אונזער געגנט איז נישט פאַרפאַלן, מ'האָט עס נישט געלאָזט פאַרפאַלן, און בעז"ה וועט עס נישט פאַרפאַלן גיין
לכבוד די מערכת פון דער איד, וועלכע שטייט שטענדיג גרייט לגדור גדר ולעמוד בפרץ.
אַלס איינוואוינער אין די סאַוט-סייד, קרוב אל החלל פון דעם געפּלאַנטן 'ראָוז פּלאַזאַ' פּראָיעקט, וויל איך אייך באַדאַנקען פאַר דעם קלאָרן אַרטיקל וואָס איר האָט פאָריגע וואָך געשריבן דערוועגן, וואָס האָט שטאַרק און קלאָר אַרויסגעברענגט די רעלעוואנטע פאַקטן, און בכלל די מערכה קעגן דעם פּראָבלעם פון אַרטיסטן וואָס איז הויפּטזעכליך קאָצענטרירט אין אונזער געגנט.
איר האָט אָנגעדייטעט אינעם אַרטיקל אַז איר וועט אייך מער נישט באַפאַסן מיט'ן גרף של רעי, אָבער לענ"ד איז דער אַרטיקל געווען זייער איינגעהאַלטן – אין איינקלאַנג מיט אייער הויכן און ריינעם ניוואָ. איך האלט אַז געוויסע נקודות דאַרפן שטערקער אַרויסגעברענגט און אויסגעשמועסט ווערן.
איבערהויפּט בין איך אויפגעקאָכט פון אַ העסליכן אַרטיקל פאָריגע וואָך אין שונד-בלאַט, וועלכע שטעלט אַראָפּ דעם מצב ווי גלייך די גאַנצע סאַוט-סייד ביי קענט סטריט איז שוין חלילה פאַרפאַלן, וואָס באַדייט אַז מ'איז מפקיר אונזער געגנט צו פרישע אַזעלכע פּראָיעקטן, וואָס קען חלילה זיין סם פאַר די איבער טויזנט משפחות, און איבערהויפּט פאַר'ן חינוך פון די טויזנטער קינדערלעך וועלכע וואוינען שוין אין די געגנט – היל"ת. נישט גענוג וואָס זיי ווילן באַרעכטיגן אַ פּראָיעקט פון זייער אַן אייגענעם, ווילן זיי אינגאַנץ צוגרונד לייגן די געגנט, חלילה.
דעריבער נעם איך מיך די מי אָפּצושרייבן דעם לאַנגן בריוו – מיט פאַקטן וואָס איך האָב פערזענליך מיטגעהאַלטן, וויבאַלד אַלס קרוב אל החלל איז מיר אויסגעקומען פון צייט-צו-צייט מיטצוהאַלטן די מערכה צו היטן אונזער געגנט, איבערהויפּט ווען עס איז געקומען צו באַקעמפן די זאַזאַ געביידע נעבן די סאַטמאַרער סאַוט 8 שול. איך האָף אַז מיין יגיעה צו שרייבן מיטן בלוט פון מיין הארץ וועט נישט זיין לריק, און צוליב'ן חומר הענין וועט איר עס אַריינשטעלן, טראָץ די לאַנגקייט.
איך קען פשוט נישט צו קוקן ווי אונזער הייליגע "סאוט סייד" געגנט, ממש א פרעכטיגע שטאט פאר זיך און נאך דערצו אן עיר מלאה חכמים וסופרים, פיל מיט בתי מדרשים ובתי כנסיות, פול מיט צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא, פול מיט ערליכע אידישע משפחות מסלתה ומשמנה פון יהדות החרדית, פול מיט מרביצי תורה ולומדי תוהר, גייט נעבעך אונטערגיין ברוחניות, וגדול המחטיאו יותר מן ההרגו.
ליידער ווערט ביי אונז מקויים "לעינינו עשקו עמלינו". מען בארויבט אונזער טייערסטע און הייליגסטע פארמעגן, אונזערע אומשולדיגע טייערע קינדערלעך, ממש פאר די אויגן, און עס ווערט געטאן דורך "אייגענע אידן", מהרסיך ומחריביך ממך יצאו.
צוליב דעם טיפן אנגסט און ווייטאג, השקט לא אוכל. חם לבי בקרבי בהגיגי תבער אש. איך בעט אייך שענקט אפאר שורות אין אייער צייטשריפט, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם.
עס איז אפילו נפסל מאכילת כלב
איך האָב אַ באַקאַנטן פון די מחנה וועלכע ווערט געפירט דורך'ן שונד-בלאַט ער האָט מיר געזאָגט אַז ער באַגראָבט זיך ממש פאַר בושה פונעם גענאַר וואָס זיי האָבן פאָריגע וואָך געמאַכט פון אים.
אַלס איינוואוינער אין די סאַוט-סייד, באַגרייפט יענער גאָר גוט דעם פּראָבלעם פון אַרטיסטן, און בעפאָר די שונד בלאַט איז אַרויסגעקומען פאָריגע וואָך האָט ער נאָכגעזינגען זייער שטרוי און זיך גע'טענה'ט מיט מיר און אַנדערע שכנים אַז אַנשטאָט צו זיין אַ פּראָיעקט פאַר אָט דעם עלעמענט, וועט די ראָוז פּלאַזאַ זיין דער גרעסטער אַפאָרדעבל האַוזינג פּראָיעקט, פאר "וויליאמסבורגער איינוואוינער". גיי טענה דיך מיט וואָס מ'האָט אים איינגערעדט... אָבער דאָנערשטאָג האָט ער זיך שטילערהייט אויסגערעדט פאַר מיר. ער זאָגט מיר אַז עפנדיג זיין גרף של רעי, פילט ער אז איז ער געוואָרן דער גענאַר פון די געגנט.
אין בלויז 7 טעג האָט דער גאַנצער ראָוז פּלאַזאַ פּראָיעקט זיך דראַמאַטיש געטוישט. פון וואָס עס איז אַ וואָך פריער געווען אַ שמחה פאַר וויליאַמסבורג, איז פאָריגן דאָנערשטאָג פאַרוואַנדעלט געוואָרן אין אַן אַרטיסטן פּראָיעקט וואָס מ'האָט געבויעט בלית ברירה. פון הונדערטער ביליגע דירות פאַר אידן, איז געוואָרן אַ גאַנצער ניגון אַז די געגנט איז שוין ממילא פאַרפאַלן, דעריבער מעג מען שוין דאָרט אַריינברענגן די אַרטיסטן אָנשיקעניש, וואָס שטעלט אונזער געגנט אין סכנה און באַזאָרגט יעדע ערליכע טאַטע מאַמע.
עס האָט מיך דערמאַנט די מעשה פון יענעם וואָס האָט געבאָרגט אַ זייגער, און ווען ער האט עס אָפּגעגעבן צעבראכענערהייט האָט ער געהאט א 3-פאכיגן תירוץ: ערשטנס, ווען דו האסט עס מיר געבאָרגט איז עס שוין געווען צעבראכן; צווייטנס, ווען איך האב עס דיר אָפּגעגעבן איז עס נאך געווען גאנץ; און דריטנס, איך האב עס קיינמאל נישט געבארגט...
קודם שרייט ער אַז עס איז "אַכט הונדערט דירות פאַר וויליאַמסבורג," מ'נעמט אויף מיט פרייד דעם גרעסטן אַפאָרדעבל האַוזינג פּראָיעקט... נאָך 7 טעג איז נהפך לאבל מחולינו: די גאַנצע געגנט איז שוין פאַרפאַלן, ממילא איז נעבעך נישט פאַראַן קיין ברירה.... מ'מוז פשוט ראטעווען אידיש געלט פון גיין לטמיון...
איך האָב יענעם געזאָגט אַז איך בין נישט עכט באַזאָרגט איבער זיין ענגשאפט, ביז אַ טאָג-צוויי וועט ער זיך מיטכאַפּן און מיטזינגען זייער נייעם ניגון, אַזוי ווי ער און זיין גאַנצע כת טוישט דעם ניגון יעדען דאנערשטאג מדי שבוע בשבוע, זינט דער גרף של רעי ערשיינט.
נאָכן הערן פון יענעם אַז עס איז דאָ אַ לאַגנער אַרטיקל, פול מיט סתירות און פּונקט קאַפּויער ווי וואָס זיי האָבן געשריבן אַ וואָך בעפאָר, האָב איך אים געבעטן ער זאָל מיר ברענגן די ארטיקלן. איך זאָג אייך אַז אילמלא לא ראיתי לא האמנתי. אַזוי פיל אָפענע שקרים, בלבולים, שמוץ און ליצנות אויפן חשבון פון ערליכע רבנים און עסקנים אין איין באַשרייבונג, איז פשוט אומגלויבליך אז היימישע אידן זענען מסוגל דערצו. דאָס האָט מיך געברענגט צו שרייבן דעם בריוו.
ליינענדיג זייער גיפט, האָב איך זיך דערמאנט אין אייער פראגע "וויפיל שטרוי דער בלאַט קען פיטערן אירע ליינער?" איך מיין אַז עס איז נישט קיין שטרוי, וואָס איז כאָטש ראוי לאכילת בהמה. זייער שמוץ, ליגענטס און הוצאת שם רע'ס זענען אפילו נפסל מאכילת כלב.
ווער זענען די פורשים מן הציבור?
דורכאויס אייער פאָריגע וואָכיגן אַרטיקל האָט איר אַרויסגעברענגט עטליכע פעלער, וואו מ'האָט ליידער געהאַט פורצי גדר וועלכע האָבן זיך יאָ געוואַגט בשאט נפש ובמצח נחושה אַריינצוברענגן אַרטיסטן אין אונזער געגנט. איר האָט אָבער מגלה געווען טפח און מכסה געווען טפחיים, איבער ווער די פורצי גדר זענען.
ליידער מוז אַרויסגעברענגט ווערן אַז "כל הנחלים הולכים אל הים". סיי ביי די "גרעטש", האָט דער שונד-בלאַט געהאָלפן באַרעכטיגן די געביידע; סיי דער "זאַזא" פּראָיעקט איז ערמעגליכט געוואָרן בלויז צוליב אַ בלאט-איד (מ.י.וו.) וואס האָט פאַרקויפט זיין לאַט – וואוסענדיג בפירוש אַז מ'אַרבעט אָפּצושטעלן דעם פּראָיעקט - וואס נאר אַ דאַנק דעם האט דער דעוועלאָפּער געהאַט גענוג אַ גרויסע לאַט צו קענען בויען אַזוי הויך; און איצט, איז דער נייער שרעקליכער פורץ גדר – דער בעל הבית פון די ראָוז פּלאַזאַ - דער וויצע פּרעזידענט פון יענע קהלה.
אין אַלע אַנדערע קהלות, ווען איינער האָט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און האָט געבויעט אָדער געהאָלפן אַריינברענגן אַרטיסטן, האָט מען יענעם נישט פאַרשוינט. מ'האָט יענעם פאָרגעהאַלטן און יענער איז געוואָרן אומבאַקוועם. טייל האָבן צוריקגעצויגן, אַנדערע האָבן אָפּגעצויגן פון די געגנט, און אַנדערע האָבן כאָטש פּרובירט צו באַהאַלטן זייערע מעשים.
ליידער זענען אָט דער כת די איינציגסטע וואָס נישט בלויז וואָס זיי שטייען אין די זייט און האָבן קיינמאָל נישט אַרויסגעהאָלפן די מערכה, און ווען מעגליך האָבן זיי אָפּגעלאַכט דערפון כדי אפצוקילן די אידישע געפילן פון זייערע מאסן, נאָר זיי האָבן אויך געגעבן די פולע שוץ פאַר די אַלע פורצי גדר, און באַזינגען זיי נאָך פאַר זייערע געוואַגטע שריט.
דאָס איז אין איינקלאַנג מיט זייער סטראַטעגיע אַז "אויב איך בין נישט דער פּילאָט, זאָל די שיף איינזינקען." וויבאַלד דער וויליאַמסבורגער אידענטום אַנערקענט נישט אין זייער מנהיג, און זיי האַלטן נישט אויס אַז דעם וואָס זיי זעען אַלס וועלט מנהיג איז נישט דער אויסשליסליכער מושל בכיפה, זענען זיי גרייט אַליין צו שעדיגן זיך אַליין און די אייגענע דורות – דורך אַריינברענגן טומאה וזוהמא אין הארץ פון א ריין חסיד'ישע געגנט – און זיך אויסשטעכן צוויי אויגן, כדי יענעם אויסשטעכן איין אויג.
אין די ענדע וועלן זיי דאָס מערסטע ליידן דערפון, וויבאַלד זיי זענען די קעלטסטע צו די פירצות וואָס די אָנשיקעניש ברענגט אין די געגנט. דאָס וועט קלאָר ברענגן אַז זייערע דורות זאָלן חלילה די מערסטע אַריינגעכאַפּט ווערן (און ליידער זענען שוין דאָ אַסאַך פאַרדאָרבענע צוליב אָט דעם עלעמענט, און די עלטערן רייסן זיך איצט די האָר פון קאָפּ און ווייסן זיך נישט וואו זיך אַהין צו טאָן פאַר צער ווי אַזוי זייערע קינדער זעען אויס), דאָך זענען זיי גרייט אויף אַלעמען, צוליב תאוות הנצחון והשררה.
אָט די צרות עין האָט זיך אויך געברענגט צו שטויסן און קאָפּען קעגן די יו.דזשעי.אָ., די איינציגסטע אָרגאַניזאַציע וואו עס ווערן אייניג פאַרטרעטן אַלע קהלות ומוסדות און די שטאָט. עס איז אַ פאַקט אפילו זייערע אייגענע מוסדות באַטייליגן זיך אויך ביי די מיטינגס וועלכע מ'אַראַנזשירט איבער ברענגן הילף פאַר מוסדות התורה, דאָך זוכן זיי טאטאל אונטערצוברענגן די אָרגאַניזאַציע, וויבאַלד יו.דזשעי.אָ. איז ב"ה מצליח אַ געוואַלד צו העלפן פאר'ן וויליאַמסבורג ציבור און יחידים, (אריין גערעכנט זייערע), פאַרקערט ווי זייער אַגענדע וואָס איז צו שעדיגן וואָס מער וויליאַמסבורג.
זיי זוכן אַראָפּצורייסן דעם וועלט באַרימטן עסקן הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאַן שליט"א, וועלכער האָט שוין זוכה געווען אַלע רבנים זצ"ל פונעם דור הקדום ולהבחל"ח החיים אתנו האָבן סומך ידיו געווען אויף אים און געזען אין אים דער ריכטיגער שליח ציבור צו שתדל'ען פאַר אידן איבער די וועלט. דאָס האָט זיך נאָך אָנגעהויבן מיט 'רב טוב', וואָס רבינו הקוה"ט מסאַטמאַר זי"ע האָט אים ממנה געווען, און ער האָט אויך געהאַט די פולסטע שטיצע און צוטרוי פון כ"ק הגה"ק מרן בעל ברך משה זצ"ל.
אויך איז ער באַליבט געווען ביי די גאונים הצדיקים די רבני פאפא, וויען, צעלים, סקולען און באָבובער רבי'ס זכר צדיקים לברכה, וועלכע האָבן אים מורא'דיג מחזק געווען און געשטיצט אין די עבודת הקודש. אַזוי איז ער אויך היינט חביב ונערץ און האָט דעם פולסטן צוטרוי פון אַלע גדולי רבני העיר, און די גרעסטע רבנים שליט"א פון דער פרעמד, ווי הגה"ק מסקולען שליט"א און הגה"ג גאב"ד ירושלים שליט"א, וועלכע ווענדן זיך צו אים פאַר שתדלנות אין אַנדערע הילף אין די מערכות למען כבוד שמו יתברך אָדער צו העלפן אידישע קינדער.
מיר אין וויליאַמסבורג האָבן זוכה געווען צו ווערן געטריי באַדינט דורך דעם וועלט-באַרימטן עסקן לשם שמים, וועלכער פירט די יו.דזשעי.אָ., וואָס איז היינט אַ שם דבר מיט איר הילף פאַר יעדן איינעם, אומזיסט, אָן קיין חשבונות און מיט פולשטענדיגן יושר. ווען אימער איך בין נאָר אַריין אין די יו.דזשעי.אָ. אָפיסעס, אָדער ווען איך בין געווען ביי די פסח חלוקה, האָב איך אַלץ געזען מיטגלידער פון זייער כת קומען נהנה זיין פון די סערוויסעס, וואו מ'דינט יעדן אָן קיין אונטערשיד. ביי די פסח חלוקה האָב איך ספּעציעל געזען גאָר אַ גרויסע צאָל פון זייערע משפחות, אַריינגערעכנט איינגעשטעלטע אין זייערע מוסדות וועלכע זענען אַוועקגעפאָרן מיט פולע קאַרס.
אָבער דאָס האַלט זיי נישט צוריק פון גיסן פּעך און שוועבל אויף די אָרגאַניזאַציע און אירע פירער, וויסנדיג אַז נאָכדעם וועלן זיי ווייטער קענען געניסן פון יו.דזשעי.אָ. און ר' משה דוד שליט"א, וועלכע קוקן נישט אויף קיין חשבונות ווען עס קומט צו העלפן אידישע קינדער, אַזוי ווי מען האט אויסגעלערנט אז ווען א איד איז אין נויט באקוקט מען נישט די ציצית.
ווי זאָגט מען נאָך פון אַ גרויסן עסקן, אַז ער האָט געבעטן אַז ווען מ'צאָלט אים צוריק פאַר די טובות זאָל מען אים נוצן קליינע שטיינער, נישט קיין גרויסע.
זיי פּרובירן צו שיסן ריזיגע פעלזן שטיינער, אָבער פאַקטיש איז עס שטרוי, ווייל נאָך אַזויפיל יאָר שימפן און באַשמוצן יעדע גוטע זאַך, און ליצנות מאַכן פון יעדן ערליכן איד, און פון די צדיקים פונעם דור הקדום, איז שוין אַ זכיה אַריינצוגיין אין איין קאַטעגאָריע מיט די אַלע וואָס זיי האָבן שוין באַשמוצט.
פאָריגע וואָך האָבן זיי זיך גענומען באַשמוצן און ליצנות מאַכן פון הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי "וועד הרבנים להצלת העיר", וועלכע זענען געשטעלט געוואָרן דורך אַלע זקני וגדולי רבני העיר. זיי שרייבן אויף זיי אַז עס "האָבן זיך עטליכע פּריוואַטע רבנים פאָרמירט אַ "וועד" און אויף זיך גענומען אָפּצוגעבן מיט דעם פּראָבלעם פון די אַרטיסטן." די רבנים – וואָס איינער פון זיי איז פון די איינציגסטע אָנגעזעענע רבנים ביי זיי – זענען פאַקטיש געשטעלט געוואָרן דורך אַלע גדולי וזקני הרבנים אין די שטאָט, וועלכע זענען אַרויס בחרב וחנית קעגן דעם פּראָבלעם, און דאָ שילדערט מען ווי גלייך זיי זענען אַליין אַריין דערין, און זיי זענען "פּריוואַטע" רבנים. (אפשר ווייסט איר וואָס מיינט "פּריוואַטע" רבנים).
ניתי 'כלי' ונחזי
אינעם שונד-בלאַט קומען זיי אויף מיט אַ פרישן חידוש, אַז עס איז נישט געווען קיין ברירה נאָר צו בויען הויכע געביידעס אונטער די "ניו יאָרק סיטי וואָטער פראָנט רעוויטיליזאַציע פּראָגראַם," אַלס תירוץ פאַר וואָס י.ר. קען נישט בויען קיין דירות פאַרן ציבור.
לויט זיי איז דאָס אַ געזעץ וואָס האָט שוין אָנגעהויבן איינגעשטעלט צו ווערן אין 81', און איז באַשטעטיגט געוואָרן אין סיטי קאָונסיל אין 99', און רעאַליזירט געוואָרן אין 02'. דער געזעץ דאַרפן צילן אַז אונזער זייט פון די וואָטער פראָנט זאָל אויסזען ווי גלייך מיט מאַנהעטן, און דאָס באַדייט אַז אויפן אָרט פון ראָוז פּלאַזאַ און אַרום "קען קיין געהעריגע נידריגע בנינים מיט דירות נישט זיין."זיי האָבן דאָרט אויך געפערליכע טענות, הלמאי די עסקנים וועלכע באַקעמפן די אַרטיסטן האָבן גאָרנישט געטאָן קעגן די רעווייטיליזעישאָן געזעץ.
בעפאָר'ן אַריינגיין צי עס עקזיסטירט בכלל אַזאַ געזעץ, לאָמיר אָבער צונעמען זייער טענה קעגן די עסקנים.
ווער עס געדענקט נאָך, איז בעפאָר 99' דער אייגענטומער פון ראָוז פּלאַזאַ און זיין מנהיג נאָך באמת געווען פון די מושלים בכיפה. פאַר ווער ס'דאַרף קראַנטע באַווייזן, קען נאָכקוקן אין די 'כלי', וועט ער לייכט געפונען אַרטיקלען פון יענע יאָרן דעם שרעקליכן חילול ה' וואָס ער האָט ליידער גורם געווען דורך נוצן מוסדות יטב לב פאַר זיינע פינסטערע געשעפטן מיט די גאַמבינאָ פאַמיליע און די ערגסטע מקומות זוהמא. נאָ, איז דאָך די קשיא, וואו זענען זיי געווען? וואו זענען געווען זייערע עסקנים וועלכע זענען נאָך דעמאָלט געזעצן ביים שיסל? וואו איז געווען זייער מנהיג? פארוואס האבן זיי דעמאלט נישט אויפגערודערט די וועלט קעגן דעם געזעץ אז "מ'מוז" בויען דירות פאר ארטיסטן אין וויליאמסבורג...
אָבער, דער שרייבער פאַרלאָזט זיך אויף די קורצזיכטיקייט פון זיין ציבור, וואָס גיט אים אַ פרייע האַנט זיי צו פיטערן מיט וואָס אימער עס גליסט אים. עס דאַרף נישט שטימען און עס דאַרף נישט קלעבן, אַבי מ'פילט אָן בלעטער און מ'שימפט אין באַבע'נס באַבע'ן אַריין.
איצט צום עצם בלאף אַז אין וויליאַמסבורג ביי די וואָטער פראָנט מוז מען בויען מאַנהעטן-סטיל בנינים, אונטער די רעווייטיליזעישאָן געזעץ.
היינט צו טאָגס האָבן מיר דאָך שוין אַ הוראה פון זייער מנהיג צו גיין קוקן אין די כלי..., בין איך געגאַנגען נאָכקוקן וועגן די לאַנג יעריגע געזעץ פון וואָס איך בין נאָרוואָס געוואויר געוואָרן. איך האָב געפונען דעם פאָלגענדן אַרטיקל, וועלכע ערקלערט די וואָטערפראָנט רעווייטיליזעישאָן אַקט. דער באַריכט הייסט
''New York City
Comprehensive Waterfront Plan: Reclaiming the City's Edge.''
פאָלגענד איז וואָס עס שרייבט איבער די הייך פון די געביידעס וואָס מ'קען דאָרט בויען.
In lower-density (R1 through R5) districts, the existing zoning regulations, which limit height to 40 feet, would ensure appropriately scaled waterfront development. In mid- to high-density (R6 through R10) zones, two options would be available: either the existing Quality Housing contextual zoning which encourages relatively low buildings, or a new set of bulk regulations tailored to the unique conditions of a waterfront setting. The existing "height factor" zoning in non-contextual R6 through R10 districts permits towers that might be excessively tall at the water's edge.
ווער עס האט אויגן צו לייענען און א קאפ צו פארשטיין, זעט קלאָר אַז עס זענען פאַראַן צוויי אָפּציעס. צו בויען ווי די עקזיסטירנדע זאָונינג, "פאַרהעלטנסמעסיגע נידריגע בנינים," אָדער קען מען בויען העכערע טורעמס. (געוואנדן אין ווי גרויס דער תאוות הממון איז... נישט אין געזעץ).
ווי איידער צו גיין מיטן אמת, מודה זיין אז זייערס א מנהיג וויל פשוט פארדינען מיליאנען דאלארן דורך איגנארירן זיין אייגענע אידישע שטאט, לייגן זיי אַראָפּ אַ בלאפערישע הנחה אַז די גאַנצע געגנט איז שוין בעצם הפקר, און מען מוז בויען מאַנהעטענער טורמעס. דערמיט ווערט געגעבן אַ היתר פאר יעדן איינעם צו בויען בלויז פאַר אַרטיסטן, וועלכע וועלן ח"ו פאַרשוועמען און דערטרענקן אונזער געגנט, היל"ת.
נישט בלויז ווילן זיי דורכפירן דעם איצטיגן ראוז(ענבערג) פּראָיעקט צוליב געלט גייציקייט, נישט קוקנדיג אויף די שעדליכקייט צו אונזער עתיד און חינוך פון אונזערע קינדערלעך, נאָר זיי זענען גרייט מפקיר צו זיין די גאַנצע געגנט. זיי דערקלערן אַז מ'קען שוין מער נישט בויען פאַר אידן, וואָס איז אַן אמתלא פאר יעדן הפקר-אינג לכתחלה צו בויען פאַר די נידריגע עלעמענטן... איי, דער פאַקט איז דאך פּונקט פאַרקערט, די געגענט איז באוואוינט מיט טויזענטער אידישע בא'חן'טע נפשות, אנישם נשים וטף פון יעדן חסיד'ישן קרייז, יראים ושלמים. איי, עס זענען פאראן גאנצעטע פראיקעטן אין די געגנט וואס האלטן זיך אינמיטן אנטוויקלן פאר אחינו בני ישראל. איי, די שטאט ערלויבט יעדן לאנד אייגענטימער צו בויען נידריגע געביידעס (7 און 8 שטאק) פונקט אזוי ווי זיי ערלויבן צו בויען הויכע טורעמעס.
וואס האט ער מיט די אמת'ע פאקטן? זייט ווען שטייט אים אין וועג אן אמת'דיגער פאקט?
דאס קען זיך יעדער איינער אליין איבערצייגן אַז זייער הנחה איז אַ פרעכער שקר גמור, פון די שכנות'דיגע דאָמסי לאַט. ווי באַוויסט האָט מען שוין דאָרט אָנגעהויבן די בוי אַרבעט. עס שטייען שוין יסודות פאַר געביידעס מיט דירות צוגעפּאַסט פאַרן וויליאמסבורגער ציבור, הגם עס האָט זיך דערווייל פאַרשלעפּט אָבער מ'קוקט אַרויס אויף זייער א שנעלן אויפבוי. דאָס צייגט קלאָר אַז ביי די וואָטער פראָנט קען מען בויען פאַרן ציבור, אויב מ'רעכנט זיך מיט די תורה הקדושה און מ'האָט אַ געפיל צו די משפחות וועלכע לעכצן נאָך אַ געהעריגע דירה.
די ראָוז פּלאַזאַ פּערשוינען ליידער זענען אָבער גרייט צו צוטרעטן די גאַנצע תורה הקדושה בעד בצע כסף, און זייער גאַנצע עדה - אריין גערעכנט הגדולים וטובים שבהם - ווערט אַריינגעשלעפּט צו פאַרטיידיגן אזא אפענע מעשה נבלה, טראָץ דעם וואָס זיי וועלן ביטער ליידן דערפון ברוחניות ובגשמיות, אַלעס צוליב דעם ענגן פּאָליטיק און געלט גייציקייט פון זייערע פאַרקרומטע פאַרפירער.
אגב, רעדנדיג פון די ספּעציעלע וואָטערפראָנט זאָונינגס, איז אין אָרט צו צולייגן אַז די סיטי האָט אין 05' דורכגעפירט אַ ריזיגע ריזאָונינג אויף די גרינפּוינט וויליאַמסבורג וואָטער-פראָנט, וועלכע ערלויבט צו בויען הויך אויב מ'גיט אַראָפּ צוואָנציג פּראָצענט פאַר אַפאָרדעבל האַוזינג. אָט די געזעץ מוטיגט טאַקע לוקסעריעזע הויכע פּראָיעקטן, אָבער די ריזאָונינג האָט זיך אָפּגעשטעלט ווייט אַרויס פון אונזער געגנט, בעפאָר 'דאָמינאָ.' די אַרויסלאָזונג פון וויליאַמסבורג איז ב"ה ערלעדיגט געוואָרן דורך די געטרייע עסקנים, און עס האָט געהאָלפן האַלטן די לאקאלע שטחים אין אונזער געגנט פאַר געווענליכע האַוזינג פּראָיעקטן פאַר די געגנט. איר קענט זיין זיכער אַז זיי האָבן דערצו נישט צוגעלייגט קיין פינגער אין קאַלט וואַסער.
דער פאַקט אַז אונזער געגנט איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פון די וואָטערפראָנט ריזאָונינג, איז טאַקע די סיבה פאַרוואָס די ראָוז דעוועלאָפּערס האָבן איצט געדאַרפט דורכגיין אזא שווערע ריזאָונינג און ספּעציעלע פּערמיטן פּראָצעדור, וויבאַלד אונזער געגנט איז נישט קיין טייל פון יענעם ריזיגן וואָטער פראָנט ריזאָונינג.
