בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: פסק דין פון בית דין הגר"ש וואזנער וועגן כהנים ארויפצוגיין אין מירון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2010 14:11 לינק ישיר 
ברעקינג: פסק דין פון בית דין הגר"ש וואזנער וועגן כהנים ארויפצוגיין אין מירון

יעצט ארויס פון די בית הוראה פונעם פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א

דא שטייט נישט קיין ווארט וועגן איסור חמור, ביטע נישט פארפירן די ליינער
דער מנהל




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/04/2010 16:25:45




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 00:04 לינק ישיר 

גערעדט אין וועלט אריין

די עדה החרדית איז משוגע אויב גייען זיי זיך ציקריגען מיט א גאנצע קהילה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2010 23:47 לינק ישיר 

די לעקציעס פון די טומאת-כהנים עפאכע אין מירון:

העדה החרדית - ווידער זיך ארויסגעשטעלט אלס נישט אראנטליכע ביי אייגענע נגיעות, ד.מ. אז ווען ס'קומט צו אייגענע מענטשן האט מען מורא אדער וויל מען נישט ארויסקומען מיט א פסק הלכה כדת של תורה.

תולדות אהרן - זיך ווידער ארויסגעשטעלט אלס אנטי-פרומע חסידות, ד.מ. אז ווען ס'קומט צו אייגענע געלט אדער כבוד אינטערעסן פארקוקט מען אויף א חשש איסור דאורייתא

לייגט דאס אוועק ס'וועט נאך אסאך צוניץ קומען בעתיד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2010 23:46 לינק ישיר 


זיי דארף מען שוין אפאר רייסען זיי האבן זיך אליין אראפ געריסן זיי האבן זיך צנער געלייגט אויפן גרעסטען אויפן וואס איז שייך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2010 23:38 לינק ישיר 

אדםאמיתי כתב:
קען איינער מסביר זיין די שטעלונג פון בד"ץ ע"ח?

ביי דעם פארקינג לאט אין עק שטאט ירושלם, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי אינטעל האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי די אידענע מיט דעם קינד, ווי עס איז געווען אינערליכע יש אומרים ויש אומרים, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי יעדען אומגעוואנטשענעם ווינט אין מאה שערים האבען זיי א דעת תורה
ביי דעם התר עגונה פון די קדושי מומביי האבען זיי געהאט א דעת תורה (מענטשען ווייסען די פינקטליכע פרטים) "אויף נישט צו טוען" ביז ווי לאנג הרה"ג ר"ש וואזנער שליט"א מיט זיין בי"ד האבען דאס גענומען אין דער האנט

פלוצים ביי טומאת כהנים וואס איז א ספק דאורייתא האבען זיי מער נישט קיין דעת תורה.

זייער שטיל שווייגענישט מאכט טויב! 


וואס רייסטו אראפ די עדה?
ווייל איינער זאגט אז די עדה האט אזוי געזאגט נאר זיי ווילן נישט ארויסגעבן א בריוו, מיינסטו אז זיי האבען טאקע אזוי געזאגט?

ענדערש רייס אראפ דער וואס האט ארויסגעלזאט די שמיעה בשם די עדה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2010 20:46 לינק ישיר 


מר"ד קאהן באגראבט זיך מיט זיין כהונה און א באקס פאר אביסל כבוד המדומה און געלט

ירא הקהל וישפוט וואס מיינט א ערליכער איד







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2010 20:40 לינק ישיר 

באקומען אין אישי.

ללא נושא

דעם שבת האט גיהאנגין 3 מודעות פון די עדה.
א, קעגן אינטרנט קעמרעס און מירון.
ב, קעגן די גרויסע סקרינ'ז (פון ליובאוויטש) ביים דרך מהדרין און מירון.
ג, קעגן דידשיטיל סקרינ'ז אין די סטארז אין באסעס מיט עדווערטייזמענט'ס.

