לתועלת הענין, כדי מ'זאל קענען זאגן הערות גרינגערהייט, לייגן מיר דא איבער די שערורי' איבער סי. אר. סי.:
יזדעזע העולם ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה
שוידערליכער אויפדעקונג!
עס רייסט ביים הארצן פון יעדן ערליכן איד אין אמעריקע, ווען עטליכע כשרות-משגיחים און חשובע תלמידי חכמים מנאמני הכשרות בארה"ב האבן אנטדעקט א שרעקליכן מכשול וואס האט זיך אפגעשפילט הונטער די קוליסן, און איז ליידער פארהוילן געווארן פונעם ברייטן ציבור יראי ה', מדקדים בכשרות.
מעשה שהי' כך הי':
עס איז פאר אלעמען באקאנט די "חוסטער לאקשן פירמע", וועלכע שטייט אונטער די השגחות פון די פאלגענדע צוויי ארגאניזאציע-השגחות: "או-יו" (ou) און "סי. אר. סי" (crc).
אין די לעצטערע תקופה האבן א קבוצה פון געקליבענע תלמידי חכמים, מנאמני הכשרות בארה"ב – מיטן מיטהילף פון הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי ועד הכשרות שע"י העדה החרדית בארצינו הק' – געהאלטן א וואכזאם אויג אויף די צוויי א.ד. ארגאניזאציעס, נאך אומצאליגע מכשולות און א גאר-לויזע ווירטשאפט מיט וואס זיי האבן זיך ליידער "אויסגעצייכנט", לדאבון לב יראי ה'.
מיט א קורצע צייט צוריק האבן זיי זיך ווידעראמאל איבערצייגט אז זייערע חששות זענען ליידער נישט קיין איבערגעטריבענע, ווען עס איז אנטדעקט געווארן, אז די צוויי א.ד. ארגאניזאציעס האבן געגעבן אן "השגחה"... אויף א קאמפאני וועלכע האט פראדוצירט זייערע פראדוקטן – אזוי ווי רוב היינטיגע פראדוקטן – ביי א גויאישע פירמע, און די חמצ'דיגע מאכלים, ווי לאקשן, זופ מאנדלען, א.א.וו. זענען פראדוצירט געווארן אום סאמע שביעי של פסח!!!...
עס שוידערט אויף א יעדן רעכטדענקיגן מענטש, געוואויר צו ווערן אז אזאנס האט געקענט פאסירן.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין די אפטייטש פון אזא מכשול:
1) די פראדוקטן זענען רעכטע "חמץ" געמאכט געווארן "אום פסח", ווען עס ווערט ווארשיינליך פארקויפט אלס "געבאקן נאך פסח".
2) יעדער ווייסט אז ווען מ'מאכט א פראדוקט ביי א גוי'אישע קאמפאני דארפן די משגיחים פונעם הכשר אראפ פארן און כשר'ן די כלים, און זיכער מאכן אז עס ווערט נישט אויסגעמישט מיט טריפה'נע פראדוקציעס.
אצינד אז דאס איז געמאכט געווארן אום שביעי של פסח, פארשטייט יעדער אז קיין משגיח איז נישט געווען דארט! און דאס פארמאגט א חותם פון ביידע הכשרים!!! (און ווערט פארקויפט ביי אונז אין די געשעפטן "ויאכלו ענוים וישבעו")
עס איז נישט קיין פרייד ביי אונז אז מען האט געפינען א מכשול ביי א בעל מכשיר, עס איז א ווייטאג! עס ווייטאגט דאס הארץ אז אונטער אונזער רוקן ווערט אנגעפירט השגחות וועלכע ווערן געפירט דורך בלויזע געלט-ליב-האבנדע "בעלי בתים" - אונטער א גאר שוואכן אויפזיכט פון די ערליכע רבנים דארטן - און די תוצאות דערפון זענען אזאנע וואס קיינער וויל זיך נישט פארשטעלן!
אט זעהט בייגעלייגט די בילדער פון די זיגלען, וואו עס ווערט איבערצייגט די דאטום פון די פראדוקציע:
כדי איר זאלט דאס פארשטיין, איז וויכטיג צו מסביר זיין, אז די פראדאקשנס ווערן געמאכט מיט "קאוד" נומערן וועלכע פרעזענטירן דעם דעיט, און נאך איינצעלהייטן.
אין אונזער פאל, איז דער דעיט געזיגלט אלס "95", וואס אינעם לינק וואס מיר ברענגען דא אראפ קענט איר זעהן די באשיידונג פון דעים קאוד-דעיט.
http://www.timeanddate.com/calendar/custom.html?year=2010&month=4&country=1&doy=1&typ=1&display=1&df=1