חוץ מזה, איז נישט בלויז וואָס זיי ווילן בויען אַזוי הויך ווי עס איז ערלויבט אויף די וואָטער פראָנט נאָך דאָמינאָ, און יענע ריזאָונינג, נאָר זיי האָבן פאַרלאַנגט אַ ספּעציעלע 'וועיווער' צו קענען בויען אפילו העכער ווי וואָס מ'קען בויען אויף די וואָטער פראָנט אין די נאָרט גאַסן און אין גרינפּוינט.
די לאַנג-יעריגע פעלשער האָבן אָבער נישט קיין פּראָבלעם צו פיטערן שטרוי פאַר זייער עולם, פּונקט פאַרקערט פון די אָפענע פאַקטן וואָס יעדער קען זיך אַליין איבערצייגן, און צו שרייען אַז די עסקנים האָבן גאָרנישט געטאָן פאַר קענט עוועניו.
שקרים במילתא דעבידי לגלויי
מיין באַקאַנטער האָט מיר אגב אָנגעוויזן ווי ווייט דער שונדבלאַט מאַכט ליצנות פון אים און זייער ציבור: נישט בלויז פון וואָך צו וואָך האָבן זיי נישט קיין פּראָבלעם צו שרייבן פאַרקערט, נאָר פון שטיקל צו שטיקל זענען זיי זיך סותר.
ער ווייזט מיר אן אַז אין די צייט וואָס אינעם ראָוז אַרטיקל בויען זיי אויף גג-על-גג אַז "שעיפער" איז נישט קיין רעגירונג פּראָיעקט, נאָר אַ פּריוואַטע, שרייבן זיי אַ נייעס פאָריגע וואָך אויף אַן אנדער אָרט וועגן דעם שעיפער פּאַרק. דאָרט, ווייזט אויס צוליב פאַרקערטע אינטערעסן, שרייבן זיי: "די "שעיפער" קאָמפּלעקס באַלאַנגט אויך פאַר די שטאָט, און ווערט נאָר געפירט דורך אַ פּריוואַטע מענעדזשמענט קאָמפּאַני."
אין אמת'ן, האָט איר שוין גוט אַרויסגעברענגט די פאַקטן אַז די סיטי זעלבסט האָט געזוכט צו אַנטוויקלען דעם "שעיפער" פּראָיעקט פאַר אַפאָרדעבל האַוזינג. זיי האָבן אָבער נישט אָנגענומען דעם פאָרשלאַג פון יו.דזשעי.אָ. געברענגטע דעוועלאָפּערס עס צו פאַרברויכן פאַר הונדערט פּראָצענט אַפאָרדעבל האַוזינג. צוליב זייערע סיבות און אינטערעסן האט די שטאט גענומען אן אנדערן דעוועלאָפּער, וועלכער האָט באַקומען די לאַט פאַר זייער ביליג און נאך דערצו מיט טעקס קרעדיטס, צו בויען דערויף אַ געוויסע פּראָצענט אַפאָרדעבל.
נאָך דעם וואָס מ'האָט איינגעזען אז מ'קען דאָס נישט אָפּשטעלן, ווייל ווי-נישט-ווי איז דאך די שטאט נישט קיין אידישע קערפערשאפט, נאר א רעגירונגס קערפערשאפט, וועלכע האט די פולע רעכט צו טאן ווי זי פארשטייט, און מוז זיך נישט רעכנען מיט די תורה הקדושה (וואס א איד מוז יא), האָט די יו.דזשעי.אָ. געקעמפט אַז עס זאָל האָבן אַ גרעסערן פּראָצענט אַפאָרדעבל האַוזינג ווי די סאָרט דעוועלאָפּמענטס ענטהאַלטן געווענליך. מ'האָט אויך ערלעדיגט מער גרעסערע דירות, וואס אַ דאַנק די השתדלות וואוינען טאקע דאָרט צענדליגער גרויסע משפחות ב"ה. אויך האָט מען ערלעדיגט אַז די דירות זאָלן אויך זיין צוגעפּאַסט פאַר'ן ציבור אויף אַנדערע אופנים.
זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז "שעיפער" איז א טאטאלער דורכפאל, ווייל איך וואוין דאך דארט און איך דריי מיך דארט, און איך דאווען מיט די ארטיגע איינוואוינער כמעט יעדן טאג. טאקע די צענדליגער משפחות וואס האבן דארט געווינען דירות, טאר מען אויך נישט אונטערגראבן זייער אידישקייט דורך אריין ברענגן הונדעטער פרישע ארטיסטן אונטער די נאז.
ווען נישט וואָס די ראָוז דעוועלאָפּערס און זייערע פאַרבינדעטע האבן בשעתו אונטערגענומען אַ שמוציגן קאַמפּיין קעגן די דירות – מיט'ן ציל מפקיר צו זיין קענט עוועניו פאַר די אַרטיסטן כדי זיי זאָלן דאָרט רואיגערהייט קענען שאַרן גאָלד אויפן חשבון פון אידיש בלוט און צובראָכענע משפחות, וועלכע וואָלט'ן זיך נאָכמער געמוטשעט מיט דירות פּרייזן צוליב די פּראָיעקטן – וואָלט'ן דאָרט געוואוינט דאָפּעלט משפחות פונעם ציבור וועלכע האָבן דאָרט געווינען דירות. זיי האָבן זיך אָבער צוריקגעצויגן צוליב די פארפירערישע פראפאגאנדע מצד די ראוז אייגענטימער און זייערע בלאט שותפים, וועלכע האבן געליארעמט קעגן "שעיפער" אַז דאָס וועט זיין בלויז פאר געמיינע ארטיסטן.
גיט א קוק מיט וואסערע קאלטבלוטיגע סטראטעגיע זיי האבן געארבייט: קודם רייסט ער ארונטער "שעיפער" (א שטאטישע, נישט אידישע פראיעקט) אלס אן אבן נגף פאר וויליאמסבורג. דער ציל מיט דעם איז צו פארטרייבן די צענדליגער אידישע משפחות וואס האבן געווינען דירות און וואלטן זיך געקענט דארט באזעצען, גענוי וויאזוי הונדעטער אידישע משפחות וואוינען מיט נישט-אידישע שכינים אין די האוזינג פראדזשעקטס.
וויבאלד דער טייוואלאנישער פלאן האט זיך טיילווייז איינגעגעבן, ווייל בלויז העלפט פון די היימישע געווינער האבן זיך טאקע גענומן די מיה דאס צו באקומען, איז זיי פריי געווארן דער וועג צו ערקלערן פאר די וועלט אז קענט עוועניו איז שוין פארפאלן... איז דאך שוין דער איסור פון די גדולי ומנהיגי העיר בטל ומבוטל... טא וואס וויל מען האבן פון דעם "תומך ומחזיק תורה..."
ווי זאגט די גמרא אויפן יצר הרע: יורד ומשטין עולה ומקטרג. קודם רעדט ער צו דעם מענטש צו אן עבירה. ווען די עבירה איז אפגעטאן לויפט ער צום כסא הכבוד מקטרג צו זיין.
וואס גייט אים אן אז א חלק פון "שעיפער" איז באמת יא באוואוינט מיט אידן? זייט ווען איז אן אמת'ער פאקט א שטער פאר זיין ליגענט ארטיקל?
נאָך אַ פרעכע בולט-שקר'דיגע פאַלסיפיצירונג, איז דאס בלאט בילד פון די "וואַסער טעקסי" וועלכע אַנקערט ביי שעיפער, ברענגנדיג און פירנדיג מענטשן פון און צו מאַנהעטן. דער לייעענער דארף באקומען דעם איינדרוק אז "שעיפער" איז א צענטער פאר תועבה, א דורכגאנג צווישן ברוקלין און די טריפה'נע מאנהעטען.. איז דאך א בפירוש'ע ראי' אז "שעיפער" איז נישט מער ווי א שטיק תועבה...
זיי פאַרהוילן אָבער דעם פאַקט אַז יו.דזשעי.אָ. און די געטרייע עסקנים האָבן בימים ההם ביטער שווער געאַרבעט דערקעגן, אָבער ליידער האט 'זייער' אייגענער קאַנדידאַט אין די פריערדיגע סיטי קאָונסיל וואַלן, א "היימישער איד", דאַן געשיקט אַ בריוו אין נאָמען פון די קלעמענטע פּראַדזשעקט איינוואוינער, צו אינטערווענירן "לטובת" די פערי... זיי זענען שוין מלומד דערין, און עס איז בכלל נישט קיין חידוש אַז זיי זאָלן אונטערשטעלן די ערגסטע הזיקות, און דערנאָך ווי אשת פוטיפר קומען באַשולדיגן דערמיט די וואָס האָבן פּרובירט עס צו באַקעמפן.
ווייטער וואַרפן זיי זאַמד אין די אויגן וועגן דעם "זאַזאַ פּראָיעקט". איר האָט שוין פאָריגע וואָך אַרויסגעברענגט אין 'דער איד' אַז מ'האָט געאַרבעט דאָס צו באַקעמפן. דאָס האָט איינגעשלאָסן פּראָטעסטן, פּרואוון עס צו לענדמאַרקן, און אויספאָרשונגען אויף איינע פון די לאַטס וואָס זייער אייגענטומערשאַפט איז נישט געווען קלאָר. דאָס איז אויך געווען געדעקט אין די פּרעסע. איך לייג ביי איינע פון די פולע דאָקומענטן, וועלכע ר' משה דוד האָט געשיקט צו די שטאָט דערוועגן, באַזירט אויף פאָרשונגען וואָס די עסקנים האָבן דורכגעפירט אויף די לאַטס.
איך האָב פערזענליך מיטגעהאַלטן די שתדלנות, אויף וואָס עס איז אויסגעגעבן געוואָרן שווערע טויזנטער דאָלאַרן, וואָס פילע פון די מתפללים אין די סאַוט 8 שול קענען מעיד זיין וויפיל כוחות עס זענען אַריינגעלייגט געוואָרן דאָס אָפּצוהאַלטן און ווי די עסקנים האָבן זיך געמוטשעט צוזאַמענצושטעלן דאָס געלט פאַר די לעגאַלע קאָסטן עס צו שטערן.
ליידער זענען די באַמיאונגען צושטערט געוואָרן דורך דעם דערמאַנטן פאַררעטער, ווייטער פון זייער מחנה, מ.י.וו., וועלכער האָט אָן קיין בושה פאַרקויפט אַ שטח – וואָס ער האָט געקויפט אינאיינעם מיט'ן שטח אויף וואָס די שול שטייט, און פילייכט מיט ציבור'ישע געלטער – צו ערמעגליכן די זאַזאַ געביידע אויפן אָרט וואו עס איז געשטאַנען די געבילעס קנישעס פירמע. אַנשטאָט אויפדעקן דעם ריכטיגן פרצוף פון דעם פורץ גדר, האָבן זיי געמאַכט אַ בלבול אויף צוויי אַנדערע אידן, וואָס איז אַ שקר גמור, אָן קיין שום האַפט.
אגב, איז די איצטיגע פּראַפּערטי וואו עס ווערט געפּלאַנט די ראָוז פּלאַזאַ געביידע, אויך אָנגעקומען צו די אייגענטומער פון ציבור'ישע געלטער. ווי באַוויסט האָבן זיי עס אָפּגעקויפט פאַר אַ שיבוש פון די סאַטמאַרער ישיבה, אַזוי ווי זיי האָבן יאָרן שפּעטער אויך זיכער געמאַכט צו לעקן אַ ביינדל פונעם בנין בית המדרש החדש, ווי עס איז וואויל באַוויסט.
ראו מה בין...
די 'קדם' לאַט, צו וועלכע זיי באַציען זיך, האָט איר שוין אויך באַשריבן. אָט דער ביישפּיל, וואָס איך האָב אַביסל מיטגעהאַלטן, צייגט דעם שאַרפן קאָנטראַסט צווישן פאַראַנטוואָרטליכע בעלי בתים, אידן וואָס זענען צייתים לקול הורים ומורים, און אָט די פורצי גדר.
די לאַט איז דער אייגענטום פון אַ גאָר חשוב'ער איד און תלמיד חכם. ווען ער האָט געאַרבעט עס צו ריזאָונען, האָט ער תיכף זיך צוגעהערט צום רוף פונעם וועד הרבנים. ער איז געקומען דורכשמועסן און מקבל געווען זייער הוראה, וואָס ער האָט אויך פארשפראכן פאַר כ"ק אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ שליט"א מגדולי צדיקי ומנהיגי דורינו אַז ער וועט נישט בויען פאַר אַרטיסטן.
וויסנדיג אַז מ'האַנדעלט דאָ מיט אַ ירא שמים און עומד בדיבורו, וועלכער האָט געזאָגט אַז די ריזאָונינג און פּערמיט פאַרלאַנג פעלט אויס פאַר פינאַנציעלע אָנגעלעגנהייטן - צו קענען הייבן דעם ווערד פונעם שטח וואָס העלפט דאס באַקומען פיינענסינג אין אַנדערע ערטער - האָבן די עסקנים בעצת הרבנים עס נישט געשטערט. והאמת עד לעצמו, עס האָט זיך טאַקע אַרויסגעשטעלט אַז טראָץ די יאָרן וואָס דער פּראָיעקט איז שוין באַשטעטיגט, האָט ער נישט גענומען קיין שריט צו אַנטוויקלען די הויכע געביידעס, טראָץ וואָס דאַן איז די מאַרקעט געווען איבערגעהיצט און ער וואָלט געקענט פאַרדינען דערויף אוצרות מיט געלט. אַנשטאָט, פּלאַנט ער צו בויען דערויף דעוועלאָפּמענטס וועלכע זענען געאייגנט פאַר'ן היימישן ציבור.
ביי ראָוז פּלאַזאַ האָט מען אָבער גראָד געזען אַז עס האַנדעלט זיך פון עזי פנים, וועלכע האָבן איגנאָרירט דעם רוף פון רבנים, און תיכף געוויזן אַז זיי קימערן זיך נישט מיט'ן דעת תורה און עתיד פון די שטאָט – פּונקט ווי זיי האָבן איגנאָרירט די בקשות פון רבנים און שכנים פון ראָוז קעסעל, וועלכע בעטן זיך ביי זיי אויפצוהערן מטמא צו זיין די געגנט מיט זוהמא'דיגע חינגא'ס וואָס קומען דאָרט פאָר, און זענען מכשיל אידן און צעירי הצאן אפילו אינעם הייליגסטן טאָג פון יאָר, יום הקדוש, א טאג וואס אפילו די נידריגסטע עלעמענטן פון כלל ישראל "טוען זיך אן א קאפלן און גייען אין שוהל".
