| נשלח ב-2/5/2010 19:29 |
|
| |
פורים אין מירון: תו"א רבי קומט אן מיט חב"ד'סקער קאסטן...!
פורים אין מירון, דער עולם ליגט אויף דער ערד פאר גרויס געלעכטער, דער כהן גדול בדורינו און חאכאם ר' דוד קאהן ס"ט דער תולדות אהרן רבי האט באשלאסן אז להגדיל הטראסק קומט ער אן מיט א חב"ד'סקער קאסטן, וואס פירט געווענליך ארום דעם מלך המשיח זאל לעבן, אויף א שיינעם פיקאפ טראק צו זיין יערליכע הדלקה צערעמאניע.
ווי שוין באקאנט איז דאס יאר פארגעקומען א העפטיגע מערכה אויב כהנים מעגן ארויפגיין אויפן בארג אין מירון נאך וואס מ'האט דארט געטראפן פיל מיט עצמות פון מתים. דער תו"א רבי קען דאך נישט אויפגעבן אויף דעם גרויסארטיגן פורים שפיל וואס ער פירט אן יעדן ל"ג בעומר אין מירון האט באשלאסן יעבור עלי מה, ער גייט ארויף מיט א איסור צו אן א איסור.
יעצט קומט דער פורימ'דיגע באריכט אז ער איז אנגעקומען אויף א פיקאפ טראק אין א פארמאכטן קאסטן, אנגעבליך א אהל וואס זאל דינען ווי א מחיצה פאר כהנים, ווי בלויז שוקי לרר איז ערלויבט געווען מיט צופארן צו כאפן בילדער פון די נאנט וויאזוי דער באבא רבי דאוויד ס"ט גייט אפרעכטן די עבודת הקודש.
יעצט ווארט מען נאר צו זעהן צו דער רבי וועט ארויסקומען פון קאסטן צו שפרינגען ביזן הימעל און זיך שפילן מיט די פייער און אויסטוהן דעם שטריימעל, צו ער וועט זיך באגעניגן בלויז מיט גרויסע סקרינס אויף די גאס וואס וועלן צייגן וואס דער רבי ארבעט אריין בעבודת הקודש בקאסטן פנימה...
כלל ישראל שאקעלט זיך פאר געלעכטער און ווארט מיט פרייליכע געמיטער אויף דאס קומענדיגע!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 20:02 |
|
| |
איך פארשטיי. טאקע דאס איז מיין קשיא. ער קען דאך נישט זיין אינגאנצן אויף ביידע זייטן. נעמט ער דעם "שב ואל תעשה עדיף". ער פרובירט ווי ווייניגער אריינשטעקן א געזונטן קאפ אין א קראנקן בעט.. אבער אנשטאט ביידע זייטן זאלן דאס פארשטיין, אז נישט יעדער מוז דאך נעמען א צד אין די ספקות; אדרבה, דער ענטפער פונעם פוקס "איך קען נישט שמעקן" איז דער בעסטער ענטפער (כידוע המשל לגבי מחלוקת), עם כל זה כאפט מען זיך אן אויף שטרוי צו ווייזן פארוואס ער איז א ש...
עס האט מיר אמאל געזאגט א חסיד פון ר"א, אז ער (ר' דוד) האט געוויזן דעם וועג פאר די וועלט אז מען קען אוועקכאפן די "בכורה", ד.ה. די רבי'סטעווע פונעם עלטערן ברודער, און דאס האט געהאט א שטארקע עפעקט אויף די ענינים פון סאטמאר. איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן. איך האב אים געענטפערט, לשיטתך, אויב דאס איז דער פראבלעם, וואס טוט זיך מיט אביסל היסטאריע, כבר הי' לעולמים, מיר טרעפן שוין ביי יעקב און עשו... נישט ח"ו אז איך פארגלייך א אידיש קינד צו עשו, חס מלהזכיר, אבער פארן נארישן קשיא איז דאס א גוטער "עם עקש תתפתל".
איך ווייס באמת נישט וואו מען נעמט דא דעם היתר צו באשמוצן א איד וואס זיצט אלע יארן על התורה ועל העבודה, ממש לא פסק פומי' מגירסא נאך פון אלס יונג בחור, זיין יראת שמים איז ידוע, זיין עבודת התפלה, זיך צוברעכן דאס גוף בתעניתים וסיגופים בכל עת ועונה, זיינע צדקות, בפרט פאר די אלמנות ויתומים וואס איז ידוע אין א"י, און נאך און נאך, וויאזוי האט מען נישט מורא פאר כבוד התורה, כבוד תלמידי חכמים, נאר בלויז ווייל ער דערשרעקט זיך נישט פון יעדנס לאכערייען און טוט ווייטער זיינס כאילו לא הי'.. איך קען דאס נישט פארשטיין.
איי ער האט עפעס א סכסוך מיטן ברודער, נו, דאס איז זיין דאגה, נישט די דאגה פון די וועלט-בארימטע שופטים און "וואטש-דאגס" אויף היידפארק....
גורו לכם מיום הדין!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 19:59 |
|
| |
נעבעך א רחמנות אויף די אהרונישע סקול דיסטריקט תלמידים וועלכע ברענען נעבעך פאר קנאה אויף הערליכן מעמד ההדלקה פון רבבות אלפי ישראל באתרא קדישא מירון,און זייער קאפ איז נעבעך ארויפגעקומען א בילד ווי דער פויפסט פארט אין א סארט אויטאמאביל וואס ענדלט צו דעם אויטאמאביל מיט וועלכן דער כהן הגדול, דער תולדות אהרן רבי איז ארויפגעפארן אלס חומרה לחצוץ מפני קבר התהום. זייער ביליגקייט האט נישט קיין גבול, און ווי געשמועסט בזמן שבית המקדש היה קיים וואלטן די זעלבע שמואל ווידער משכילים געמאכט א בילד ווי דער כהן גדול טוט פאני זאכן, און גערוקט נעבן א בילד ווי די עבודי עבודה זרה טוען די עבודה פאר זייער געטשקע.
יא אמת, עס קוקט אויס ענדליך, אבער דער ימח שמו'ניק פארט ארום להגדיל שמו של עבודה זרה, און להבדיל מיליאן הבדלות, דער תולדות אהרן רבי שליט"א האט בסך הכל געטאן א זאך פאר א אידישע הלכה, מקיים זיין מצות השם יתברך, און אלס קדושת הכהן. ווי נידריג זענען שוין די אהרונים ווען זייער קאפ איז נעבעך אנגעפול מיט עבודה זרה'ס, און ווען זיי זעען א איד איז עובד השי"ת, קומט זיי אין קאפ א בילד ווי א גוי'אישער גלח דינט זיין געטשקע אין ס'איז ביי זיי היינו הך!
[בדרך אגב דעם בילד פון דעם פויפסט, האט ר' אהרן באקומען פון זיין "ידיד נאמן" פוסק הדור רבי מייקל שודריך וואס איז א שטארקער אנהענגער פונעם פויפסט]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 18:08 |
|
| |
הטוב_שמך
קיין שום שרייבער האט דא "נישט" געשריבן אז אדמו"ר מתו"א איז קעגן ר' אהרן! דאס פארקערטע יא, און צו דעם ביסטו אויך מודה.
איך אליינס האב געהערט פון אהרוינים צענדליגע תירוצים פארוואס ר' דוד איז א שגץ... "ער האט נישט געוואלט באזוכן די פאבליק סקול", "ווען ער איז אין וו"ב שבת, דאווענט ער אינעם גע'גנב'עטן ראדני שול", ועוד ועוד...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 17:15 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 16:37 |
|
| |
ברעיקינג: זאלי'ס גייען אין בג"ץ מיט א קאסטן!
נאך וואס די גאנצע וועלט איז געשטאנען געשפאנט און צוגעקוקט דעם גאונות פון באבא דויד קאהן אנצוקומען אין א קאסטן קיין מירון קומט היינט דער באריכט אז וואלי לעפקאוויטש האט צוגעזאגט צו באצאלן אלע הוצאות פון בג"ץ בתנאי אז מ'גייט אריין מיט א קאסטן...
פני הדור כפני הקאסטן!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 08:03 |
|
| |
רבבות אלפי ישראל פרייען זיך בהילולת רבי שמעון בר יוחאי באתרא קדישא מירון ובראשם כ"ק הגה"צ ר' דוד קאהן שליט"א אדמו"ר מתולדות אהרן
דער "כהן" השורף בשעת'ן טאן די עבודה.
תוקן על ידי אגוטןטאג ב- 03/05/2010 08:07:09
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 07:58 |
|
| |
הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם. אז מען קוקט אביסל צו די שרעקליכע קנאה שנאה וואס די אהרונים ווייזן ארויס קעגן קהל תולדות אהרן, און קעגן איר גרויסן מנהיג כ"ק אדמו"ר ר' דוד קאהן שליט"א, לאזט זיך עס ממש נישט גלייבן. ממש זיי האלטן נישט אויס די הדלקה,
צוקוקנדיג ווי רבבות אידן טאנצן און פרייען זיך לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בן יוחאי, באתרא קדישא מירון, קריכט זיי ארויס די אויגן פון די לעכער און שפריצט פון זיי פונקען פון שנאה קעגן תולדות אהרן וואס מען האט שוין לאנג נישט געזען.
אבער איך אויפמערקזאם מאכן דעם עולם, אז כאטש די אהרונישע ליצים ומשכילים ובראשם שמואל ווידער, שרייבן אינעם קינדער פארום אן אויפהער אז דער אוהל חוצץ איז א פורים, און "יעדער" לאכט דערפון, איז דאס בכלל נישט קיין ליצנות, פארקערט א תלמיד חכם האט מיר אנגעוויזן אז מען טרעפט דאס שוין אין משניות מס' פרה.
משנה מסכת פרה פרק ג ומביאים שורים ועל גביהן דלתות, וכו' וכבש היו עושים מהר הבית להר המשחה, כפין על גבי כפין, וכפה כנגד האטם, מפני קבר התהום, שבו כהן השורף וכו'.
דער כהן וואס האט געדארפט מאכן די עבודה פון שריפת הפרה, האט מען געמאכט פארשידענע חומרות מען האט ארויפגעלאט ברייטע טירן אויף אקסן וכדומה, צו מאכן א חציצה פון קברים.
ווען די אהרונישע לצים וואלטן זיך דארט געפונען וואלטן זיי זיכער אפגעלאכט פון דעם כהן וואס פאר אויף פאני טירלעך אויף א "פיקאופ" אקס.
און באקומענדיג א לעבעדיגן באריכט פון מירון, קען איך אזויפיל זאגן, אשריכם אשריכם חסידי תולדות אהרן, ומי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו. ברוך השם אז מען האט זיך מתגבר געווען אויף אלע אומפארגינערס און מען האט נישט צושטערט די שמחת הילולא פון ר' שמעון בן יוחאי זכותו יגן עלינו
און בדרך אגב האבן טויזטנער אידן געלערנט הלכות חוצץ בפני קבר התהום.
יגדיל תורה ויאדיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 00:35 |
|
| |
עס קומט אפשר נישט אריין דא, אבער איך פארשטיי נישט וואס א טייל שרייבן דא אז תו"א איז עפעס אנטקעגן ר"א. דער תו"א רבי פרובירט מיט אלע כחות צו לעבן בשלו' מיט אלע פארטייען, ער גייט באזוכן שטענדיג אין קרית יואל דעם מרא דאתרא, אודאי אי אפשר לצאת ידי שניהם, מען קען נישט זיין אינגאנצן אויף ביידע זייטן, אבער ער מצדו פרובירט דאס מאקסימום וואס מעגליך. ווער עס קען אים ווייסט דאס.
איך ווייס באמת נישט וואס מען וויל פון זיין לעבן האבן.
איך בין שוין אויך געווען דארט עטליכע מאל אין מירון בשעת די תולדות אהרן הדלקה, און ווער עס איז דארט געווען וועט מודה זיין, אז ס'איז א זעלטנהייט פון א שיינקייט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 22:36 |
|
| |
נעקי, די אולי'ס קענסטו פארקויפן פאר דיינע חברים, נישט פאר מיר.
איינע פון ענקערע מהלכים איז "אנזייען פאניק" ביים צד שכנגד, איר פראבירט דאס צו טון דורך אויפקומען ערב-ובוקר-וצהרים מיט פרישע "מעכטיגע מחלוקות" וואס האבן אויסגעבראכן אינערהאלב די פארטיי, צווישן משה משתמש און שמואל קאמפאט...
וואקס אינטער, פארוואס נאך 10 יאר האט איר נאך נישט אנערקענט אז דאס ארבעט פשוט נישט?
יא, עס איז קלאר דא א מציאות פון פירוד לצדיקים, און חז"ל זאגן דערויף רע להם ורע לעולם. אמת הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א איז א אויסגעשפראכענער קנאי, פארט איז ער נישט ענקער נאר, ער ווייסט זייער גוט אז קהלת תולדות אהרן איז דאס שענסטע וואס מיר פארמאגן אין ירושלים, אמת אז אין געוויסע ענינים איז ער פרומער ווי די חברי הבד"ץ (יבול נכרי אין שמיטה ועוד). ער פארמאגט פארט נישט די העצערישע קינדישע בליט וואס זיין פעטער פארמאגט. און ער פירט זיינע מערכות אויף א קליגן אופן אזוי ווי מען פירט א מערכה קעגן א גוטע פריינד.
בנידון דידון ווייס איך נישט וואס ער הלאט, וואס איך ווייס יא איז אז די מערכה איז געווארן געפירט דורך קהלת תולדות אברהם יצחק בראשות ר' משה בראנדסארפער און כ"ק אדמו"ר אליינס. נישט דורך די זאליס און נישט דורך די אהרוינים.
סך הכל איז די תפקיד פון די אהרוינים אריישטעלן גרויסע אומפארשטענדליכע קעפעלך אין דער בלאט און באשרייבונגען אוין אינטערנעט מיט כל מיני וויצן און טשעפעריי קעגן תולדות אהרן פארן זיך נישט מכניע זיין פאר זייער פירער. די פרשה איז פשוט נאך א געלגענהייט פאר די אהרוינים צו פארשווארצן די נאמען פון תולדות אהרן און זיי לייגן אריין אלע כוחות ס'זאל זיי געלונגען. אבער דערווייל נעבעך אן הצלחה.
דרך אגב, במשך די צייט וואס איך דריי זיך אויף הייד פארק האב איך אינאכט גענועמן אז ענק רופן הגה"צ אב"ד סאטמאר י-ם מיטן צונאמען "דער יפוער". וואס איז פשט דערפון?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 22:16 |
|
| |
באדאפעס, די גאנצע מערכה קעגן תולדות אהרן קומט פונם יפוער נישט פון תולדות אברהם יצחק און זיכער נישט פון די אהרוינים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 21:49 |
|
| |
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פריער, איז קיין הווא אמינא נישט געווען אז די אהרוינים וועלן טון כל תצדיקי שבעולם צו פארשווארצן די נאמען פון תולדות אהרן. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווילאנג דער תולדות אהרן רבי אנערקענט נישט אז דער מנהיג האהרוינים איז "דער מנהיג" וועלן זיי פארטושן פאקטן און אראפמאלן האלבע אמת'ן אלס גאנצע וכדו'.
אקוראט דאס איז וואס זיי טוען יעצט.
די מציאות גייט אזוי, תולדות אהרן רבנים און דיינם (איינער פון זיי איז דער חבר הבד"ץ הגאון הרב יוראוויטש שליט"א) האבן זיך דורך געשמועסט מיטן פולן הרכב הבד"ץ מיטן גאב"ד בראש. און מיט הרב וואזנער פון ב"ב פערזענליך און זענען געקומען צו א אומצוויידייטיגן פסק אז עס איז מותר לכתחילה פאר כהנים ארויפצוגיין.
דא האט איר די אפיציעלע מעלדונג.
די מעלדונג איז נישט "ניי" עס איז נישט היינט געבוירן געווארן, עס האט שוין געהאנגן אין תו"א ביהמ"ד נאך פאר שבת. אין דעם מעלדונג שטייט "קלאר" אז די רבי וועט ארויפגיין (ליתר שאר ועל כל ספק ספיקה שלא תבא ב'עתיד') דורך א אהל חוצץ. דאס איז פשוט אז "יעדער" האט געוויסט פון פאר שבת אז כ"ק אדמו"ר מתו"א וועט ארויפגיין "אין א אהל"
נישט אזוי ווי די אהרוינים פראבירן דאס יעצט אראפצומאלן...
אויך אין דעם מודעה שטייט קלאר אז די הוראה פון רבי'ן פאר זיינע קינדער און פאר אלע כהנים וועלכע זענען זיך משתייך צו חסידות תו"א איז אז זיי זאלן טון אזוי ווי די הוראה פונם בד"ץ העדה און ארויפגיין דורכן דרך מהדרין וועלכע ווערט צוגעגרייט דורך רבנים פון די עדה.
דא האט איר טיילווייזע בילדער פונם דרך מהדרין פאר כהנים. באמערקט אז אויף טייל ערטער האט די בריק א "וואנט" אז עס זאל נישט זיין מעגליך ארויסצושטעקן א אבר.
די 'מעבר לכהנים' ווערט יערליך (אויך דאס יאר) צוגעשטעלט על פי הוראת ופסקם פון די רבני העדה החרדית.


יעצט פראבירן די אהרוינים צו נעמען דעם תו"א רבי'ס אייגענע חומרות און מהפך זיין הקערה על פיה כאילו ער איז א קל שבקלים...
עס פרעגט זיך נאר די קשיא, פארוואס פרעגן נישט די אהרוינים די זעלבע חלם'ע קשיא אויף זייער אייגענע מנהיג ווען ער אליינס עסט מצה פון אריזאנע ווייץ און זיינע אייגענע בעקערייען פארקויפן 70% ניו יארקע ווייץ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 21:27 |
|
| |
גרויסע צולייגער'ס וואס זאגן ענק צו דעם? תולדות אהרן רבי ווערט געפירט אין א ארון  
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 19:48 |
|
| |
ווען איך וואלט נישט נאכגעקוקט די היסטאריע פון דעם שרייבער וויינשטאקל וואלט איך געווען ביי זיך זיכער אז ער איז א אנטי-אהרוינים וואס פראבירט אראפצומאלן די אהרוינים אלס נארישע. אבער נאכן טרעפן אין זיין היסטאריע אז ער האט געפירט א מערכה און פראבירט אויף אלע מיטלען אפצושטעלן פארמעגליך בלייבט נישט קיין ספק אז ער איז נעבעך טיף פארטינקען מיט זיינע דמיונות וועלכע ער זעט אלס פאקט כרגיל ביי קליינע קינדער.
ולעצם הענין, עס איז קיין ספק נישט געווען אז ווען די אהרוינים האבן אינאכט גענועמן אז זייער לעצטיגע שמוץ קאמפיין קעגן תולדות אהרן לאזט זיך אויס מיט א זייפן בלאז נאכדעם וואס די עדה האט ארויסגעגעבן זייער פסק פאר אלע דיינים מעטם די עדה אז עס איז קיין שום איסור פאר כהנים ארויפצוגיין. וועלן זיי זיכן פון אינטער דערערד און טרעפן פרישע סחורה. ביי מיר איז קיין שום ספק געווען אז זייער מערכה קעגן תולדות אהרן ענדיגט זיך נישט דא. והנה, איך האב זיך נישט גענארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 19:39 |
|
| |
איך מיין איר האט זיך טועה מיטן פורום, אזא שרייבעריי געהערט נישט אין א ציוויליזירטע פורום.
|
|
|
|
|