| נשלח ב-7/5/2010 01:47 |
|
| |
הערות באשכול הכשרות
אזוי מען קען נישט מגיב זיין אינעם אשכול, עפן איך אן עקסטערן אשכול פאר די הגהות
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 18:42 |
|
| |
א גוט יאר אייך, אדם אמיתי זיי אזוי גוט און שרייב אלע דעטאלן פון דיין געשיכטע, ווען, וואס, און וואו און מיר וועלן מיר פרובירן נאכצוגיין און מברר זיין ביי די חשובע עוסקים בצרכי כשרות המאכלים שליט"א תזכה למצוות
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 14:29 |
|
| |
הולך לבג"ץ, האסט שוין אויסגעפונען
דאס קינד דערציילט מען האט דארט אין קעמף שוין געטיילט עפעס א פרישע עסען וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.
ווייסטו פון דעם
ווייסטו אויב די כשרות פירער זענען מסכים מיט דעם
כמוז דיר זאגען אז עס זעט נישט אויס ווי איינעם גייט אן כשרות חוץ פון די שרייבערלעך און פראפאגאנדיסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2010 22:41 |
|
| |
הולך לבגץ,
מקויפט יא פון שטערן'ס סיי אין די קעמפס און אויך אין שטאט. מיין קינד איז אין מיידל קעמף. פרעג זיך גיט נאך.
כשרייב וועגען קעז, טעמו בחטים והודו לו בשעורים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2010 02:33 |
|
| |
א דאנק פאר די משיבים במקומינו.
די סיבה פארוואס מיר זענען נישט געווען געטריבן צו ענטפערן, איז צוליב וואס עס איז אונז פשוט שווער צו ענטפערן אין איין נושא אזויפיהל מאל די זעלבע ווערטער. ווילאנג עס איז אפירגעקומען פרישע סארט טענות האבן מיר זיך אנגעשטרענגט צו ענטפערן, אבער דא איז עס שוין נישט געווען אזוי.
די לעצטע תגובה פון הרב נוטראלער וואו ער האט - זעענדיג אז מיר זענען משיב על דבריו - אויסגעדרייט דעם שמועס צו א נייע סארט גאנג, נעמליך מיט נייע שאלות ותשובות אויף אנגעבליך-אנגעפרעגטע שאלות, דאס איז געזעהן געווארן ביי אונז ווי א פשוטער מיטל צו קענען איבערזאגן אלטע רייד אן זיך צו דארפן באציען אויף די תשובות וועלכע האבן שוין אייגענטליך אלעס אפגעענטפערט. און אזוי האט זיך דאס טאקע געליינט.
מיר זענען אבער נתעורר געווארן אז מיר האבן פארפעלט צו פארענטפערן דאס וואס מיר האבן געשריבן אז א היימישע השגחה גיט נישט קיין השגחה בלינדערהייט, וואס אויף דעם איז געוווען די טענה אז מ'זעהט יא געוויסע פראדוקטן וועלכע דארפן נישט קיין הכשר און זיי האבן א זיגל, און די הנחה פון אונזער צד שכנגד דא איז געווען אז דאס איז די סדר פון די דיסטריביוטער כדי די אייטעם זאל גיין בעסער.
עס איז ווייטאגליך אז מ'קען אפילו אזוי קלערן אויף א הכשר, אז זיי גיבן זייער זיגל בלויז כדי דער דיסטריביוטער זאל קענען פארדינען דערויף, אין די צייט וואס דער בעל מכשיר האט נישט צוגערירט אדער צוגעלייגט אן אויג אויף דעם פראדוקט. און עס איז פשוט פארשטענדליך אז אין פאקט איז עס נישט אזוי.
מיר וועלן בעז"ה אנפרעגן ביי די וואלאווע'ר הכשר וואס די הכשר ביי די בונדלעך זענען, מפי השמועה ווייסן מיר אז עס זענען פארהאן 2 סארט בונדלעך, גרעיד עי און גרעיד בי, און די הכשר באשטעטיגט אז די בונדלען זענען גרעיד עי, ביי וועלכע די ווערים זענען ווייניגער מצוי.
מיר האבן אויך אנגעפרעגט ביי די ועד הכשרות אין קר"י צו זיי גיבן א זיגל/הכשר אויף א מעיל קאמפאני, און יא, עס איז ריכטיג, און אויף אונזער פראגע וואס מען איז דארט מכשיר, האבן זיי פארגעלייגט צוויי זאכן: איינס, די (אידישע) קאמפאני פאקט עס איבער, און בעפארן פאקן זופן זיי דאס, צו זיין פארזיכערט אז די ווערים זאלן זיין דארט וואס ווייניגער מצוי (אבער: מען מוז דאס אויך איבערזופן אינדערהיים, ווייל עס קען ווערן ווערעמיג ליגנדיג). צווייטנס, איז די הכשר אז די מעיל איז ישן.
