דאס איז איינע פון די אינטרעסאנט זאכן וואס איז פארגעקומען, ווען ר' יצחק טוביה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, איז ר' מאיר געווען זיין רעכטע האנט און יעדע שאלה וואס ער האט גהאט האט ער געפרעגט ר' מאיר, ווער ס'געדענקט נאך די בילדער יעדע וואך און כל העולם כולו, יעדע וואך איז ר' טוביה געווען ביי ר' מאיר און שטוב, איינמאל פאר א גט, איינמאל פאר א בהמה שאלה, וכו' וכו',
אבער ווען ער איז מער אריין און די עדה, האבן די חברי הנהלה זיכער געמאכט אז דאס זאל זיך ענדיגען ווייל זי האבן שוין געוויסט אז ר' מאיר האט פון זיי נישט מורא, און זיי קענען אים נישט זאגן וואס יא צו טוהן און וואס נישט, זיי האבן זיינע קינדער מיט אלע כוחות אוועק געשטיפט פון די עדה נישט אריין גענומען און קיין איין פאסטען וואס ער האט פאטרויטען שחיטה מקואות סת"ם אלעס פון פחד פאר דעם לא תגורו מפני איש,
און יעצט א יאר נאך זיי פטירה זהעט מען ליידער ווי די עדה האלט, ביי די מאמע מעשה וואס בדרך אגב האט זי זיך היינט מודה געווען אויף דע מעשים וואס מע האט איר חושד געווען, (און קוקטס מיר נישט אן מיטן שלעכטע בליקן אבער די זעלבע וואס האבן יעצט געשמירט די רעדער פון אלע צייטונגען אז זאלן זיין שטיל און די נושא פון כהנים און מירון ווי יעדער זעט האט קיינער נישט געברענגט הרב וואזנער'ס בריוו, און ווען מען איז ארויס קעגען ר' משה בראנסדופער איז געשטאטען העדה נגד ר' משה מיט וואס איז ר' יצחק ראזנבלאט מער ווי ר' משה, דאס איז אלעס וועגן די געלט וואס יעדער האט באקומען צו איז דאס דודי זילבערשלאג אדער שמואל חיים פאפנהיים, אזוי אויך דעמאלס האבן זיי געארבעט מיט גרויסע געלט צו שמירן די מדיא אז זי איז נישט שילדיג און מ'האט איבער געדרייט וועלטן, נישט אז איך נעם א צד וואס ס'איז געווען איך ברענג נאר א דוגמה, אין יעצט איז זי מודה אז זי האט יא געטוהן, און א מענטש איז נישט מודה זאכן וואס ער איז נישט באגאנגען), זענען די עדה ארויס מיט קול קורא'ס וכו' און ווען ס'קומט אויפן כבוד שמים איז שטיל על כבודכם מחיתם על כבודי לא מחיתם אזא זאך וואלט נישט פאסירט בימי הגאון ר' מאיר בראנסדופער וע"ז אנו דווים ובוכים,
ובעיקר די רשעות און פיין וואס דער מענטש איז אריבער יעדען טאג פון די חברי הנהלת העדה החרדית ווייל ער איז נישט געגאנגען און שפאן, ווי זיי האבן געוואלט און דאס בעט איך ווער ס'געדענקט א מעשה פון דעם גאון וצדיק ר' מאיר בראנסדופער זאל ביטע דאס אפשרייבן און ארויף לייגען אדער שיקן א אישי אדער א אימייל ולמצוה גדולה יחשב ויהיה לע"נ הטהורה
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 04/05/2010 06:12:22
 |
|
|