בית פורומים אידישע געדאנק

ווי איז ליבאוויטש ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/5/2010 23:13 לינק ישיר 
ווי איז ליבאוויטש ???

ווי באקאנט הייסט אין די וועלט אז ליבאוויטש האט די גרעסטע קאנעקשאנס מיט אלע פרעזידענטן און פאלעטישנס, וכדו'

זיי האבן אפי' א אייגענעם רב אין ווייט הויז, אלע פאלעטישענס פיקטשערן זיך מיט זיי, מען כשר'ט די קאך פונעם ווייט הויז צו מאכן א פארטי מיט זיי, דער פרעזידענט צינדט די מנורה, זיי פירן א סדר מיטן פרעזידענט, און אלע קאורט הייזער לייגט מען חנוכה א מנורה צוליב זיי, וכו' וכו'.

אזוי אויך ווען מען רעדט פון געלט האבן זיי מיליאנען, איבעראל אין די גאנצע וועלט אייגענע בתי מדרשים, ווען עס פארגליסט זיך זיי אריינצולייגן פיקטשערס פון רעבי אויף ריזיגע ביל באורדס אדער באס סטאפס, איז דא געלט דערפאר, וכו' וכו'.

 

וואס עס איז אינטערסאנט איז, עס האנדלט זיך יעצט די פרשה פון ר שלום מרדכי רובאשקין, א עכטער ליבאוויטשער חסיד, אלץ געגעבן געלט פאר זיי, אבער פלוצלינג יעצט ווען ער איז אין אן עת צרה, קומען נישט די אלע ליבאוויטשע שישקעס העלפן.

די לעגאלע פראנט ווערט אנגעפירט דורך הרב ליפשיץ, א ליטוואק פון מאנסי, דער רעדאקטער פונעם יתד, (וואס ווי באקאנט זענען די ליטוואקעס קיינמאל נישט גיט געווען מיט ליבאוויטש), א עכטער געטרייער עסקן לש"ש, אזוי אויך די געלט ווערט אנגעפירט דורך ר' אברהם יצחק פלאר פון ק"י, (וואס ווי באקאנט זענען די סאטמארע קיינמאל נישט גיט געווען מיט ליבאוויטש), שטעלט זיך די פראגע ווי זענען זיי, פארוואס טוען זיי גארנישט, עס איז דאך זייער אייגענע בלוט און פלייש.

 

נאר דער תירוץ איז אז אלעס איס איין גרויסע זייפן בלאז, זיי פארשטייען גיט צי PR אבער אויף למעשה גארנישט, זיי זענען בלויז כבוד שמעקערס און העלפן א צווייטן ווייסן זיי נישט.

ליצים זאגן אז אפשר קענען זיי באשטיין אז ער זאל זיצן, ווייל אזוי וועלן זיי האבן א "שליח" אין תפיסה!

 

לאמיר אלע טאקע ארויסווייזן אונזער געטריישאפט און העלפן א איד בעת צרה דורך ארויסהעלפן מיט גרויס געלט יותר מכפי יכולת.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/6/2010 22:16 לינק ישיר 

נישט ריכטוג
קודם איז נישט קיין שום וועג זיך צי גרויסן מיט "איך יא" "די נישט" עס איז קינדיש און נישט אידישלעך, אויב עפעס נעמט עס אראפ אביסל פון די חשיבת המצוה, אזוי ווי עס איז א באשיידנע אקט פון א סאטמערע איד אדער פון א ליטווישע איד צי טון פאר א צווייטע איד בלויז ווייל ער איז א איד, די זעלבע איז אויך באשיידען אז מען גרויס זיך נישט מיט אייגענע מצוות, און נאך דערצי אז מען מאכט קיינעם נישט קליין דערמיט, יעצט לעצם הענין איך ווייס נישט צי זיי טיען יא צי נישט לטובת ראבשקין, וואס איז זיכער איז אז ביי א קאמפיין און סאטמאר אדער ביי די ליטווישע וואלט איך נישט ערווארט ציזען קיין ליבאוויטשע עסקנים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 18:36 לינק ישיר 

ווען איז די מסיבה אין קראון הייטס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 09:35 לינק ישיר 

Pidyon Shvuyim Fund
53 Olympia Lane
Monsey NY 10952

http://justiceforsholom.org/

http://justiceforsholom.org/donate



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 05:12 לינק ישיר 

ווי קען מען שיקען געלט פאר די פדיון שבוים קעיס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 04:31 לינק ישיר 

די זעלבע זאך ווען ס'איז ערשינען די קול קורא לטובתו קוק די הויפט חותנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 02:20 לינק ישיר 

איך האב נישט געזאגט אז זיי זיצן מיט פארלייגטע הענט!

בעיקר האב איך געזאגט אז די הויפט עסקנות פאר אים ווערט אנגעפירט דורך א סאטמארער איד, מיט א ליטוואק.

וואס לויט זייער PR וואלטן זיי נישט געדארפט אנקומען אהער, זיי האבן דאך די גרעסטע קאנעקשענס.




רבותי מאכט אויף די טאשן און זייט מנדב גרויסע סכומים,



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/5/2010 23:19 לינק ישיר 

ווער האט דיר מגלה סוד געווען אז לבאוויטש זיצט מיט פארלייגטע הענט?

גראדע פירט לבאוויטש אין קראון הייטס א מעכטיגע קאמפיין לטובתו. אפילו ער האט געהאט אסאך אסאך שונאים אינערהאלב לבאוויטש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווי איז ליבאוויטש ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext