בית פורומים כל העולם כולו

ווי איז ליבאוויטש ??? - הצלת רובאשקין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/5/2010 23:10 לינק ישיר 
ווי איז ליבאוויטש ??? - הצלת רובאשקין

ווי באקאנט הייסט אין די וועלט אז ליבאוויטש האט די גרעסטע קאנעקשאנס מיט אלע פרעזידענטן און פאלעטישנס, וכדו'

זיי האבן אפי' א אייגענעם רב אין ווייט הויז, אלע פאלעטישענס פיקטשערן זיך מיט זיי, מען כשר'ט די קאך פונעם ווייט הויז צו מאכן א פארטי מיט זיי, דער פרעזידענט צינדט די מנורה, זיי פירן א סדר מיטן פרעזידענט, און אלע קאורט הייזער לייגט מען חנוכה א מנורה צוליב זיי, וכו' וכו'.

אזוי אויך ווען מען רעדט פון געלט האבן זיי מיליאנען, איבעראל אין די גאנצע וועלט אייגענע בתי מדרשים, ווען עס פארגליסט זיך זיי אריינצולייגן פיקטשערס פון רעבי אויף ריזיגע ביל באורדס אדער באס סטאפס, איז דא געלט דערפאר, וכו' וכו'.

 

וואס עס איז אינטערסאנט איז, עס האנדלט זיך יעצט די פרשה פון ר שלום מרדכי רובאשקין, א עכטער ליבאוויטשער חסיד, אלץ געגעבן געלט פאר זיי, אבער פלוצלינג יעצט ווען ער איז אין אן עת צרה, קומען נישט די אלע ליבאוויטשע שישקעס העלפן.

די לעגאלע פראנט ווערט אנגעפירט דורך הרב ליפשיץ, א ליטוואק פון מאנסי, דער רעדאקטער פונעם יתד, (וואס ווי באקאנט זענען די ליטוואקעס קיינמאל נישט גיט געווען מיט ליבאוויטש), א עכטער געטרייער עסקן לש"ש, אזוי אויך די געלט ווערט אנגעפירט דורך ר' אברהם יצחק פלאר פון ק"י, (וואס ווי באקאנט זענען די סאטמארע קיינמאל נישט גיט געווען מיט ליבאוויטש), שטעלט זיך די פראגע ווי זענען זיי, פארוואס טוען זיי גארנישט, עס איז דאך זייער אייגענע בלוט און פלייש.

 

נאר דער תירוץ איז אז אלעס איס איין גרויסע זייפן בלאז, זיי פארשטייען גיט צי PR אבער אויף למעשה גארנישט, זיי זענען בלויז כבוד שמעקערס און העלפן א צווייטן ווייסן זיי נישט.

ליצים זאגן אז אפשר קענען זיי באשטיין אז ער זאל זיצן, ווייל אזוי וועלן זיי האבן א "שליח" אין תפיסה!

 

לאמיר אלע טאקע ארויסווייזן אונזער געטריישאפט און העלפן א איד בעת צרה דורך ארויסהעלפן מיט גרויס געלט יותר מכפי יכולת.

 

נ.ב. בדרך אגב כאפט א שמייכל!!!

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2785607&whichpage=1&forum_id=21016

 




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/5/2010 23:31 לינק ישיר 

ס'איז א שקר אז ליובאוויטש טוט גארנישט. גראדע האט ליובאוויטש געטאן זייער אסאך. נאר א דאנק זיי האט זיך דער מצב געטוישט אויף פי אר פראנט און מען האט אנגעפאנגען צו זען פארווע אדער פרא-רובאשקין ארטיקלען אין געוויסע צייטונגען און נאר א דאנק זיי זענען געקומען די אלע בריוון פון די אטוירני דזשענעראלס וכדו' וועלכע האבן אויפגעטאן דאס מערסטע פון אלע.

די אלע געניאלע איינפאלן אין דעם קעיס זענען געקומען דווקא פון ליובאוויטש.

אמת טאקע אז עס זענען דא געוויסע אין ליובאוויטש וואס שטייען אין די זייט און טוען גארנישט, און זיי דארפן קריטיקירט ווערן דערפאר, אבער מען קען נישט וועגן דעם באשולדיגן א גאנצע חסידות, ווייל פון די אנדערע זייט זענען דא א שיינע פאר עסקנים (ווי למשל ראביי ליפסקער און צבי באיארסקי) וועלכע ארבעטן זייער שווער און איבערגעגעבן לטובת הענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 00:00 לינק ישיר 

(נוטראלער די ערשטע מאל א נארמאלער אשכול פין דיר)
 
צום ענין:
די ערשטע העלפט ביזטו זיכער גערעכט ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס מ'דארף אזוויפיל שנארען 'פאר געלט' ביי אינזער עולם פארוואס מאכען די ליבאוויטשער נישט קיין באמבאסטישע אקציע פאר זייער בלוט אין פלייש
אבער דאס נישט זיין קיין טענה ביי קיינעם פארוואס נישט צו געבן

פדיון שבוים איז יעדן מחייב

ווייזט ארויס אייער ווארימקייט היינט נאכט אין קרן ויואל משה אין קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווי איז ליבאוויטש ??? - הצלת רובאשקין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext