דעם פארגאנגענעם שבת פ' אמור איז פארגעקומען א הערליכע שבת פון צווישן אנ"ש בראשות הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א אין בית המדרש דחסידי באבוב אין ירושלים.מוצש"ק איז פארגעקומען דער "מנהג הדלקה" אויף רחוב פנינה אין פארינט פון בית מדרשינו ווי הונדערטער באבובער חסידים ובחורים האבען געזונגען און געטאנצט לכבוד היום.
זונטאג ל"ג בעומר איז דער שליט"א געפארן קיין מירון ווי אנ"ש האבן געזאגט צוזאמען תהלים און אויך געטאנצט לכבוד הילולא. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין "הכנסת אורחים דבאבוב" אין מירון.
דער רב שליט"א האט באזוכט ביי די גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א בארה"ק , און פאר זיי געשאנקן זיין נייעם חיבור "בינת התוספות" פון 7 כרכים
די סדר פון די באזוכן
פרייטאג פ' אמור
כ"ק הגאב"ד ירושלים שליט"א
הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד
הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
ביים מחותן הרה"צ ר' משה ארנסטר שליט"א
מאנטאג פ' בה"ב
הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א חבר הבד"ץ
הגאון ר' מאיר הייזלער שליט"א ר"י עמק התלמוד
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
הגאון הגדול הישיש הרב אלישיב שליט"א
דינסטאג בה"ב
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א
הגאון ר אלי חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ דקהלתנו
כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווי דער באזוך איז געווען באלד א שעה צייט
מיטוואך בה"ב
הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי הרב וואזנער שליט"א
הגאון הגדול ר' חיים קניבסקי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א בארה"ק
דער רב שליט"א האט באזוכט די באבובער בתי מדרשים, אין ירושלים, בני ברק, ביתר, אלעד
דער רב שליט"א האט באזוכט די מוסדות און כוללים, ווי דער רב האט משמיע געווען דברי תורה
מאנטאג
אין ירושלים: דרשה אין ישיבה קטנה דבאבוב
אין ביתר: מסיבת לחיים ודרשה בבית המדרש דחסידי באבוב
דינסטאג
אין ירושלים: דרשה פאר תלמידים פון כתה ט' ישיבה מכינה
אין ירושלים: דרשה אין כולל אברכים דבאבוב
מיטוואך
אין אלעד: שיעור הלכה אין פארטאגס כולל, און נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים
אין בני ברק: דרשה אין כולל אברכים דבאבוב
דער רב שליט"א איז געווען:
פרייטאג פ' אמור, אין דעם "היכל התורה" אין ירושלים, וועלכער איז אויפגעשטעלט געווארן לעילוי נשמת הטהורה פון הייליגן רב זי"ע, בנדיבת הנגיד ר' שלמה אבספעלד
זונטאג נאכט פ' בה"ב , ביי די חתונה פון די קינדער פון ר' יוסף זיידמאן פון ב"פ און ר' ארי' שינבך פון ב"ב אין בני ברק, און ביי די חתונה פון בת ר' אשר יאקאבאוויטש פון ירושלים
מאנטאג פ' בה"ב, ביי די "הקמת מצבה" פון הרבני הנגיד ר' חיים שלאף ע"ה פון וויען
מיטוואך פ' בה"ב, באזוכט ביי פון ידידינו הרה"ח מזקני חסידי באבוב הרבני הנגיד ר' יושע הלר שליט"א אין בני ברק
אכסניות:
אין ירושלים ביי הרב שמעון גוטליעב שליט"א
אין בני ברק ביי הרב חנוך סגל שליט"א