דאס אלעס איז גיוועהן דעם שבת. אבער איין צעטל וועגן כהנים האט מען פאר קיין רפואה נישט גיקענט טרעפן............


איצטער בין איך שוין טויב אויף ביידע אויערען



תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 02/05/2010 20:42:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2010 19:29 לינק ישיר 

קען איינער מסביר זיין די שטעלונג פון בד"ץ ע"ח?

ביי דעם פארקינג לאט אין עק שטאט ירושלם, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי אינטעל האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי די אידענע מיט דעם קינד, ווי עס איז געווען אינערליכע יש אומרים ויש אומרים, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי יעדען אומגעוואנטשענעם ווינט אין מאה שערים האבען זיי א דעת תורה
ביי דעם התר עגונה פון די קדושי מומביי האבען זיי געהאט א דעת תורה (מענטשען ווייסען די פינקטליכע פרטים) "אויף נישט צו טוען" ביז ווי לאנג הרה"ג ר"ש וואזנער שליט"א מיט זיין בי"ד האבען דאס גענומען אין דער האנט

פלוצים ביי טומאת כהנים וואס איז א ספק דאורייתא האבען זיי מער נישט קיין דעת תורה.

זייער שטיל שווייגענישט מאכט טויב! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2010 19:10 לינק ישיר 


מי מילל ומי פילל אז פון די האלטע שיינע הערליכע קנאישע קהלה ווי תולדות אהרן וואס זענען ביז צען יאר צוריק געווען די ערשטע צו קעמפען אויף חשש דחשש פון אידשקייט אויף א ספק ספק ספקיה פון א גזירה דראשונים האבן זיי זיך מוסר נפש געווען וועלען און צען יאר שפעטער שטיין און אזא נידעריגע מצב עובר זיין בריש גלי' אויף א איסור תורה בפני אפאר הונדערט טויזענט אידן און אלעס נאר פאר אביסל כבוד המדומה און בצע כסף און אטענטשען אוי לנו ווי די אידשקייט אלט שוין אז די וואס רופן זיך פרומע זענען נישט מער פון צבועים און די וואס זענען יראי השם און זענען מוותר אויף כבוד און געלט די זענען ציונים וויזניצער (נישט נאר תוא"י רבי איז א וויזניצער איך מיין אז ס'איז דא נאך איינער וואס מע רופט וויזניצער) וכו' וכו' אלע מיני נעמען של גנאי ווייל ער איז נישט און קאטגוריה פון ערליכער איד און טרעט נישט אויף די תורה מיט די גרעסטע מאס לצנות וואס איז שייך

מען זאגט א ווערטעל אז א כהן מעג זיך מטמא זיין צו באגראבען א ברודער ווען דאס וואלט זיך נישט גערעדט פון א איסור חמור וואלט איך אויך געלאכט אבער ליידער ליידער אונז האלטן שוין דא ביים אז נדברו יראי השם איש אל רעהו ווייל אין גאס זענען ליידער די מענטשען וואס רעדען איש לרעהו נישט באטיטלט מיטן נאמען ערליכער איד און די וואס זענען באטיטלט מיטן נאמען ערליכער איד זענען ליידער ליידער פורקי עול אן קיין שום פראבלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2010 00:41 לינק ישיר 

דעס איז די לשון קדשו פינעם שבט הלוי.

ובמקום שיתברר שיש היתר לכהנים לעלות ללא חשש טומאה יכולים לעלות

איז ביז ווילאנג מען איז נישט מברר איז דא א איסור, נאר נאך א בירור קען מען מתיר זיין

אין פארוואס פארשטייסטו אז די עדה דארף נישט ארויס קומען מיט א היתר
אז טאמיר זיי האבן געפילט פאר וויכטיג צי מאכן א זיצנונג דערוועגן, פארואס מעג נאר תולדות אהרן וויסן וואס מען האט דארט באשלאסן, פארוואס געבן זיי עס נישט שריפטליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2010 00:31 לינק ישיר 

דאס הייסט שוין ביי דיר געשריבען קלאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 23:45 לינק ישיר 

דער שבט הלוי שרייבט קלאר אז ביז ווילאנג מען איז נישט מברר איז דא א איסור
דערווייל זע איך נישט קיין בירור להיתר פין קיינעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 23:21 לינק ישיר 

עדה  החרדית דארף נישט ארויס קומען מיט א היתר ווייל עס איז דערווייל נישט דא קיין איסור

בסך הכל שרייבט דער שבט הלוי אז מען זאגט איהם אז עס איז דא קברים דארף מען מברר זיין די מציאות

אגב ווען עס האט זיך געמאכט די שערוריה אז די פליגער'ס פארן ארויס פון ארץ ישראל העכער א בית החיים האט רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל געהייסען אנטון א פלעסטיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 23:14 לינק ישיר 

אז טאמיר די די רבני העדה החרדית איז מתיר פאר כהנים ארוןיף צי גיין.
 
פארוואס קומען זיי אליינס נישט ארויס מיטן היתר, איז דעס נישט קיין וויכטיגע זאך, טראגט נישט מירון אזוי פיל געוויכט ביי די עדה החרדית ווי עפעס א  שנאר בריוועל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 23:05 לינק ישיר 

מיר האלטן שוין ביי א מדריגה אז די פרומע תולדות אהרן מיט די פארבינדענע טיכלעך זעהט שוין א ספק ספיקא איבער די שעורירי'

איין זאך איז זיכער תולדות אהרן האט געוויזן וואספארע פורים ער איז, אין איז גארנישט אנדערש ווי די אגודה אין מזרחי וואס טיען אנדערע שקאצרייען ווייל זיי קומט אזוי גוט אויס.
 
אין וויאזוי וועט ארויף גיין די המון עם פין תולדות אהרן די כהנים צי ציון ? אויף מיט אוהל חצוץ ?

יעצט איז די שאלה צי אוהל חצוץ שמי'ה אוהל ?
ווייל ווען ר' משה מאנטפורי איז ארויף געגאנגען צים הר הבית מיט א אוהל חצוץ האט די גאנצע וועלט געשטורמט.


 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2010 21:58 לינק ישיר 


ארגינעלער מסתמא גייט ער אנטוהן א פלעסטיק בעג אזוי ווי אפאר ליצים האבן מפרסם געווען בשם דער רב פון היכל שלמה

און דאס איז איינע פון די גרויסע בזיונות דער צעטעל שבתון איז א מזרחי'שער צעטעל און ער פרעגט איין קשיה וואס איז אנדערש די שפיטאל און אשקלון ווי סאיז דא א חשש פיקוח נפש (לשיטתם) וואס דארט גייט זיין ריזיגע צעטלעך מיט הפגנות, פון מירון וואס דארט איז מען מצדד להקל און מען טרעפט כל מיני קלות להקל אן קיין חשש פיקוח נפש (חוץ לויט דעם שרייבער וואס האלט אז דאס איז יא פיקוח נפש פאר דעם ערליכן איד וואס אן די פאברענטע הענט וועט ער נישט קענען זאגן אקדמות), און דאס איז דער גרויסער חילול השם,

און אפשר טאקע זונטאג מיטאג בשעת ווען דער ערליכער איד גייט טרעטען בריש גלי' אויף די תורה הק' זאלן מיר מאכן א מחאה קעגען די אפיסעס פון מוסדות תולדות אהרן אזוי ווי זיי גייען מאכן קעגען דעם שפיטאל און אשקלון

וער ס'ווייסט ווי זייער אפיס און איז גרייט צו גיין זאל זיך ביטע מעלדען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: פסק דין פון בית דין הגר"ש וואזנער וועגן כהנים ארויפצוגיין אין מירון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext