וועם מ'רעדט דא..
 
היצטערט ווען מ'קוקט צוריק אויף זייער "מכתב הרבנים שליט"א" ברענגט דאס א שמייכעל.. 

  








אשריך מענדל גאלד האסט זוכה געווען אויף עטליכע חדשים צו תורה וגדולה במקום אחד...

תוקן על ידי חיים_מענדל ב- 30/04/2010 00:43:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 23:13 לינק ישיר 

סענדר, די זעלבע "בני יואל" וואס האבן טעראזירט די עדה אז זיי זאלן נישט אסרן מירון?

שרעקליך ווי זיי קומען אלס נישט אן..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 23:01 לינק ישיר 

  איך הער יעצט גאר "מאחורי הפרגוד" אז די בני יואלערס האבן לעצטענס טעראזירט און געסטראשעט מיטן ערגסטען דעם הרב קאניג און ער האט פשוט נישט געהאט קיין צוויי ברירות נאר זיך אינטערגעבן ....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 22:46 לינק ישיר 

סאיז מיר אינטרסאנט אז די שרייבסט אז מהאט געפעלטשט ווייל איך זע אז אויף די איינס פאר די לעצטע צעטיל האט דער ראב"ד קעניג אינטער געשריבן יעצט זעט אויס אז סאיז געווען פאלטש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 21:01 לינק ישיר 

ממש געוואלדיגע נייעס
מנהל אפשר טויש דעם קעפל אויף ברעקינג.. פארשטינקענע פיש געגעסען אין פין שטאט ארויסגעווארפען.
עס איז הינדערט פראצענט אמת דער בריוו
גאלד פארלייקענט ניטאמאל די פאקטען
קען זיין יעצט וועט ער עפענען א אייגענע בית דין אינאיינעם מיטען איינציגער וואס לאכט אפ פין די תורה אין דער וואס האט זיך אויפגעשטעלט רעדין טאקע אין גאלד'ס בהמ"ד אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי א מסורה אין דאס איז נישט מער ווי א איינרעדעניש דער ליידיגייער שלום לאנדא פין וויליאמסבורג וואס האט אפגעמאכט אז ער איז א דיין
 אין עס גייען זיך נעמען פליען אזהרות אין חרמות איינע נאך די אנדערע
אין דער שמיציגער בלאטע וועט שרייבען פין היינט אין ווייטער
הרב הגאון הצדיק מו"מ ר' מענדל גאלד במ"ס לצניתא דאוריתא ורב דבהמ"ד קהל בית אשר ד'ליבלין
אין אזוי וועט ער ווערען אויפגעפיקט ביי אלע חלה דעקעלעך
אבער אזוי ווי די פאקט איז
 פשוט אין גראד מען האט עם ארויסגעטראסקעט פין דארט פארען פעלשען אזהרות אין הזמנות
אין מיר וועלען אלע דאנקען דעם הייליגען באשעפער אז מיר האבען אזוינע הייליגע רבנים ווי דער שארמאשער רב אין דער טשאטה רב אין ר' משה בער קויפמאן מיט אינז עס איז אינז א געוואלדיגער געווינס היינט נאך דעם וואס דער לץ איז ארויסגעפלויגען פין דארטען
אין יעדער פארשטייט וואס דאס מיינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 20:16 לינק ישיר 

איך וואלט נישט געזאגט "פירוד לרשעים נאה להם ונאה לעולם" ווייל איך קען נישט די חברי הב"ד וואס שרייבן זיך אינטער. אבער "שקר אין לו רגלים" וואלט איך יא געזאגט אויף דעם בי"ד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 18:38 לינק ישיר 

אפאר זאכן
 
1)איך ווייס נישט וואס די ניצט דעם שלום לאנדא אויף זייער צעטיל אין צייטונג דע וואך שטייט איינער ר' אשר לאנדא
 
2)אין נאך דעם געב א קיק אויף די צוויי לעדער הערט איינס האט ענגליש איינס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 18:34 לינק ישיר 
וואס דא האט פאסירט!

כא כא כא

א אינגערמאן וואס איז שטארק באקאנט אין דעם אינערליכען געראנגלען אינם נייעם בי"ד "אורח מישור" פארציילט מיר יעצט אזוי.

די בי"ד איז א נייע בי"ד געגרינדעט דורך מענדל גאלד וועלכער האט געוואלט ווערן פאפיולער, קיין קונים האט ער נישט געהאט און דא איז אים אינטערגעקומען א גרינגע קונה אינם פורום פון עקשטיין וועלכער האט נישט געקענט באקומען א הזמנה פון קיין שום בי"ד צוליב די לעכערליכקייט פון זיין טענה. נאך צו דעם איז עקשטיין איינער וואס האט זיך געלאזט שיין קאסטן פאר די הזמנה.

דער מענדל גאלד האט זיך אהער געשטעלט אויפן פאזיציע פונם "ספרא דדיינא" און האט נישט געפרעגט קיין סאך קשיות ביי די אזוי גערופענע "חברי הבית דין" ווייל ער איז דאך דער בעל הבית דא. ביז ער האט איינמאל אינטערגעשריבן "חבר בי דינא רבא" דעמאלטס האבן זיך די אזוי גערופענע "חברי הבית דין" געכאפט אז זייערע נעמען זענען נאר דא צו ווערן געניצט דורך מענדל גאלד. און זיי האבן זיך געכאפט אז דער מענדל גאלד מאכט פון זיי פורים.

האב זיי אנגעהויבן א ויצעקו קעגן מענדלען. אבער הוא בשלו מענדל טענה'ט אז ער איז בעל הבית און ער איז בכוח אריינצונעמען אנדערע רבנים במקומם. האבן זיי זיך צוזאמענגעזעצט אינטער מענדל'ס ריקן און געקומען צו די החלטה אז פונקט ווי מענדל קען זיי ווארפן קענען זיי ווארפן מענדלען...

אומר ועושה זיי האבן ארויסגעגעבן א בריוו אז מענדל'ס בריוון זענען נישט בשם זייער בי"ד. אבער וואס טוט מען פארט אז מענדל הייבט אויף די טעלעפאוין? (די 718 נומער איז מענדל'ס סעל) מען גיבט זיך אן עצה, מען שרייבט אויך אריין אינם צעטל א "נ.ב." אז די טעלעפאוין נומער פונם בי"ד געפינט זיך אנהייב פון דעם בריוו... און זיי האבן אריינגעלייגט א צווייטע סעל נומער א 917.

און וואס וועט זיין מיט די אדרעס? אה דאס איז דאך קיין פראבלעם ווייל עס איז א "פיקיטיווע אדרעס" אין דעם בנין געפינען זיך דאקטוירימ'ס אפיסעס און "אורח מישור" האט למעשה קיינמאל דארט נישט געהאט א פיזישע אפיס... בציקור די אדרעס בלייבט די זעלבע די טעל. נומער געטוישט און מעדל איז אינדרויסן...

יעצט איז צום ערווארטן אז דער "ספרא דדינא"\"חבר בי דינא רבא" (איר קענט זיך אליינס אויסוועהלן ווייל מענדל אליינס האט נאך נישט באשלאסן) וועט שיקן א "הזמנה" פאר די "חברי הבית דין" פארן ניצן "זיין" נאמען "אורח מישור"...

לוסטיג אידעלעך עס איז פרייליך אויף דער וועל...


תוקן על ידי נפל ב- 29/04/2010 18:36:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 17:54 לינק ישיר 

איינע פון די פאשקאווילן געשיקט דורך מענדל גאלד אינטערן נאמען "אורח מישור" (נישט אז "אורח מישור" כשר'ט זיך מיט זייער יעצטיג סטא"פ וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף דעם מענדל גאלד ווייל דערווייל דינט נאך דארט אלס "חבר בית דין" דער אינגערמאנטשיק שלא שימש שלום לאנדא, אבער אפילו דער שלום לאנדא האט שוין אנערקענט אז מענדל האט איבערגעטריבן מיט זיין ליצנות).














 










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 17:38 לינק ישיר 

נפל כתב:
איך האב דאס אויך געזען נעכטן אין די צייטונג, ווער עס האט א דשאב פאר מענדל גאלד קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי...


אפשר קען דער שפאטיווקער בי"ד עם ניצן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 17:37 לינק ישיר 

זעט אויס אז די טשעק פין דעם אכזר אין מסור דוד בן פעסיל עקשטיין האט געקראכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 17:33 לינק ישיר 

ווער איז דער ראש בית דין?
איז דאס אפשר פון די יאקער משפחה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2010 17:23 לינק ישיר 

איך האב דאס אויך געזען נעכטן אין די צייטונג, ווער עס האט א דשאב פאר מענדל גאלד קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ביד"ץ אורח מישור שליידערט ארויס דעם מסור הידוע'ס שותף לדב"ע (ר') מענדל גאלד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext