בית פורומים כל העולם כולו

פורים ליצנות היפקראצוויע ! ר' דוד קאהן אין א באקס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2010 18:00 לינק ישיר 

ס'קען זיין אז ס'איז נישט קיין פעלער אז די ציונים מאכן א הדלקה.
ס'קען זיין אז ס'איז אויסגעהאלטן אז די משטרה זאל גיסן שמן אויף תולדות אהרן'ס הדלקה.

אבער וויאזוי איז דאס א גירא בעינא דשיטנא?
וויאזוי פלאצן די ציונים ווען מ'איז זיי מכבד צו גיסן שמן לע"נ רבי שמעון בר יוחאי?







וויאזוי פלאצט דער "סמך מם" ווען א איד פרעסט חזיר רח"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 18:44 לינק ישיר 

דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז אונזערער א פארבלאנדזשעטער ברודער איז אליין געקומען גיסן אויל אפילו מ'האט אים נישט גערופן, און ער האט זיכער געהאט פון דעם א הרהור תשובה ווען ער האט נאכדעם געזעהן דעם צדיק גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים גיסן די אויל, און ס'גיסן אים טייכען טרערן אויסצופויעלן ישועות און רפואות פארן כלל און פארן פרט, און נאכדעם די גרויסע שמחה ביים אנצינדען די הדלקה ווי טויזנטער מענטשן זענען געשטאנען צושטיפט און געטאנצט "לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי" "תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו".

ס'איז באוואוסט אז ר' עמרם בלוי זצוק"ל פלעגט אהיים בעטן שבתים נאך די הפגנות אויף חילולי שבת די שוטרים פון ירושלים וואס זענען געקומען שלאגן די ערליכע אידן צו אים אינדערהיים און זיי געגעבן צו עסן טשולענט און קוגל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 18:54 לינק ישיר 


יענקי איך געדענק דיר נאך פון ירושלים ווען די האסט גארנישט געהאט מיט סאטמאר און סתם געשריבן ווי איינער פון די עדה החרדית
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2764635&forum_id=16386
דא האסטו דערמאן דיך פאר די שרייבסט א ליגענער דארף האבן א גוטע זיכרון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 20:50 לינק ישיר 

הרה"ג החכם בארזים ר' "באבע מעשה" - קענסטו אפשר זאגן אוואו ר' יענקי שרייט דא אז ער האט יא מיט סאטמאר? הוא אשר דיברתי, נישט אין יעדן אייטעם - נושא - סכסוך - דין ודברים - בין איש לאשתו - בין אב לבנו - בין איש לאחיו - הלכהדיגן ויכוח - אפרייוועט פראבלעם, דארף ארינקומען - זאליס - ארויניס - וחוזר חלילה.

ר' יענקי שרייבט אנושא פון תו"א מיט א באקס - אין דו ר' באבע.....שרייסט ס-א-ט-מ-ע-ר,  טענו בחיטים - וקישקשו בקש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 21:40 לינק ישיר 



דא האסטו די ראש לשועלים וואס יענקי האט געשריבן און קען זיין אז די קענסט נישט די סטמארע פאליטיק איז קיינער נישט שולדיג

ברוך השם מ'האט געטראפן אן עבירה אויפן תולדות אהרן רבין א פאליסט האט אריין געגאסן שמן אן זיין הדלקה, איך מיין אז ס'איז אלס בעסער ווי צורופן אאאאייייייעעעעעעעדדדדדדדדןןןןןןןןןןןן     צו קוקן אין די כלי, און ער דרייט נאך מיט די הענט און לויפט פון איין זייט צום צווייטן כאילו ער האלט דא אינמיטן א שיעור כללי (איך גלייב אז בא זיין באקאנטע עפרא לפומיה דרשה האט ער אויך געדרייט מיט די הענט און פיס און געשמייכלט פון מויל צו אויער פון זיין טיפע גרויסע חכמה.) און ער זאגט דאס איבער נאכאמאל אזויווי איעדע חכמה וואס ער זאגט "איך רוף איעדן צו קוקן אין די כלי", געוואלדיג געוואלדיג.

יעצט געב איבער דיין אויבער האר משה יוסל צימעט זאל בעסער לערנען די סאטמארע פאליטיק פאר ער שיקט איינעם שרייבן דא אויף הייד פארק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2010 00:38 לינק ישיר 

מכבד געווען די מדינה הטמאה, און געוויזען פאר טויזענטער אידן אז מען דאנקט און מען גיט אפ די כבוד פאר די טמא'נע ציוניסטישע משטרה, דאס הייסט געטראפן א עבירה.

און דאס איז נישט געווען קיין פערצופאל ווי די פרובירסט עס אראפ צו לייגן, דארט אפען סטעטש ווי די הדלקה איז געווען האט קיינער נישט געקענט צו קומען, קיינער האט נישט געקענט גיסן סתם אויל, נאר וועם תולדות אהרן האט געלאזט עשירים, רבנים, וכו', מיטן גרעסטן כבוד האבן זיי מכבד געווען און אויפגענומען די משטרה.

נעם די גאנצע ויואל משה און צופליק עס.

אז מען שטיצט הולכי לבג"ץ הציוני, און מען טרעט אויף אן איסור דאורייתא ר"ל פון טומאת כהנים, מיט א ליצנות באקס נאר פאר איין וועג, איז מכבד זיין משטרה געטראפען א עבירה... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2010 02:40 לינק ישיר 

מכבד געווען די מדינה הטמאה, און געוויזען פאר טויזענטער אידן יא יא איך ווייס און אלע אונזערע "ידידים" ווייסען אז דע טויזננטער מענטשן דאס וואס אונזערע "ידידים" האלטן נישט אויס און פארגינען נישט, אויף דעם איז שוין דא א אלטער פסוק און זאג דאס מיט גרויס כוונה "יייצצצאא עעעיייננניייךךך" אז מען דאנקט און מען גיט אפ די כבוד פאר די טמא'נע ציוניסטישע משטרה, דאס הייסט געטראפן א עבירה.

און דאס איז נישט געווען קיין פערצופאל ווי די פרובירסט עס אראפ צו לייגן, דארט אפען סטעטש ווי די הדלקה איז געווען האט קיינער נישט געקענט צו קומען, קיינער האט נישט געקענט גיסן סתם אויל, נאר וועם תולדות אהרן האט געלאזט עשירים, רבנים, וכו', הרה"צ ר' יונה - עס וואלט געפאסט פאר אזא הויכגעשעצטן פערזנליכקייט וויא אייך צו שרייבן פארלעסליכע אינפארמיישען נישט סתם שיסען אין דער וועלט אריין, אלס מיטאלטער פון דעם הדלקה, פון דער נאנט, קען איך דיר זאגן אז ווער אימער עס האט געוואלט צו גיין גיסען אויל לייגן וואטע, האט געקענט דאס טוהן, אן קיין שום אפאהלט, אק נישט אין קאפ אריין מיט פאדרייטע פאקטן,  אסאך אינפראמיישן וואס איך קויף און פארקויף אין כל מיני זאכן נעם איך פון דיינע שרייבעכטצער דא, אויב דע אלעס וואס די שרייבסט, איז אזוי מבורר וויא דעם עניין, האב איך פאלארן אמקור פון "ריכטיגע" אינפארמיישען מיטן גרעסטן כבוד האבן זיי מכבד געווען און אויפגענומען די משטרה.

נעם די גאנצע ויואל משה און צופליק עס. וואס קומט דא אריין ויואל משה? מיינסטו צו זאגן אז ווען דער ויואל משה - און דער ברך משה זענען געקומען קיין ארץ ישראל, זענען די משטרה הציונית געקומען באגלייטן די גאנצע פאראדע

אז מען שטיצט הולכי לבג"ץ הציוני, ווער שטיצט דע הולכי בגץ - סך הכל שטעלן זיי נישט אריין קיין עדס אינעם הייליגן "בלאט" און מען טרעט אויף אן איסור דאורייתא ר"ל פון טומאת כהנים, איך מיין הרה"ג פוסק דורינו ר י--ו--נ--ה  מען האט זיך מיט דיר הויכגעשעצטער ראב און פוסק נישט דורעכגערדט דעם ענין - און איר האלט אז דאס איז א איסור דאורייתא? מיט א ליצנות באקס אויך דע כהנים וואס פלעגן פארן ביי געוויסע פעלער אין דע צייטען פון ביהמ"ק אויף חמורים מיט א "אוהל חוצץ" האבן געמאכט ליצנות? (הא אנטשוליגדט איך האב געמיינט צו פרייגען אויב זיי האבן אריין געשטעלט עדס אינעם "בלאט" נאר פאר איין וועג, האסטו אליינס געזעהן? איז מכבד זיין משטרה געטראפען א עבירה... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פורים ליצנות היפקראצוויע ! ר' דוד קאהן אין א באקס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.