לסיום, מיר זעען אז ווער עס וויל - אדער ווער עס וויל נישט דוקא נישט - האט פארשטאנען וואס מיר זאגן, און גיבן א הכשר אויף א זאך וואס ווערט פראדוצירט אום יו"ט, איז א גאר-שטארקער ירידה אין די סטאנדארט פון א הכשר.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 19:35 |
|
| |
| נוטראלער כתב: |  | פראגע: למעשה ווי אזוי קען מען ארויפלייגן א זיגל געבאקן נאך פסח ווען למעשה איז דאס געמאכט געווארן אין פסח, און די צייט וואס רוב רובם ערליכע אידן פון כלל ישראל נעמען נישט אריין אין מויל קיין שום חמץ וואס איז געווארן פארקויפט אין חמץ ? תשובה: איר האט געזעהן א סטיקער געבאקן נאך פסח ?, אפשר קענט איר עס דא ארויפלייגן!. צווייטנס אפי' די וואס זענען מקפיד נישט צי עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז דאס דא נישט שייך ווי איך האב שוין געשריבן (סעיף ח') אפי' פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז ווי פארשטענדליך דא אנדערש, וויבאלד דער קפידה קומט פון דעם אז מען איז חושש אז אפשר האט עס דער איד נישט פארקויפט בלב שלם, וואס דא איז עס בכלל נישט שייך. למעשה זעה איך אז איר האט א טעות אינעם ענין פון נישט עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אום פסח, למעשה רוב רובם כלל ישראל עסן "יא" מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן, יא יא קוק נישט אזוי שארף, איך וועל דיר עס מסביר זיין, כמעט "אלע" סיריעלס ווערן געמאכט נאר איינמאל א יאר און דאס איז פאר פסח, און אלע חמצדיגע סיריעלס ווי צום ביישפיל אוטס פאפט וויד וכדו' זענען חמץ וואס זענען פארקויפט געווארן, אפשר זאגט איר מיר וויפיל אידן קענט איר וואס עסן נישט קיין שום סיריאל א גאנץ יאר צוליב דעם טעם, ווייטער אלע פראדוקטן וואס מען מאכט יא מער ווי איינמאל בלייבט איבער אין די געשעפטן און אזוי אויך ביי די דיסטריביוטערס א גרויסער סטאק פון פאר פסח וואס דאס ווערט ארויסגעלייגט אין זומער, ווי למשל מצה מעיל, די אלע קוקיס וואס האלטן זיך פאר לאנגע צייט, (נישט די פרישע פון אסטרייכער וכדו') למשל דזשעק ענד דזשיל, סענדוויטש וכדו', אזוי אויך פרעצלס וכדו', זופ מאנדלן וכו' וכו', וויפיל אידן קענט איר וואס קויפן נישט חודש שבט נאר אזוינע מאכלים וואס האבן א סטיקער געבאקן נאך פסח!, אמת עס זענען פארהאן אידן וואס זענען מקפיד אבער דאס איז נאר א מועט, און די אידן עסן נישט קיין לאקשן וואס מען קויפט קאמערצעל, דאס איז נאר ליתר שאת, ווייל ווי געשריבן אויבן איז דא בכלל נישט שייך די פראבלעם. |
|
איהר זענט נישט גערעכט. מ'דארף צו וואוסען אז ס'איז דא צוויי חלקים אין א מנהג. ס'איז דא דער עצם מנהג און דערנאך דער טעם פון דעם מנהג (וואס בדרך אגב, בדרך כלל - חוץ בהוראת שעה בשעת הדחק וכדומ', האט מען געוואוסט אז מען טאר זיך נישט רירן פון א מנהג אפי' אויב מען ווייסט נישט דעם טעם דערפון אדער צומאל אפי' אויב די טעם גייט שוין היינט נישט אהן)
כפי קט ידיעתי אי דער "מנהג" אז מ'עסט נישט פון פארקויפטע זאכען פון נאך פסח ביז שבועות.
יעצט די טעם המנהג איז טאקע ווי איהר ברענגט צוליב א חשש טאמער ס'איז נישט פארקויפט געווארן בלב שלם וכו'.
אבער יעצט לאמיר צוגיין צום טעם פארוואס די קפידא איז געוועהן "ביז שבועות". אויף דעם איז דא צוויי סיבות. די ערשטע איז ווייל מ'האט אזוי אפגעשאצט (אמאל ווען מען האט נישט געבאקען אזוי פיל קוואנטיטום) אז ביז שבועות איז שוין זיכער דא פון די נייע סחורה. לויט דעם וואלט איהר דאך געהאט א ריכטיגע טענה אז היינט ווייסען מיר אז מען באקט אויף סאך שפעטער און אפי' אים שבט איז דא סחורה פון ביפאר פסח. אבער מען קען נישט זאגען אז מען איז נישט מקיים די "עצם מנהג" טאמער די "טעם המנהג" איז נשתנה געווארן אויף אן אופן ווי ס'איז ממש אוממעגליך צו דערגיין די זמן האפיה
די צווייטע טעם ווערט געברענגט אז צווישן פסח און שבועות איז די זמן פון ספירה און תיקון המדות און הכנה לקבלת התורה, איז דאס א בחינה ווי עשרת ימי תשובה. און אזוי ווי ביי עשרת ימי תשובה טרעפט מען אז מען זאל מער מקפיד זיין אויף וואס מ'עסט ווי א גאנץ יאהר ווי עס ווערט געברענגט אין שו"ע נישט צו עסען פת פלטר חאטש א גאנץ יאהר איז מותר. די זעלביגע זאל מען מקפיד זיין אויף פארקויפטע חמץ נישט צו עסען "דווקא" צווישען פסח און שבועות צוליבען אויבען דערמאנטען חשש. אבער וויבאלד דער שבועות איז אדורך איז שוין נישט שייך דעם קפידא.
במחילת כבודכם אבער מיר קענען א שיינע ציבור אידען אדער אפשר גאר רוב מבני עירנו וואס זענען אויף דעם מקפיד!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 07:30 |
|
| |
*--[endif]* אזוי ווי מיין תיבה פרטית (אישי) איז איבערגעפילט געווארן מיט פארשידענע פראגעס, (איי פארוואס האט מען געפרעגט פונקט מיר? פרעג נוטראלער, כמיין אז ער איז עס געווען...) בנוגע נוטראלער'ס גאנצער דעבאטע דא איבערן די לעצטע אויפדעקונגען איבערן הכשר פון התאחדות הרבנים, וועל איך דא ארויפלייגן די אלע פראגעס, און עס פרובירן מסביר צו זיין ווי ווייט מעגליך:
פראגע: וואס איז פשט אז הכשרות האט געשריבן אז די פראבלעים איז אויך ביי זופ-מאנדלען? תשובה: ווייל אז דו וועסט קוקן זיינע תגובות אין אנהייב וועסטו זעהן, אז אין אנהייב האט מען געמיינט אז די פראבלעימען זענען 2, איינס די חמץ פראבלעים און איינס די השגחה פראבלעים, דעריבער זעהט אויס האט ער נישט מדייק געווען נאכצוגיין פונקטליך פון וועלכע פראדוקט מען רעדט, ווייל ס'איז מילא איין נפק"מ צו ס'איז דעי חמץ צו יענע חמץ. שפעטער האט ער געשריבן אז לויט ווי רבנים זאגן איז די חמץ פראבלעים אראפ, און אין יענע צייט האט מען שוין טאקע גערעדט די גאנצע צייט נאר פון לאקשן. איך פארשטיי אז דו זעהסט ווי נוטראלער ברענגט יעצט ארויף אלטע שטיקלעך אויף וואס ער קען האבן קושיות, אבער פאר עפעס א סיבה האט ער דאס דעמאלס נישט געכאפט... ווייל דעמאלס האט ער אליינס מיטגעהאלטן וויאזוי די זאכן האבן זיך געדרייט, און הכשרות איז זייער גוט מיטגעגאנגען מיט אלע פאקטן וואס זענען אפירגעקומען. אמת, אין אנהייב האט מען נישט געוויסט אלעס פונקטליך, אבער מיט די טעג איז אלעס קלאר געווארן, און דעמאלט האט מען טאקע שוין גערעדט פון די זאכן וועלכע זענען ווייטער נוגע.
פראגע: אויב הכשרות שרייבט אז לאקשן דארף א הכשר והא ראי' אז מען גיט א זיגל, פארוואס גיט מען א הכשר אויף בונדלעך? ענטפער: דאס הייסט אז דו כאפסט נישט וואס נוטראלער טוט מיט דיר... ער כאפט זיך ארויף אויף א ווארט, און דאס דארף אלעס פארענטפערן... טראכט א מינוט, לאמיר זאגן אז ס'איז טאקע אזוי אז מ'גיט הכשרים אויף זאכן וואס מ'קוקט דארט גארנישט (גרופ וואן ווי זיי רופן עס דא), איז די זאך געענדיגט? ווער האט אפגעמאכט און ווען האט דאס פאסירט אז קאמערשל לאקשן איז געווארן א זאך וואס דארף נישט קיין הכשר? און לגבי צו ס'איז טאקע אזוי אז ביי די בונדלעך וכדו' גיט מען סתם אזוי א הכשר אן קיין פשט, דאס ווייס איך נישט, איך קען נישט די זאכן, וועל מיר ווארטן אויף הכשרות'ן.
פראגע: פארוואס איז נוטראלער אזוי מאריך אינעם ענין פון חמץ שעבר עליו הפסח? האט איינער געבויט אויף דעם? ענטפער: ניין, ווי געזאגט איז דאס נאר געווען א הוה אמינא אז די פראבלעים איז די חמץ, נאר היות מיט'ן אמת'ן פראבלעים האט נוטראלער א שטיקל פראבלעים, האט ער ליב זיך צו באציען אויף זאכן וואס מ'האט "אמאל" גערעדט... (אויש, שיעור פארגעסן: ס'האט נישט מיט אים.. מ'האט אים פשוט משוגע געמאכט אין אישי...) פראגע: וואס זאגסטו צו נוטראלער'ס רעאקציע אויף די מאיאנעיז? ענטפער: ס'איז זייער מאדנע. קודם האט עס געהאט פאסירט ביי קאמפאוט און נישט ביי מאיאנעיז.., שפעטער האט ער גערעדט צו די אנגעגעבענע נעמען און מ'האט אים געזאגט אז ס'איז לגמרי נישט אמת... א הארבער שטיקל נוטראלער! און זשאסט פאר די אינפא, איך האב גערעדט צו ר' מאיר יוסף, און ער האט מיטגעשטימט מיט יעדעס ווארט וואס הכשרות האט געשריבן. (פון זיך אליינס האט ער נישט אזוי געוואלט רעדן דערפון, און איך פארשטיי אז ער האט א פראבלעים צו פויקן מיט אזא מעשה, עס פעלט אים ווייניג אויס.. אבער ווען איך האב אין אנגעהויבן פארציילן האט ער מיטגעשטימט אויף די גאנצע זאך, און אויך מוסיף געווען אז זייט דעמאלס האבן זיי אויפגעהערט לייגן לעיבל'ס אויף די מאיאנעיז מיט די דעיט!!!) פראגע: וואס האלטסטו, ווער איז דער נוטראלער? איצא גליק, אדער ר' הלל וויינבערגער? ענטפער: קיינער פון זיי, ער איז סתם א זאלי וואס וויל פארטיידיקן זיין פארטיי. פונקט ווי זייער בוטשער איז ביי אים הייליג, אזוי איז ביי אים התאחדות. אן קיין פארוואס. (מיין מיינונג).
פראגע: וואס זאגסטו צו דעם וואס דער באצאלטער נוטראלער מאכט אוועק די פראבלעים פון נישט זיפן מעיל, צוליב וואס ס'איז פריש? ענטפער: קודם, ווער זאגט ס'איז פריש? ווייל איינער האט גע'חלומט אז ס'איז פריש פאר דעם ווערט שוין לאקשן כשר אן קיין הכשר? צווייטנס, ס'נישטא אזא זאך פריש. איך האב אנגערופן די ועד הכשרות פון עדה (זייער נומער: 01197-2-26700200) און געפרעגט צו ס'איז דא מעיל וואס מ'דארף נישט זופן, און צו זופן מעיל איז א חומרא אדער א חיוב, דער משיב איז געווען הר"ר יושע גראס דער מזכיר, און ער האט געענטפערט אז ער ווייסט אז געוויסע השגחות אין אמעריקא פארלאנגען נישט צו זופן, אבער מען האט שוין עטליכע מאל אויפגעוויזן, אז אפילו די בעקערייען וועלכע האבן געטענה'ט חי וקים אז זייערע מעיל זענען ריין, זענען "זייערע" משגיחים אהין געגאנגען און אויפגעוויזן אז ס'איז פול מיט ווערים, און ס'נישטא קיין שום היתר צו נוצן אומגעזופטע מעיל. איך ווייס אז נוטראלער גייט באלד שרייבן אז ער האט אריינגערופן צו די עדה און זיי ווייסן נישט פון וואס ער רעדט... אבער די עצה וועט זיין ווי הכשרות האט געשריבן, יעדער זאל זיי אנרופן און זיך אליינס איבערצייגן! צום שלוס וויל איך אריינלייגן נאך א בריוו וואס איך האב ערהאלטן: לכבוד פייוו בארא, איך האב געליינט נוטראלערס פארטיידיקונג אויף התאחדות, און איך שטוין ווי ער דרייט ארום אהער און אהין, זאג אים אז דער עולם וויל יעצט הערן איין זאך: התאחדות גיט א הכשר (דהיינו א הוראה למהדרין מן המהדרין עס צו עסן, ווי זיי שרייבן אין מפתח הכשרות) אויף אומגעזופטע מעיל?? יא אדער ניין?! אויב ניין, פארוואס איז די לאקשן אנדערש, אויב יא, גיבן זיי אונז צו עסן ווערים!! פינטל. שרייט אלע אויס מיט איצא'ן אינאיינעם: צו פארזיכערן אייער כשרות מאכט זיכער צו נוצן בלויז התאחדות......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2010 17:52 |
|
| |
אזוי מיין תיבה פרטית (אישי) איז איבערגעפילט געווארן מיט פארשידענע פראגעס, בנוגע אונזער גאנצער דעבאטע דא איבערן די לעצטע פרובירטע און דורכגעפאלענע שערורי' איבערן הכשר פון התאחדות הרבנים, וועל איך דא ארויפלייגן די אלע פראגעס, און עס פרובירן מסביר צו זיין ווי ווייט מעגליך:
1.
פראגע: די האסט טאקע פרובירט און עס איז דיר אפשר געלונגען צו פארענטפערן די מכשול פון די "לאקשן", אבער וואס טוט זיך מיט די "זופ מאנדלן", אינעם ארטיקל פון הכשרות שרייבט ער אז די זעלבער פראבלעם איז מיט די "זופ מאנדלן", ביי דעם איז דאך נישט שייך די אלע תירוצים ווי גרופ 1 ווייל דאס האט דאך שוין יא אסאך אינגרידיענטס אזוי אויך באקט מען דאס איז עס פת עכו"ם ?
תשובה: לייענדיג אייער פראגע, האב איך קודם נישט פארשטאנען וואס איר ווילט דא, ווייל לויט וויפיל איך געדענק האט מען גערעדט נאר פון לאקשן, אזוי אויך איז געווען צוגעברענגט א בילד פון א לאקשן לעבל, ממילא וואס ווילט איר פון זופ מאנדלן. האב איך אויפגעמישט יענעם אשכול און טאקע געזעהן ווי עס שטייט דארט בזה הלשון, די חמצ'דיגע מאכלים, ווי לאקשן, זופ מאנדלען, א.א.וו. זענען פראדוצירט געווארן אום סאמע שביעי של פסח!!!... זעענדיג דאס בין איך געווארן נבהל ונשתומם, אזוי ווייט צו פארפירן דעם עולם, דאס אז אז מען שטעלט אן א פנים כאילו אלע לאקשן זענען געמאכט געווארן אום פסח, און נישט אויסזאגן אז דאס איז נאר די קאמערציאלע, מורא האבענדיג אז דערמיט וועלן מענטשן דערגיין אז עס איז פארהאן צוויי ערליי לאקשן, און די קאמערציאלע זענען נאר מעיל און וואסער וואס דארף אפי' נישט קיין השגחה, נאר נאכדעם וואס מען קומט און מען פארציילט דאס פארן עולם איז עס בעל כרחו יענה אמן, דאס איז איין זאך, אבער אזוי ווייט גיין און זאגן אז די "זופ מאנדלן א.א.וו. זענען אויך געמאכט געווארן אום פסח, וואס אויף דעם קען מען אפי' נישט ברענגן א לעבל צו צומישן די מוחות, דאס האב איך מיר שוין נישט גערישט, ע"כ אז איר פרעגט וואס עס איז געווען די מעשה מיט די זופ מאנדלן, עס איז א פשוטער אויסגעזויגענער שקר פון פינגער. וד"ל ואכמ"ל.
