גיט זאגער
יעדע זעהט דארט וואס מ'וויל, א מנוול וועט זעהן פריצות אויף ת''ח אויך אין אויף וואס נישט.
צום ענין:
עס איז ממש מבהיל וואס דא טוט זיך
אין הארץ פין שטאט איז דא א זאל פין ציבורישע געלט וועלכע נעמט אן חתונות נאך יעצט ביים שרייבן די שירות מיט די גרעסטע פריצות,
יא! ווען מ'האט געבויט די זאל איז שוין דארט געווען א שטארק באוואינטע געגענט
אזש הרה''ג ר' בערל כ''ץ אב''ד דשינסקיא וומס''בג וועלכע די זאלי'ס האבען אים פאררעכנט אלס איינס פין זייערע רבנים האט זיך געמיזט אוועקציען נאכדעם וואס זיינע געשרייען זענען געפאלען אויף טויבע אויערן.
אין דארט זענען זיי שטיל
אבער אויף פרענקלין ביי פלאשינג, א גאס וואס איז נאך היינט נישט באוואינט, אין די אלע נייע גאסען ארום אין ארום האט מען אויפגעבויטן נאך לאנגע יארען וואס די זאל שטייט שוין,
ד''מ אז די נייע תושבים האבען געוויסט וואס פאר א שכן ''זיי נעמען זיך'', אין דאך האט דער בעה''ב געזאגט אז ער נעמט מער נישט קיין בוקקינג פאר גויש'ע חתונות, אין פארשטייט זיך אז דאס וואס איז שוין געבוקט קען מען נישט אפזאגען, ''דאס הייסט פריצות'דיגע זאל'
נאך מער, א גאס אוועק פין ראוז קעסיל אז דא א זאל וואס וואס האט זיך איבערגעבויט עטליכע יאר ציריק אין רופט זיך עידען פאלאס, וואס דארט קומען פאר יעדע נאכט אויסגעלאסענע חתנות, מיט א אויסרייד אז זיי ניצן זיין דרייוועי, ואין פוצה פה, ווייל יענע באלאנגט ביי די זאלי'ס, אין שמירט ווי מ'דארף.
ס''ה ווייל די בעלי האולם לאזען זיך קאסטען שווערע געלטער פאר תורה וגמ''ח בעיקר פאר סאטמאר זענען זיי א ציל ברעט פין די זאלי'ס, זייערע נכסים מעג מען מפקיר זיין אין מאביד זיין ממון ישראל ביד עכו''ם (ראוז פלאזא) מיט מסירה אין וואס נישט,
דרך אגב, נוטראלער כ'וויל נישט אריינגיין אין די טעמע, אבער ביי די געשיכטע פין ראוז פלאזא איז ענקער מסור געבליבן די לוזער אין שטאט, ווען די ראוז פלאזא פראיעקט איז דורך מיט א לענדסלייט ב''ה, מיט ס''ה מינומאלע שאדען'ס
אין די טרועריג בארימטע משפחת רוזענבערג - ווי די רופסט זיי, זענען (צו דיין ווייטוג) באקאנט אלס גרויסע בעלי צדקה וחסד, אין האבען אויף זייער זכות מיליאנען שעות תורה ותפילה.
הלוואי פאר מיר אזעלכע זכותים.
איך פארשטיי דיין ווייטוג
תוקן על ידי היראים ב- 29/04/2010 18:49:27
 |
|
|