בית פורומים כל העולם כולו

די ערשטע יארצייט פון פוסק הדור ר' מאיר בראנסדופער מיט די עדה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2010 21:49 לינק ישיר 
די ערשטע יארצייט פון פוסק הדור ר' מאיר בראנסדופער מיט די עדה


צום ערשטען יארצייט פון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדופער זצוק"ל וואס איז געווען דער לעצטער פון דעם דור וואס האט נאך מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש אן קיין שום חשבונות און אין זיינע יארן וואלט נישט געקענט פארקומען אזעלכע זאכן און די עדה החרדית פון אים האט די הנהלה מורא געהאט אזויויי זיין זין דער רמב"ם (ר' משה בן מאיר) האט געזאגט ביי די לוויה ברמז וויפיל די הנהלה האט זיך מיט אים געשלאגן וויל איך אביסל בעטען די שרייבער ווער ס'געדענקט א מעשה וואס דער גאון ר' מאיר האט מקיים געווען דעם לא תגורו זאל דאס ביטע אראפ שרייבן למען ידעו דורות האחרונים די מסירות נפש פון דעם איד אויף א מצוה און די תורה ולא תהדרפני דל ולא תשא פנים במשפט נישט קיין חילוק צו ער האט 100 חסידשים 1000 חסידים און מיליון חסידים

די ערשטע מעשה איז געווען ווען דער תולדות אהרן רבי ז"ל איז אוועק אין די לופט און ירושלים און און די עדה החרדית האט געבלאזען קעגען תולדות אברהם יצחק רבי האט ער געווסט אז מוטן גיין צו תולדות אברהם יצחק רבי וועט ער דערלייגען דעם גאב"ד בענקעל (ווען נישט וואלט ער געווארן גאב"ד אנשטאט ר' יצחק טוביה) דאך האט ער געווסט דעם אמת און מקיים געווען דעם לא תגורו נישט געקוקט אויף זיך נישט אויף זיין פאסטן נאר געטוהן וואס די הלכה הייסט
די צווייטע מעשה וועל איך שרייבן ברמז דאס איז די מעשה מיטן גט פון נכד האדמו"ר מספינקא - טשערנוביל און נכדת האדמו"ר מוויזניץ - מאנסי ליודעי ח"ן ווייסן פון וואס איך רעד

און איך בעט ווער ס'האט נאך מעשיות זאל ביטע שרייבן אדער מיר שיקן א אישי אדער א אימייל



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 20:04 לינק ישיר 


ח"ו איך זיך נישט צו האקן אויף די עצם עדה החרדית מיין איינציגע מטרה איז אז די וואס האבן מצליח געווען צו זיך א נאמען געבען די ערליכע אידן די קנאים אזוי ווי די זאלי'ס בני יואל תולדות הארן און יענער איז דער שוואכערער אזוי ווי תוא"י דאס וויל איך אויס רייסן אונז זענען די ערליכע אידן אונז זענען מדקדק בקלה כבחמורה אונז זענען ממשיך דעם דרך רבינו הק' והטהור בעל דברי יואל ובעל ברך משה אונז זענען די רביזכרוונברכה אידן נישט דער געלער בדחן מיט דער האלטר משתב"ק זענען די וואס זאגן וואס דער רביזכרנוורכה איז געווען און וואס זיין דרך איז געווען אונז זענען די ממשיכים און אונז זענען די ערליכע אידן