זיי האָבן קלאָר געשטעלט אַז זיי האַלטן נישט ביים צוריקטרעטן, און האַלטן ביים צושטאַנד ברענגן דעם לוקסעריעזן פּראָיעקט (זיי האָבן דאַן אפילו נישט פּרובירט צו פאַרקויפן זייערע לעכערליכע ערקלערונגען פון איצט, אַז זיי וואָלטן געגעבן נאָך צוואָנציג פּראָצענט צוגענגליך פאַר אידן, וואָס איז אפילו נישט גוט צום לאַכן...). דעריבער, לפי הוראות כל גדולי ורבני העיר, האָט מען זיך אַריינגעוואָרפן עס צו שטערן מיט אַלע לעגיטימע מיטלען.
ערשט אַ זונטאָג בעפאָר די ענדגילטיגע אָפּשטימונג, ווען זיי האָבן איינגעזען כי כלתה עליהם הרעה, אַז זיי מוזן אויפגעבן גאָר אַסאַך פון זייערע שענדליכע פּלענער, זענען זיי געקומען צו לויפן צום וועד הרבנים זיך טענה'ן (זיי האָבן דעמאָלט אפילו געזאָגט אַז זיי זענען גרייט אויפצושטעלן אַ שול אויף יעדן שטאָק...), און זיך בעטן רחמים "מען זאל נישט מוזן באנקראטירן". אָבער זיי האָבן אויך דעמאלט נישט געפאָלגט זייער הוראה אָפּצושטעלן זייערע פּלענער.
וויבאַלד זיי האָבן קלאָר געוויזן אַז זיי זענען נישט צייתא לדינא, האָט מען פּונקט ווי ביי "זאַזאַ", "גרעטש" און אין נאָך מערערע תועבה'דיגע פראיעקטן געאַרבעט מיט אַלע אויסגעהאלטענע מיטלען עס אָפּצושטעלן, אַריינגערעכנט דורך פּרובירן צו שטערן די באַשטעטיגונג פּראָצעדור. דאָס איז אַלעס איז געטאָן געוואָרן מיט די קלאָרע הוראה פונעם וועד הרבנים, און די הוראות פון אַלע רבנים פון די שטאָט ביי די סאָרט פּראָיעקטן, אַז זאָל פּרובירן צו שטערן די ריזאָנינג און פּערמיט פּראָצעדור.
איצט, שרייען זיי אַז אויסער וואָס מ'האָט פאַרלאַנגט פון זיי, האָבן זיי געפּלאַנט צו געבן נאָך צוויי הונדערט ביליגע דירות פאַר אידן. איי פרעג זיי דאַן פאַרוואָס האָבן זיי געפּלאַנט אַ ביעטש און טריפה'נע רעסטוראַנט אויפן אָרט? קומענדיגע וואָך וועלן זיי געוויס זאָגן אַז אין די טריפה'נע רעסטוראַנט וואָלט געווען צוואָנציג פּראָצענט כשר'ע טישלעך, און די ביעטש וואָלט געהאַט צוואָנציג פּראָצענט מחיצות.
אגב, דער ציבור ווייסט שוין גוט וויפיל מ'קען זיי געטרויען ביים פאַרשפּרעכן אַז זיי ווילן ביליגע האַוזינג. ביי די בעדפאָרד הייזער האָבן זיי נישט בלויז געמאַכט שפּאָט פון פאַרשפּרעכונגען, נאָר אידן וואָס האָבן שוין געהאַט קאָנטראַקטן און האָבן שוין אָפּגעריסן פון זייער ביסן פון מויל איינצוצאָלן פאַר דירות, האָבן געדאַרפט צוצאָלן ריזיגע געלטער כדי זיי זאָלן מאַכן מער ריוח דערויף. ווען אָרימע אידן, וואָס דאָס ביסל געלט וואָס זיי האָבן איינגעצאָלט איז זיי אָנגעקומען מיט שווייס און בלוט, האָבן פּרובירט זיך צו פאַרטיידיגן דעם אומ'יושר, זענען זיי געלאָפן אין געריכט אַרויסצורופן דאָס געלט, וואָס האָט זייער שווער באַטראָפן די משפחות. איז דען אַ הוה אמינא שבעולם אַז וואָס זיי זאָגן איצט אַז זיי וואָלטן געבויעט דירות פאַר פאַרהעלטנסמעסיגע פּרייזן, איז עפּעס ערנסט?!
צוריק די ראָוז פּלאַזאַ - אַדאַנק די געטרייע אַרבעט פון די חשוב'ע עסקנים, האָט מען ב"ה באַוויזן באדייטענד צו רעדוצירן טייל פון די שעדליכקייטן פונעם פּראָיעקט, און מ'האָפט אַז אויך די איבריגע טיילן וועלן קיינמאָל נישט צושטאַנד קומען.
עס דערמאַנט מיך איצט וואָס איך האָב געהערט פונעם כ"ק הגה"צ אדמו"ר וויענער רב שליט"א, ביי די באקאנטע אסיפה לשם שמים אין קאָנטינענטאַל בשנת תשס"ד, וואָס איז געווען געווידמעט קעגן אָט דעם פּראָבלעם. ער האָט דאַן נאך געזאָגט פון קראנטע מקורות בספרי הקדמונים אַז מ'מעג און מ'דאַרף מתפלל זיין אַז אידן וואָס נוצן זייער געלט אַריינצוברענגן די פּראָיעקטן, זאָלן פאַרלירן זייער געלט, כדי נישט צו קענען שעדיגן דעם ציבור. ער האָט נאָכגעזאָגט די רש"י אין מסכת מגילה, אַז דאָס האָט דוד המלך געבעטן "שבור זרוע רשע ורע תדרוש רשעו בל תמצא", אַז די מייקרי שערים זאָלן נישט קענען דורכפירן זייער רשעות.
רש"י הק' זאָגט דאָרט אַז די ברכה פון ברכת השנים איז מתוקן געוואָרן קעגן די מייקרי השער, דאָס באַדייט אַז דריי מאָל אַ טאָג דאַרף מען בעטן קעגן אָט די וואָס זוכן צו שעדיגן דעם ציבור און אַרויפשרויפן די פּרייזן, כדי אָנצופולן זייערע קעשענס. יאָ, מ'דאַרף בעטן אַז די אידן זאָלן נישט לייזן קיין פּראָפיטן דורך זיך באָדן אין אידיש בלוט און אין אידישע נשמות חלילה.
אויף די וואָס סימפּאַטיזירן און פאַרטיידיגן זיי, קען מען קלאָר זאָגן אַז זיי זענען מקיים וואָס שלמה המלך זאָגט ורחמי רשעים אכזרי. זיי נעמען זיך אָן פאַר אָט די בעלי בתים, אויפן חשבון פון טויזנטער משפחות וועלכע ברעכן אונטער דער דירות פּראָבלעם צו שטערן די רואיגקייט אין זייער שטוב.
גזירת גירוש
איר האָט געשריבן פאָריגע וואָך אַז איינער פון זיי האָט געזאָגט ביי די אינסטאַנצן אַז מ'דאַרף מער נישט קיין גרויסע דירות, ווייל גרויסע משפחות ציען זיך שוין אַרויס אויף אַפּסטעיט. אייגענטליך שרייבן זיי זייער ענליך צו דעם אין שונדבלאַט, אַרויסקומענדיג מיט אַ פרישע סטעיטמענט אַז גרויסע דירות זענען גאָר שעדליך פאַר די געגנט, ווייל אַנשטאָט משפחות נעמען זיך צוזאַם אַ גרויסע צאָל ערלים און ציען זיך אַהין אַריין. דער פאַקט – וואָס איך האָב געזען אין די אַפּליקעישאָנס פאַר די סאָרט ביליגע דעוועלאָפּמענטס - איז אָבער פאַרקערט. עס שטייט קלאָר אַרויס אַז מען מוז זיין אַ געהעריגע משפחה צו קענען דאָרט וואוינען.
ווידעראמאל, וואס א פראבלעם האבן זיי מיט די פאקטן...?
אויך איז די טענה פּונקט פאַרקערט ווי וואָס זיי שרייען אין געריכט, וואו זיי מסר'ען יו.דזשעי.אָ. פאַר דורכפירן אַז אַ גרויסער פּראָצענט פון די ביליגע דירות אין די בראָדוועי טרייענגל זאָלן זיין גרויסע דירות. די מוסרים קלאָגן דאָרט די עסקנים אַז זיי דיסקרימינירן קעגן די גוים, ווייל גרויסע דירות וועלן מערסטנס גיין פאַר אידן...
האט איר שוין נאכאמאל א פאטא-קאפיע פון "יורד ומסתין, עולה ומקטרג". קודם באקעמפט ער די השתדלות צו בויען דירות פאר גרויסע משפחות, דערנאך גייט ער אין געריכט היתכן מ'דיסקרימינירט' קעגן נישט-אידישע משפחות, דערנאך שרייט ער אז מ'קען מער נישט בויען קיין דירות אזוי ווי אמאל, דערנאך "זאגט ער עדות" אז גרויסע משפחות ציען זיין קיין אפסטעיט...
אגב, רעדנדיג פון די געריכטליכע מסירה, איז אין פּלאַץ צו דערמאַנען אַז אינעם שונד-בלאַט אַרטיקל פאָריגע וואָך, שרייבן זיי אַז עס איז אַ שטיקל טרייסט אַז די ראָוז פּלאַזאַ איז "מאָמענטאַל די גרעסטע צאָל עפאָרדעבל דירות וואָס קענען אָנקומען צו אידן און די דירות שטייען נישט אויס קיין געריכטליכע קלאַגעס וואָס זאָלן זיי בלאָקירן, אַ שטייגער ווי אַנדערע פּראָיעקטן וואָס וועלכע זענען פאַרוויקלט אין געריכטליכע קלאַגעס און ווער ווייסט ווען דאָס וועט געשליכטעט ווערן."
זיי מאַכן זיך דאָרט תמ'ווטע, און מיט אַ מכלומר'שטער זאָרג איבער די אַנדערע פּראָיעקטן. אפשר ווייסט איינער וואָס זענען די אַנדערע פּראָיעקטן, און ווער עס האָט אַריינגעטראָגן די קלאַגעס? יאָ, דאָס איז די בראָדוועי טרייענגל וואָס זיי אַליין זענען וואָס מסר'ען דערקעגן, און דאָ שטעלן זיך אַהער די אומפאַרשעמטע מלשינים און מהרסים ווי גלייך זיי קימערן זיך מיט די מסירות.
דער קלאָרער פאַקט איז אַז זיי פּרובירן ליידער אויף יעדן וועגן און מיט יעדן מיטל אַריינצושטעכן אַ מעסער אינעם רוקן פונעם ציבור. אין געריכט שרייען זיי געוואַלד, אַז מ'בויעט גרויסע דירות פאַר אידן; אין סיטי פּלענינג שרייען זיי אַז דער ציבור דאַרף מער נישט קיין גרויסע דירות ווייל מ'מופט שוין קיין אַפּסטעיט; און אין שונד-בלאַט, וואו זיי קענען פאַרקויפן דעם ברוקלין בריק, שרייבן זיי אַז גרויסע דירות גייען פאַר גוים, וואָס איז אומשטאַנד ווייטער צו געבן אַ פתח פאַר פרעמדע דעוועלאָפּערס צו קענען אויפבויען פּראָיעקטן מיט בלויז קליינע דירות – פאַרקערט ווי דעם פאַרלאַנג פון די אינסטאַנצן צו צושטעלן גרויסע דירות וואָס אין דעם איז דאָ דער גרעסטער פאַרלאַנג ביים ציבור.
אַזוי אַרבעטן זיי ליידער אויף אַלע פראָנטן צו שעדיגן דעם ציבור ברוחניות ובגשמיות, און זיך באָדן אין די בלוט פון די טויזנטער משפחות וועלכע ברעכן אונטער פון די טייערע דירות פּרייזן און דעם שווערן מצב וואָס די פּראָיעקטן ברענגן אין די געגנט.
אבער ווי פריער דערמאנט איז דער רוחניות'דיגער פראבלעם ליידער פיל ארגער און פיל מער שעדליך. נאמנים עלינו דברי חז"ל גדול המחטיאו יותר מן ההרגו.
איך שריי און וויין מיט אלע כוחות: פארוואס? געוואלד און געשריגן, על מה ולמה? בלויז פאר א פאר טאלער? ווייסטו דען נישט אז אידיש בלוט קען נישט ברענגן קיין הצלחה? ווייסטו דען נישט אז דיינע פארגייער האבן געמוזט אנטלויפן פון שטאט? ווייסטו דען נישט אז די איינצעלנע מחוצפים ועזי פנים שבדור וואס האבן זיך געטרויעט צו טשעפען מיט אזא הייליגע שטאט ווי וויליאמסבורג האבן געבראכן קאפ און טויזענט מאל חרטה געהאט?
ברוך שמסר עולמו לשומרים נאמנים, מיר דאַרפן דאַנקן השי"ת עס זענען דאָ געטרייע עסקנים וואָס ווערן נישט מיד, און דערשרעקן זיך נישט פון זייער קריגס און ליצנות אַפּאַראַט. ב"ה אז דער ציבור זעט איין דעם אמת לאמיתו און שטייט צו זייער האַנט צו באּקעמפן אָט די אַלע מזיקים פון אונזער געגנט, און מיר וואונטשן אַז דער אייבירשטער זאָל זיי ווייטער באַשענקן מיט הצלחה צו קענען אָפּשלאגן די אַלע מזימות רשע סיי פון די מיט געלט אינטערעסן, און סיי די וואָס זוכן צו שעדיגן דעם ציבור'ס אינטערעסן צוליב קנאה שנאה.
ויה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח.
איך בין אייך דאַנקבאַר זיין פאַר אַריינלייגן דעם בריוו, טראָץ וואָס עס איז זייער לאַנג, וואָס קומט וויבאַלד עס קומט אַרויס וואָס ליגט מיר שוין אויפן האַרץ יאָרן.
דער אייבירשטער זאָל העלפן איר זאָלט ווייטער קענען אָנגיין מיט אייער אַרבעט, לגדור גדר ולעמד בפרץ, און אויסצוברייטערן און פאַרשענערן אייער צייטונג, בעת'ן זיך האַלטן צו די גאָר ערליכע פּרינציפּן און ריינעם מאַטריאַל.
אַ סאַוט-סייד איינוואוינער