2.
פראגע: אויב לאקשן דארף נישט קיין הכשר דעמאלטס פארוואס לייגט מען אפי' דערויף א הכשר ?
תשובה: איך האב דאס שוין גענטפערט, אז דער סדר ביי די היינטיגע דיסטרוביוטערס איז אז אויף יעדע זאך וואס איז כשר לייגט מען א הכשר, אפי' דאס איז א פראדוקט וואס דארף נישט קיין הכשר, א שטייגער ווי בונדלעך מיטן הכשר פון וואלאווע, אפי' עס שטייט אויפן יעדען פעקל אז עס איז אינו בדוק וצריכן בדיקה מתולעים
3.
פראגע: למעשה ווי אזוי קען מען ארויפלייגן א זיגל געבאקן נאך פסח ווען למעשה איז דאס געמאכט געווארן אין פסח, און די צייט וואס רוב רובם ערליכע אידן פון כלל ישראל נעמען נישט אריין אין מויל קיין שום חמץ וואס איז געווארן פארקויפט אין חמץ ?
תשובה: איר האט געזעהן א סטיקער געבאקן נאך פסח ?, אפשר קענט איר עס דא ארויפלייגן!. צווייטנס אפי' די וואס זענען מקפיד נישט צי עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז דאס דא נישט שייך ווי איך האב שוין געשריבן (סעיף ח') אפי' פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז ווי פארשטענדליך דא אנדערש, וויבאלד דער קפידה קומט פון דעם אז מען איז חושש אז אפשר האט עס דער איד נישט פארקויפט בלב שלם, וואס דא איז עס בכלל נישט שייך.
למעשה זעה איך אז איר האט א טעות אינעם ענין פון נישט עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אום פסח, למעשה רוב רובם כלל ישראל עסן "יא" מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן, יא יא קוק נישט אזוי שארף, איך וועל דיר עס מסביר זיין, כמעט "אלע" סיריעלס ווערן געמאכט נאר איינמאל א יאר און דאס איז פאר פסח, און אלע חמצדיגע סיריעלס ווי צום ביישפיל אוטס פאפט וויד וכדו' זענען חמץ וואס זענען פארקויפט געווארן, אפשר זאגט איר מיר וויפיל אידן קענט איר וואס עסן נישט קיין שום סיריאל א גאנץ יאר צוליב דעם טעם, ווייטער אלע פראדוקטן וואס מען מאכט יא מער ווי איינמאל בלייבט איבער אין די געשעפטן און אזוי אויך ביי די דיסטריביוטערס א גרויסער סטאק פון פאר פסח וואס דאס ווערט ארויסגעלייגט אין זומער, ווי למשל מצה מעיל, די אלע קוקיס וואס האלטן זיך פאר לאנגע צייט, (נישט די פרישע פון אסטרייכער וכדו') למשל דזשעק ענד דזשיל, סענדוויטש וכדו', אזוי אויך פרעצלס וכדו', זופ מאנדלן וכו' וכו', וויפיל אידן קענט איר וואס קויפן נישט חודש שבט נאר אזוינע מאכלים וואס האבן א סטיקער געבאקן נאך פסח!, אמת עס זענען פארהאן אידן וואס זענען מקפיד אבער דאס איז נאר א מועט, און די אידן עסן נישט קיין לאקשן וואס מען קויפט קאמערצעל, דאס איז נאר ליתר שאת, ווייל ווי געשריבן אויבן איז דא בכלל נישט שייך די פראבלעם.
4.
פראגע: וועגן די מאיענעיז פארלייקנסטו, אבער די קאמפאט ביסטו יא מודה נא דאס איז ביי דיר נישט גענוג ?
תשובה: איך האב בכלל נישט פארלייקנט די מעשה, האר אזויפיל האב איך געשריבן אז דער מנהל רוחני האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נאר פון א מעשה מיט קאמפאוט, און הרב מאיר יוסף גראס שליט"א זאגט אז ער ווייסט נישט פון וואס איך רעדט (קען זיין ער וויל נישט רעדן דערפון), עכ"פ קיין געהעריגע מקור האב איך נישט דערצו.
דאס וואס איר פרעגט צו די קאמפאוט איז נישט גענוג, פון די קאמפאוט זעהט מען נישט גארנישט, דאס אז עס איז געשעהן א מכשול דאס מאכט זיך דאך ביי יעדעם, פרעג נאר יעדן משגיח כשרות אדער קויף די טעיפס פון הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א וועסטו הערן אז מכשולות מאכט זיך ביים שענסטן און בעסטן, יעצט פסח האבן מיר געהאט ווי א קאמפעני האט געלייגט אויף קאקא א זיגל פון הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א, וואס ער זאגט אז ער האט נישט געגעבן די הכשר, וכהנה רבות, דער עיקר ווען מען טרעפט די פראבלעם, וויאזוי מען באהאנדלט עס, וואס ביי די קאמפוט איז דא באהאנדלט געווארן אויפן בעסטן פארנעם.
5.
פראגע: ווער ביסטו איצא גליק אדער ר' הלל וויינבערגער אליין אדער אפשר גאר דער אינטענעט ראביי ?
(עטליכע מינוט שפעטער דער זעלבער שואל) וויפיל געלט האט איר באקומען פון התאחדות פאר די ארטיקל
תשובה: קודם מאכט אפ ווער איך בין, ווייל אויב בין איך ר' יצחק אדער ר' הלל איז דאך שוין נישט שייך דער צווייטער פראגע פון וויפיל געלט מען רעדט דא!, בכלל למאי נפקא מיני צו איך האב באקומען געלט צי נישט, לאמיר זאגן אז יא וואס איז דאס משנה, די פאקטן זענען אנדערש צי איך האב יא באקומען צי נישט.
(אויב ווילסטו טאקע וויסן צי איך האב באקומען צי נישט, וועל איך דיר זאגן אז זיי זענען א באנדע גנבים, זיי האבן מיר ציגעזאגט אז א טאג נאכן ארטיקל גייען זיי מיר גיבן א טשעק פון $63,298.76, און למעשה ווען יעצט איך בעט עס ווילן זיי מיר עס נישט געבן, איך זיך א בי"ד וואס איז זיי גרייט צי שיקן אן הזמנה)
6.
פראגע: למעשה ביסטו איינשטימונג אז די מעיל איז נישט געזיפט, אשר ע"כ יפה עושים די וואס האבן אויפגעדעקט די פאלשע שלייער פון די אזויגערופענע פרומע התאחדות, אז מען זיפט נישט ביי זיי קיין מעיל, פארוואס פרובירט דאס התאחדות צו פארדעקן אויב האלטן זיי אז מען דארף נישט זאלן זיי זאגן אפען און קלאר אז ביי אונז זיפט מען נישט קיין מעיל אזוי וועלן די אידן וואס עסן נאר געזיפטע מעיל וויסן אז מען קויפט נישט התאחדות!!!, חזקו ואמצו געטרייע עסקנים שרעקט ענק נישט פון די וואס ווילן ענק אונטער שטעלן פיסלעך און אדרבה זאל די גאס געוואר ווערן אז CRC זיפט "נישט" קיין מעיל!!!
עס פאסט דא ריכטיג אריין די ווערטער מיט וואס הכשרות האט אנגעהויבן זיין ארטיקל יזדעזע העולם ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה שוידערליכער אויפדעקונג!
תשובה: וואס זאגסטו די עסקנים האבן דאס אויפגעדעקט, עס איז א שוידערליכער אויפדעקונג, די וועלט שאקעלט זיך, התאחדות פרובירט דאס צו פארדעקן, זאלן זיי זאגן אפען און קלאר. זייער א גיטע טענה, אבער אפשר זאגסטו מיר ווי זיי פרובירן דאס צי פארדעקן אז די עסקנים האבן דאס אויפגעדעקט?, און מפתח הכשרות פון התאחדות שטייט בפירוש אריינגעדריקט אז פרישע מעיל דארף מען "נישט" זיפען, עס זענען דא וואס זענען מחמיר, ע"כ ברענגן זיי א ליסט פון די בעקערייען וואס זיפן, חוסט איז נישט און די ליסט, ע"כ וואס איז דיין טענה, אז זיי זאלן ארום פארן מיט מייקס 24 שעה א טאג 6 טעג א וואך און אויסרופן אז אלע בעקערייען וואס זענען אונטער אונזער השגחה זיפט מען נישט די מעיל, חוץ און בעקערייען וואס ווערן אויסגערעכנט. עס איז ווי פארשטענדליך אז שרייבן אינעם מפתח הכשרות איז דאס וואס זיי דארפן טוען. אשר ע"כ נאכאמאל וואס האט מען דא אויפגעדעקט?