און די וואס פראבירן צו גאנבנען דעם נאמען ערליכער איד ווייל ער האט אפאר דאלער און א פראפעגאנדע מאשין מיינט נישט אז ער איז דער ערליכער איד (די משל פון די מאמע האב איך געברענגט צו ווייזן די פראפעגאנדע מאשין פון תולדות אהרן נישט ח"ו אז איך האלט אז זי איז שולדיג נאר לדוגמה בעלמא ווער זענען זיי) נישט וויל תודות אהרן גייט מיטט די קאפ אויף די רעכטע זייט געבויגען איז ער א ערליכער איד און דאס האבן אלע געזען דעם ל"ג בעומר און נישט ווייל די חברי הנהלה פון די עדה (ח"ו נישט די רבנים און די ערליכע חברי הנהלה) ווי יעקב ראטה איז דער ערליכער קרייז און ירושלים ווייל ווען זיי האבן פראבלעמען איז נישטא קיין תורה ע"ע בג"ץ און תולדות אהרן
און דאס איז מיין מטרה אפאר צונעמען דעם שלייער פון די מענטעשן און אויפדעקען די אמת וואס ליגט אונטער זיי למשל דע צרות יגון ואנחה וואס די פאר משתלטים אויף די עדה האבן געטוהן פאר דעם גאון וצדיק ר' מאיר בראנסדופער ווען ער האט געלעבט וואס קיינער האט נישט גרעדט פון דעם, און איך האב נישט מורא דאס ארויף צו ברענגען יעדער זאל וויסן וויפל מסירת נפש ער האט געהאט אויפן פסוק ולא תגורו מפני איש במלוא מובן המילה פון קיינעם און איך האף אז דורך דעם וועט נתפרסם ווערן זיין גרויסקייט בעולם למען ידעו דור אחרון וואספארא מסירות נפש איד האט געלעבט ביי אונז ביז א יאר צוריק און ווי די וואס פראבירין איינרעדען דעם עולם אז זיי זענען די ערליכע וויפול זיי האבן אים גרודפ'ט ווייל ער איז נישט געגאנגען און שפאן

ויהיה זה לע"נ הטהורה און איך בעט נאכאמאל נישט פאדרייען דעם אשכול נאר שרייבן מעשיות פון ר' מאיר מיט זיין מסירות נפש צום לא תגורו מפני איש און ווער ס'וויל איך האלט אינמיטן א לאנגע באשרייבונג אויף דעם זאל מיר שיקן א אישי אדער א אימייל ויהיה חלקו בין מזכי הרבים.

נ.ב. ווער ס'האט טענות אויף מיר קען מיר שיקן א אישי אבער נישט אטעקירן און פאבליק אן קיין סיבה
א דאנק
דער הולך_לבגץ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 19:19 לינק ישיר 

דער הולך
האקט שטיקער אויף וועם ער קען אין בעיקר אויף די עדה
אין מאכט זיך כאילו ער וויל איינעם פארטיידיגען אין פאקטיש איז ער נאר פארנומען מיט האקען אויף דעם אין יענעם
אין נאכדעם וועט ער ווייזען פאר יעדן
קוק די ארונים זענען קעגן די עדה וכו'

האלט דיין פעדער
אין ער אויף צו האקען אויף יעדן
דאס באלנגט ביי די זאלי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 06:27 לינק ישיר 

דו ביסט א פאלנע הינט

די מאמע האט קיינמאל נישט מודה געווען

זי איז איינגעגאנגען אויף א פלי בארגען כדי נישט צו באקומען תפיסה
ווייל אירע לויער'ס האבן איר געזאגט אז דעס איז די איינציגסטע ברירה אז זי זאל נישט באקומען א שווערע פסק

ליידער האט א פרימע יוד היינט נישט קיין אנדערע ברירה אין אמעריקע אדער און ארץ ישראל חוץ מאכן א פלי בארגען
אז נישט ענדיגט מען מיטן באקומען 40 יאר תפיסה

יא שילדיג נישט שילדיג, די שנאה צי א פרימע יוד איז אזוי גרויס אז דעס איז די איינציגסטע טשענס וואס איז נאך דא
קאאפערורן מיטן טייוול אזוי וועט ער אפשר אביסל נאכלאזן זיין שנאה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2010 06:01 לינק ישיר 



דאס איז איינע פון די אינטרעסאנט זאכן וואס איז פארגעקומען, ווען ר' יצחק טוביה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, איז ר' מאיר געווען זיין רעכטע האנט און יעדע שאלה וואס ער האט גהאט האט ער געפרעגט ר' מאיר, ווער ס'געדענקט נאך די בילדער יעדע וואך און כל העולם כולו, יעדע וואך איז ר' טוביה געווען ביי ר' מאיר און שטוב, איינמאל פאר א גט, איינמאל פאר א בהמה שאלה, וכו' וכו',
 אבער ווען ער איז מער אריין און די עדה, האבן די חברי הנהלה זיכער געמאכט אז דאס זאל זיך ענדיגען ווייל זי האבן שוין געוויסט אז ר' מאיר האט פון זיי נישט מורא, און זיי קענען אים נישט זאגן וואס יא צו טוהן און וואס נישט, זיי האבן זיינע קינדער מיט אלע כוחות אוועק געשטיפט פון די עדה נישט אריין גענומען און קיין איין פאסטען וואס ער האט פאטרויטען שחיטה מקואות סת"ם אלעס פון פחד פאר דעם לא תגורו מפני איש,
 און יעצט א יאר נאך זיי פטירה זהעט מען ליידער ווי די עדה האלט, ביי די מאמע מעשה וואס בדרך אגב האט זי זיך היינט מודה געווען אויף דע מעשים וואס מע האט איר חושד געווען, (און קוקטס מיר נישט אן מיטן שלעכטע בליקן אבער די זעלבע וואס האבן יעצט געשמירט די רעדער פון אלע צייטונגען אז זאלן זיין שטיל און די נושא פון כהנים און מירון ווי יעדער זעט האט קיינער נישט געברענגט הרב וואזנער'ס בריוו, און ווען מען איז ארויס קעגען ר' משה בראנסדופער איז געשטאטען העדה נגד ר' משה מיט וואס איז ר' יצחק ראזנבלאט מער ווי ר' משה, דאס איז אלעס וועגן די געלט וואס יעדער האט באקומען צו איז דאס דודי זילבערשלאג אדער שמואל חיים פאפנהיים, אזוי אויך דעמאלס האבן זיי געארבעט מיט גרויסע געלט צו שמירן די מדיא אז זי איז נישט שילדיג און מ'האט איבער געדרייט וועלטן, נישט אז איך נעם א צד וואס ס'איז געווען איך ברענג נאר א דוגמה, אין יעצט איז זי מודה אז זי האט יא געטוהן, און א מענטש איז נישט מודה זאכן וואס ער איז נישט באגאנגען), זענען די עדה ארויס מיט קול קורא'ס וכו' און ווען ס'קומט אויפן כבוד שמים איז שטיל על כבודכם מחיתם על כבודי לא מחיתם אזא זאך וואלט נישט פאסירט בימי הגאון ר' מאיר בראנסדופער וע"ז אנו דווים ובוכים,

ובעיקר די רשעות און פיין וואס דער מענטש איז אריבער יעדען טאג פון די חברי הנהלת העדה החרדית ווייל ער איז נישט געגאנגען און שפאן, ווי זיי האבן געוואלט און דאס בעט איך ווער ס'געדענקט א מעשה פון דעם גאון וצדיק ר' מאיר בראנסדופער זאל ביטע דאס אפשרייבן און ארויף לייגען אדער שיקן א אישי אדער א אימייל ולמצוה גדולה יחשב ויהיה לע"נ הטהורה

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 04/05/2010 06:12:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 02:12 לינק ישיר 

בנוגע די סאטמארע מחלוקה האט ער אזוופיל מאל מקיים געווען דעם לא תגורי
והדברים ידועים
בעיקר ביי די פרשה פין הצלת רבינו ז''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די ערשטע יארצייט פון פוסק הדור ר' מאיר בראנסדופער מיט די עדה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext