ס'איז שווער ארויס צי ברענגן אויפן שריפט דאס ליצנות וואס האט זיך אפגעטיען היינט .אין מירון
ר' דוד קאהן שרייט חדשים אז ס'גייט גארנישט פאר נישט דא קיין קברים אלעס איז מותר אלע כהנים מעגן לכתיחלה ארויף גיין
למעשה איז ר' דוד קאהן ארויף מיט א באקס א אוהל חצוץ
שטעלט זיך די שאלה וואס האבן אלע אנדערע כהנים געטיען וואס האבן זיינע קינדער געטיען
זיי מעגן יא ארויף גיין געהעריגדא איז עפעס ח"ו שתי רשיות
זיי מעגן זיך יא מטמא זיין.
נשלח ב-13/5/2010 02:40
מכבד געווען די מדינה הטמאה, און געוויזען פאר טויזענטער אידן יא יא איך ווייס און אלע אונזערע "ידידים" ווייסען אז דע טויזננטער מענטשן דאס וואס אונזערע "ידידים" האלטן נישט אויס און פארגינען נישט, אויף דעם איז שוין דא א אלטער פסוק און זאג דאס מיט גרויס כוונה "יייצצצאא עעעיייננניייךךך" אז מען דאנקט און מען גיט אפ די כבוד פאר די טמא'נע ציוניסטישע משטרה, דאס הייסט געטראפן א עבירה.
און דאס איז נישט געווען קיין פערצופאל ווי די פרובירסט עס אראפ צו לייגן, דארט אפען סטעטש ווי די הדלקה איז געווען האט קיינער נישט געקענט צו קומען, קיינער האט נישט געקענט גיסן סתם אויל, נאר וועם תולדות אהרן האט געלאזט עשירים, רבנים, וכו', הרה"צ ר' יונה - עס וואלט געפאסט פאר אזא הויכגעשעצטן פערזנליכקייט וויא אייך צו שרייבן פארלעסליכע אינפארמיישען נישט סתם שיסען אין דער וועלט אריין, אלס מיטאלטער פון דעם הדלקה, פון דער נאנט, קען איך דיר זאגן אז ווער אימער עס האט געוואלט צו גיין גיסען אויל לייגן וואטע, האט געקענט דאס טוהן, אן קיין שום אפאהלט, אק נישט אין קאפ אריין מיט פאדרייטע פאקטן, אסאך אינפראמיישן וואס איך קויף און פארקויף אין כל מיני זאכן נעם איך פון דיינע שרייבעכטצער דא, אויב דע אלעס וואס די שרייבסט, איז אזוי מבורר וויא דעם עניין, האב איך פאלארן אמקור פון "ריכטיגע" אינפארמיישען מיטן גרעסטן כבוד האבן זיי מכבד געווען און אויפגענומען די משטרה.
נעם די גאנצע ויואל משה און צופליק עס. וואס קומט דא אריין ויואל משה? מיינסטו צו זאגן אז ווען דער ויואל משה - און דער ברך משה זענען געקומען קיין ארץ ישראל, זענען די משטרה הציונית געקומען באגלייטן די גאנצע פאראדע
אז מען שטיצט הולכי לבג"ץ הציוני, ווער שטיצט דע הולכי בגץ - סך הכל שטעלן זיי נישט אריין קיין עדס אינעם הייליגן "בלאט" און מען טרעט אויף אן איסור דאורייתא ר"ל פון טומאת כהנים, איך מיין הרה"ג פוסק דורינו ר י--ו--נ--ה מען האט זיך מיט דיר הויכגעשעצטער ראב און פוסק נישט דורעכגערדט דעם ענין - און איר האלט אז דאס איז א איסור דאורייתא? מיט א ליצנות באקס אויך דע כהנים וואס פלעגן פארן ביי געוויסע פעלער אין דע צייטען פון ביהמ"ק אויף חמורים מיט א "אוהל חוצץ" האבן געמאכט ליצנות? (הא אנטשוליגדט איך האב געמיינט צו פרייגען אויב זיי האבן אריין געשטעלט עדס אינעם "בלאט" נאר פאר איין וועג, האסטו אליינס געזעהן? איז מכבד זיין משטרה געטראפען א עבירה...
נשלח ב-13/5/2010 00:38
מכבד געווען די מדינה הטמאה, און געוויזען פאר טויזענטער אידן אז מען דאנקט און מען גיט אפ די כבוד פאר די טמא'נע ציוניסטישע משטרה, דאס הייסט געטראפן א עבירה.
און דאס איז נישט געווען קיין פערצופאל ווי די פרובירסט עס אראפ צו לייגן, דארט אפען סטעטש ווי די הדלקה איז געווען האט קיינער נישט געקענט צו קומען, קיינער האט נישט געקענט גיסן סתם אויל, נאר וועם תולדות אהרן האט געלאזט עשירים, רבנים, וכו', מיטן גרעסטן כבוד האבן זיי מכבד געווען און אויפגענומען די משטרה.
נעם די גאנצע ויואל משה און צופליק עס.
אז מען שטיצט הולכי לבג"ץ הציוני, און מען טרעט אויף אן איסור דאורייתא ר"ל פון טומאת כהנים, מיט א ליצנות באקס נאר פאר איין וועג, איז מכבד זיין משטרה געטראפען א עבירה...
נשלח ב-12/5/2010 21:40
דא האסטו די ראש לשועלים וואס יענקי האט געשריבן און קען זיין אז די קענסט נישט די סטמארע פאליטיק איז קיינער נישט שולדיג
ברוך השם מ'האט געטראפן אן עבירה אויפן תולדות אהרן רבין א פאליסט האט אריין געגאסן שמן אן זיין הדלקה, איך מיין אז ס'איז אלס בעסער ווי צורופן אאאאייייייעעעעעעעדדדדדדדדןןןןןןןןןןןן צו קוקן אין די כלי, און ער דרייט נאך מיט די הענט און לויפט פון איין זייט צום צווייטן כאילו ער האלט דא אינמיטן א שיעור כללי (איך גלייב אז בא זיין באקאנטע עפרא לפומיה דרשה האט ער אויך געדרייט מיט די הענט און פיס און געשמייכלט פון מויל צו אויער פון זיין טיפע גרויסע חכמה.) און ער זאגט דאס איבער נאכאמאל אזויווי איעדע חכמה וואס ער זאגט "איך רוף איעדן צו קוקן אין די כלי", געוואלדיג געוואלדיג.
יעצט געב איבער דיין אויבער האר משה יוסל צימעט זאל בעסער לערנען די סאטמארע פאליטיק פאר ער שיקט איינעם שרייבן דא אויף הייד פארק
נשלח ב-12/5/2010 20:50
הרה"ג החכם בארזים ר' "באבע מעשה" - קענסטו אפשר זאגן אוואו ר' יענקי שרייט דא אז ער האט יא מיט סאטמאר? הוא אשר דיברתי, נישט אין יעדן אייטעם - נושא - סכסוך - דין ודברים - בין איש לאשתו - בין אב לבנו - בין איש לאחיו - הלכהדיגן ויכוח - אפרייוועט פראבלעם, דארף ארינקומען - זאליס - ארויניס - וחוזר חלילה.
ר' יענקי שרייבט אנושא פון תו"א מיט א באקס - אין דו ר' באבע.....שרייסט ס-א-ט-מ-ע-ר, טענו בחיטים - וקישקשו בקש
דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז אונזערער א פארבלאנדזשעטער ברודער איז אליין געקומען גיסן אויל אפילו מ'האט אים נישט גערופן, און ער האט זיכער געהאט פון דעם א הרהור תשובה ווען ער האט נאכדעם געזעהן דעם צדיק גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים גיסן די אויל, און ס'גיסן אים טייכען טרערן אויסצופויעלן ישועות און רפואות פארן כלל און פארן פרט, און נאכדעם די גרויסע שמחה ביים אנצינדען די הדלקה ווי טויזנטער מענטשן זענען געשטאנען צושטיפט און געטאנצט "לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי" "תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו".
ס'איז באוואוסט אז ר' עמרם בלוי זצוק"ל פלעגט אהיים בעטן שבתים נאך די הפגנות אויף חילולי שבת די שוטרים פון ירושלים וואס זענען געקומען שלאגן די ערליכע אידן צו אים אינדערהיים און זיי געגעבן צו עסן טשולענט און קוגל.
נשלח ב-12/5/2010 18:00
ס'קען זיין אז ס'איז נישט קיין פעלער אז די ציונים מאכן א הדלקה. ס'קען זיין אז ס'איז אויסגעהאלטן אז די משטרה זאל גיסן שמן אויף תולדות אהרן'ס הדלקה.
אבער וויאזוי איז דאס א גירא בעינא דשיטנא? וויאזוי פלאצן די ציונים ווען מ'איז זיי מכבד צו גיסן שמן לע"נ רבי שמעון בר יוחאי?
ווער געדענקט נאך ווען דער ברך משה זכר צדיק וקדוש לברכה איז געזעצן צוזאמען מיט דעם הויפט קצין פון משטרת ירושלים אריה עמית (וואס האט געהאקט שטיקער פון די פרומע אידן ביי די הפגנות אין בר-אילן) און אים געגעבן די האנט און באדאנקט פאר אלעס וואס די ירושלימער פאליציי האט געמאכט פארן ביקור אין ארה"ק.
איך מיין אז קיינער האט נישט פארגעסן די בילד פון די משטרת ישראל אויף די הויכע פערד וואס איז געפארן פארויס און געמאכט פלאץ דעם הייליגן בעל ויואל משה זכר צדיק וקדוש לברכה ביי זיין ביקור אין ארה"ק.
ברוך השם מ'האט געטראפן אן עבירה אויפן תולדות אהרן רבין א פאליסט האט אריין געגאסן שמן אן זיין הדלקה, איך מיין אז ס'איז אלס בעסער ווי צורופן אאאאייייייעעעעעעעדדדדדדדדןןןןןןןןןןןן צו קוקן אין די כלי, און ער דרייט נאך מיט די הענט און לויפט פון איין זייט צום צווייטן כאילו ער האלט דא אינמיטן א שיעור כללי (איך גלייב אז בא זיין באקאנטע עפרא לפומיה דרשה האט ער אויך געדרייט מיט די הענט און פיס און געשמייכלט פון מויל צו אויער פון זיין טיפע גרויסע חכמה.) און ער זאגט דאס איבער נאכאמאל אזויווי איעדע חכמה וואס ער זאגט "איך רוף איעדן צו קוקן אין די כלי", געוואלדיג געוואלדיג.
נשלח ב-10/5/2010 01:12
הבדלה_מנין כתב:
אין די צווי בילדער פון דעם באקס פון דער הייעך זעהט מען א הוט אויפן מענטש אינעם באקס, אלע בילדער פונעם תולדות אהרן רבי'ן גייט ער מיט א שטריימעל!
איז דא א בילד פון דעם רבין אין באקס?
אדמיראל כתב:
מן הסתם קומט ער ארויף מיט א הוט, אין ביים חצר טוט ער אויס דעם אין טוט אןי דעם שטריימל.
פון בית השחיטה איז איבער געגעבן געווארן: אז עס איז נישטא קיין שום חשש ווייל ביי אונז און טעקסעס שעכט מען אין א באקס...
נשלח ב-5/5/2010 20:55
ס'גרעסטע ליצנות איז נאך אז ביים וועג אראפ איז תולדות אהרן רבי אראפ אן א באקס פלעין אין די קאר
פארשייט איינער וואס די חילוק איז צווישן די וועג ארויף אין די וועג אראפ ?
נשלח ב-5/5/2010 16:13
מאנטאג איין טאג נאך ל"ג בעומר, אין ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן ירושלים, ביים ליינען די תורה, די גבאי / שמש רופט אויס הויך אויפן קול: יעמוד מורינו ורבינו ר' דוד בן הרב אברהם יצחק הלוי ...
די צווי ברודער תוא"י און תו"א האבן זיך צוטיילט מיט די ירושה, תוא"י האט געגעבן פאר זיין יונגערע ברודער די "בכורה" און תו"א האט געגעבן פאר זיין עלטערע ברודער די "כהונה"
תוקן על ידי מצות ב- 05/05/2010 16:15:48
נשלח ב-5/5/2010 15:37
דער ריינער אמת איבערן באקס איז זייער פשוט, אזוי ווי די ליידיג גייער וואס פירן די העץ קאמפיין קעגן דעם תו"א רבי'ן וואלטן פאר יעדן פרייז "געטראפן" קברים אויף דעם וועג וואס דער תו"א רבי וועט ארויפגיין, האט דער תו"א רבי מחליט געווען זיי צו פארשפארן די ארבעט פון נעבעך ארבעטן אזוי שווער ביז זיי וועלן זוכה זיין עפעס צו טרעפן... משא"כ פאר די אנדערע כהנים האט ער גע'פסק'נט אז היות אויף דעם דרך מהדרין האט מען בודק געווען און נישט געטראפן קיין קברים קען מען גיין.
עכ"פ פאר ווער ס'וויל פארשטיין דעם אמת'ן טעם איז עס קלאר, די כהנים האט ער מתיר געווען צו גיין אויפ'ן דרך מהדרין נאכדעם וואס די דיינים אין תולדות אהרן האבן קלאר מברר געווען אז ס'איז נישטא קיין איסור, אבער פאר זיך האט ער געוואוסט אז אויב ער וועט דארט גיין וועט מען בכל מחיר עפעס טרעפן, האט ער מחליט געווען ענדערש לאכט פון מיר יעצט ווי איידער עטץ זאלטס מיר שרייען און אפאר חדשים אז מ'האט געטראפן קברים.
אויף א וויץ לאכט מען אפאר טאג, אין א וואך ארום איז עס נעכטיגע נייעס, אבער אויב מ'וואלט געטראפן דארט קברים, וואס ווער ס'קען די וואס דרייען אן דעם קאמפיין זענען מעיד אז זיי וואלטן שוין באגראבן עפעס אן אראבער אלעס כדי צו טרעפן א קבר...
נשלח ב-5/5/2010 07:47
איך שעם זיך מיט דעם נארישן אפגעריסענעם אשכול.
איך ווייס פשוט נישט וואס צו זאגן, עטץ זענטץ טאטאל פאריקט.
די נארישע מערכה מיט תולדות אהרן מעג זיך שוין ענדיגן, מען מעג אמאל האבן אביסל שכל אויך. ווער עס קען מיינע תגובות ווייס זייער גוט וואס איך האלט אין דעם סאטמאר'ן סכסוך, אבער מיט דעם נארישן מערכה מאכט זיך אליינס צונאר.