מנהל עס איז שוין דא אן אשכול דערוועגן,
און בכלל דער ארטיקל באציהט זיך צו די דברים של טעם וואס ביבער שרייבט
אזוי ווי דער ליבאוויטשער שטערט עס געפערליך. וועל איך עס דא איבערלייגן, ביז דער מנהל מאכט עס צו, זאל מען עס כאטש זעהן דא אויך
איך האב בעטראכט די מלאכת מחשבת פון נטרונא, קודם די "עד פון וואשינגאטאן פאוסט" דערנאך די וועבסייט, מיט אלע חומר, דאקומענטאן, קשיות און תירוצים, ווידיאו קליפס, בפרט די קליפ פון מעדיסאן סקווער גארדען ווי די רביה"ק איז געקומען בשארית כוחותיו, ס'האט זיך מיר אנגעצונדען א שטיקעל פייער'ל כאטשיג אין בין נישט קיין גרויסע תנא קמא, די מחשבות האבן זיך מיר גענומען פיבערן, אזש וואו בין איך? , און לאז מער טאקע ליפטערן מיינע געדאנקען; עס ב"ה היינט דא אסאך חסידות'ער און יעדער מיט זיינע קפידות, מנהגים, אחוץ די פשוטע תרי"ג מצות, פארלאנגט כמעט יעדע חסידות אירע אייגענארטיגע קפידות, וואו למשל סקיוורא, בעלז, ביז די גאר ווייטע ליבאוויטש, עס מעג אויסקוקן גאנץ מאדנע ביי אנדערע אידן, צו זעהן וואו א ליבאוויטשער טוט אן תפילין אויף די מענהעטן גאסן, בעט זיך ביי א...צו שאקלען לולב, פארט אין די הרי חושך פאר שליחות'ער, טרעפט זיך מיט פרעזידענטען פון אלע מדינות, צינדען אן מנורות אינמיטען די רוישיגע גאסן,לערנט פאר ליקוטי אמרים נאך פאר תורה צוה לנו משה, ווי מאדנע די זאכן קוקען אויס אבער למעשה ווערט דאס אויסגעפירט מיט א שטאלץ! משא"כ אין סאטמאר איז מען גארנישט תובע אחוץ פשוטע שמירת התורה והמצות: נישט ווי אזוי צו גיין מיט די פיאות נישט וועלכע הוט נישט קיין גארטעל במשך דעם טאג נישט מיט וועלכע שיך/שטיוועל אנצוטוהן נישט לערנען דייקא ספרי חסידות פון אונזער גזע נישט דא קיין שום מנהג אדער ספעציעלע קפידא וואס וועט פארסירט, נישט דא קיין שום מאדנע אויפירונג וואס מען דארף פארענטפערן. איין זאך: ציונית אמונה דארף זיין הונדרעט פראצענט אויסגעהאלטען, אזוי איז געוועהן די דעת פון אלע גדולי ישראל אקעגן ציונית, טא שטעלט זיך א פראגע פארוואס איז מען נישט שטאלץ מיט די שיטה? דער אנדערער חסיד שוטה איז פעלזן פעסט, שטייט און פארענטפערט שטותים והבלים, פערדעריי און בהמה'עריי, און די סאטמערער חסיד וואס רעפרעזענט אמונה , שכל הישר, גראדע אידישקייט, איז מען קליג, חכמים, ברייטע קעפ, מיר האבן היינט אינגעלייט בעלי כשרונות, פאליטישע באבאכטער, בלאגערס, מארקעטערס, גראפיסטען, ווערטעל זאגערס, יוא טאובס לייגערס,קאנטאקטען מיט דזשורנאליסטען, טוויטער אנפירערס, פארוואס לייג נישט יעדער צו א האנט אז שיטת רביה"ק זאל האבן די מאקסימום דעקונג? נטרונא'ס ארבעט איז באמת הערליך אבער קען זיין גאר שטערקער מיט די נעץ פון אינגעלייט.
 |
|
|