צום שלוס וויל איך אריינלייגן נאך איין בריוו וואס איך האב ערהאלטן
לכבוד נוטראלער איך האב געליינט דיין גאנצע דין ודברים מיט הכשרות איך וויל דיר זאגן אז איך שטיי און שטוין ווי אזוי דער הכשרות מאכט יעדע מינוט אפ עפעס אנדערש
אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיין ארטיקל אין אשכול הכשרות כאילו מען האט דא געכאפט א פינקל השני חמץ בפסח לאקשן זופ מאנדלן און נאך
נאכדעם וואס די ביסט געקומען מיט דיין ארטיקל איז ער שוין געווארן א מודה במקצת אז יא עס איז נאר ביי קאמערשעל לאקשן איי ווי איז ער געווען ביז יעצט פארוואס האט ער עס נישט פארציילט
ער בלייבט אבער מיט א טענה אז די מערסטע האט אים אויפגעשוידערט אז מען גיבט השגחות אויף א פראדוקט בלינדערהייט אפילו עס דארף נישט קיין הכשר
און בנוגע זיפן די מעיל אז בלא יודעים גיבט מען פאר קינדער צו עסן נישט געזיפטע מעיל זעהט אויס אז ער האט נאך נישט געליינט די מפתח הכשרות וואס דארט שטייט קלאר אז פרישע מעיל דארף מען נישט זיפן איז וואס זיין טענה אז עס איז בלא יודעים
אינעם שפעטערע תגובה זאגט ער קלאר נאכאמאל אז קיין שום פארלעסליכע השגחה לייגט נישט זייער זיגל אויף גרופ וואן און ער לייגט נאך צו א שטייגער ווי וואלאווע
נאכדעם וואס איר ענטפערט אים וועגן בונדלעך וואס טאקע דער וואלאווער איז דער בעל מכשיר הייבט אן ער שוין ווייטער מודה צו זיין אז יא ביזט גערעכט מען גיבט יא הכשרים אויף גרופ1 פריער האט ער דאך געשריבן אז דאס איז די מערסטע וואס האט אים אויפגעשוידערט און אזוי אויך האט ער פריער קלאר געזאגט אז קיין שום הכשר לייגט נישט זייער זיגל אויף גרופ1 און נאך אפי' צוגעלייגט וואלאווע <איך האב געמיינט אז ער ווייסט וואס ער רעדט>
צום סוף בלייבט ער טאקע אז די גאנצע שערורי' איז נישט מער אז התאחדות זיפט נישט קיין מעיל און זיי פאציילן דאס נישט פאר די גאס וואס ווי פריער דערמאנט שטייט דאס קלאר און מפתח
תמצית = אנגעהויבן מיט חמץ בפסח און למעשה געבליבן אז ער האט פשוט נישט געזעהן די מפתח
בנוגע די מעשה פון די מאיענעיז ווייס איך באמת נישט וועם צו גלייבן אבער זעענדיג זיין קראנטקייט ווי אזוי ער קען פאקטן אז דער וואלאווער גיבט נישט אויף גרופ1 און דאס האט אים די מערסטע אויפגעשוידערט און שפעטער טוישט ער אז יא נאר די עדה גיבט נישט אויף גרופ1 איז מיר זייער שווער אים צו גלייבן
א גרויסן יישר כח נוטראלער
א פריינט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 22:45 |
|
| |
כבוד הרב, בשם הניק נוטראלער. אנטשולדיגט פארן עטוואס שפעטיגן.
מיר זענען מיט אייך איינשטימיג אז די דעבאטע איז שוין מער ווייניגער פון-לאנג געקומען צו אן ענדע, ווען איר זענט שוין היינט מער-ווייניגער גלייך מיט די רוב פון אונזערע שטעלונגען, אויסער אייניגע וואס איר פארזעהט, דירעקט צו אומדירעקט.
איר זאגט קלאר דאס פון וואס מיר האבן מורא געהאט דאס מערסטע, נעמליך, התאחדות זופט נישט קיין מעיל.
איר שרייבט אבער אז דאס איז - מטעמים מוזכרים - נישט קיין עוולה. מיר קענען אייך אזויפיל זאגן, אז אלע מומחים האלטן יא אז דאס איז א עוולה, און א גרויסער עוולה, און דאס מוז מען מודיע זיין פארן ציבור, וידע הציבור ויזהרו. (און אויב זענט איר אונז מציע - שוין עטליכע מאל - מיר זאלן זיך פארבינדן מיט די מומחים, זייט וויסן אז מיר רעדן און מיר זענען פארבינדן מיט די מומחים מער אפט ווי איר מיינט).
אמת, די לאקשן-שערורי' איז נישט קיין הוכחה אז די ווירטשאפט ביי CRC איז שוואך און ווערט נישט באגלייט כפי הצורך, וואס דאס אויפצו-ווייזן מוז מען צוקומען צו די פאסירונג מיט די מאיאנעיז, אבער דא איז די הוכחה אויף דעם אז אפילו ווען זיי זאלן יא נאכקומען די ראל'ס, זענען די ראל'ס צוגעפאסט פאר א ארגאניזאציע השגחה, נישט פאר א היימישע פארלעסליכע השגחה.
אלזא איז דאס אונזער ציהל, דער עולם מוז וויסן וואס עס טוט זיך הונטער זייער רוקן. אויב איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז די התאחדות וועלכע דארף צו זיין א היימישע אנגענומענע הכשר זאלן נישט זופן די מעיל, ברויך דאס ארויסקומען קלאר פאר די גאס.
(אייער שאצונג אויף כשרות לויט די די.עי.על. פאסט אויך פאר או. יו., אייגנטליך, אפשר ווייסט איר וואספארא לעוול זענען די ברוקלינע וואסער אין די די.עי.על.? אפשר דערפאר האט גענומען פאר התאחדות אזוי לאנג צו אנערקענען די ווערים אין די וואסער?)
און די זעלבע בנוגע די מאיאנעיז, איז אונזער ציהל אז דער עולם זאל וויסן אז דער השגחה איז א פארלאזטע. במלא המובן. (ווי געזאגט האבן מיר געלייגט אין א זייט די אנדערע ענליכע שאקירנדע מעשיות).
און אויב זאגט איר אז ר' מאיר יוסף ווייסט נישט דערפון, קענען מיר נישט טוהן מער ווי מכבד זיין די ליינער דאס אליינס צו פעסטשטעלן און אים דאס אנפרעגן פערזענליך. עס איז אונז א חידוש אז אין די צייט ואס איר שטעלט זיך אהער אלזס קראנט, זאלט איר זיין אזוי פארפירעריש, אחוץ אויב איר זענט א באלצאלטער פון עמיצן.
און בנוגע וואס איר האט געפרעגט ר' מאיר סימאן, מיר ווייסן שוין נישט וויפיל מ'קען אייך געטרויען, אבער לו יהא אז ער האט אזוי געזאגט, האט איר א טעות אין זיין פאזיציע. איר שרייבט אז ער איז איינע פון די בעלי מכשירים, אין פאקט איז ער בלויז פון די הנהלה, און ווילאנג ועד הכשרות וועט נישט פארופן א מיטינג מיט די הנהלת הועד בנוגע די לאקשן, (א זאך וואס איז נישט פארגעקומען, ווארום זיי זענען נישט געשטעלט בודק צו זיין אנדערע השגחות) וועלן די חברי הנהלה נישט וויסן גארנישט. ליבערשט זאלט איר אנפרעגן ר' ברוך ט"ב שליט"א וועלכער איז דער פאקטישער בעל מכשיר, וואס צו איינער פון אונז איז זיין תשובה געווען אז זיין פאטער לאזט דאס שוין לאנג נישט אריין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 21:20 |
|
| |
אננטשולדיגט! איך האב געוואלט שרייבן, נאר איך האב פארגעסן
איך האב אנגעפרעגט ביי הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 19:48 |
|
| |
| נוטראלער כתב: |  | ליתר שאת! היינט אינדערפרי האב איך אנגעטראפן איינע פון די בעלי מכשירים פון וועד הכשרות אין קרית יואל, האב איך אים געפרעגט וואס איז דער חוות דעת פונעם וועד בנוגע די לאקשן, האט ער מיר גענטפערט אז מען קען עס רואיג עסן.. |
|
איך גיי נישט אריין אין די עצם נושא דא, אבער הרב נוטראלער ווייסט איר נישט אז היינט איז אנדערע צייטן? אונזער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז ביי כשרות שפילט מען אפענע קארטען!!
האסט געטראפען איינע פון די בעלי מכשירים פון וועד הכשרות אין קרית יואל איז ביי אונז נישט קיין ווארט... ברענג א נאמען (אזוי ווי כשרות) אז איך זאל אים אליינס קענען פרעגן.. נישט אז איך זאל סתם דארפען אפקויפען אן אנאמניסט הייד פארק שרייבער
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 18:14 |
|
| |
איך וויל נאכאמאל קלאר שטעלן אז איך בון נישט דא זיך צו טענה'ן, נאר צו ברענגן פאקטן.
אשר ע"כ וועל איך אי"ה נישט ענטפערן מער נאכאמאל און נאכאמאל אויף די זעלבע פראגעס.
טאמער וועט געשטעלט ווערן פרישע פראגן וועל איך דאס אי"ה נאכגיין און ברענגן עד כפי ידי מגעת.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 18:12 |
|
| |
כדי מען זאל נישט זאדן מדשתקי שמע מינה דניחא ליה, וועל איך נאך דאס "איינמאל" ענטפערן אין אי"ה וועל איך ווייטער נישט זיך טענה'ן סתם אויף בלויז טענות, וואס דער ציל איז בלויז פלוטיק.
דאס וואס איר שרייבט אז אין פרישע מעיל איז אויך דא דער חשש פון ווערים, איז א סימן אז איר האט נאך קיינמאל אין כשרות נישט געטוען, אין איר ווייסט נישט בכלל ווי אזוי כשרות זעהט אויס.
פרעגט יעדער מומחה (ובראשם דער גרעסטער מומחה הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א) וועט ער אייך וויסן צו זאגן אז פרישע מעיל איז נישט אפי' א מיעוט המצוי מיט תולעים.
דאס וואס איר ווילט זאגן אז עס איז מיין חידוש אז גרויסע קאמפעניס נוצן נאר פרישע מעיל, קענט איר טוען די זעלבע אנפרעגן ביי די אלע מומחים.
אזוי ווי איך האב שוין אויבן געשריבן איז אין די D.A.L. ביכל (איך האף אז די ווייסט וואס דאס מיינט, אויב נישט פרעג יעדער בעל מכשיר וועט ער דיר עס קענען זאגן) איז די אינקזעטן לעוויל ביי מעיל זייער קליין, און אויב טרעפט מען אפי' בלויז עטליכע אין א גאנצע זאק מעיל, ווערט דער פאבריק אפגעשפארט, במילא נוצן זיי נאר פרישע מעיל.
[נישט אזוי ווי ביי אנדער פראדוקטן ווי למשל, ספעריגעס, בראקעלי, ספינעטש, סטראבעריס, וכדו, וואס דארט מעג לכתחילה זיין אריבער 200 אינקזעטן פאר א פונט.]
בנוגע הר"ר מאיר יוסף שליט"א, פארשטיי איך אפי' נישט וואס די שרייבסט, דאס איז וואס עס איז געווען די תשובה.
ליתר שאת! היינט אינדערפרי האב איך אנגעטראפן איינע פון די בעלי מכשירים פון וועד הכשרות אין קרית יואל, האב איך אים געפרעגט וואס איז דער חוות דעת פונעם וועד בנוגע די לאקשן, האט ער מיר גענטפערט אז מען קען עס רואיג עסן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 06:03 |
|
| |
תשובה לההקדמה:
עס טוט אונז לייד אז מיר האבן אייך - ווי עס שיינט - עטוואס ארויסגענומען פון די כלים, אזש איר האט געפינען ריכטיג אונז צו באטיטלען שלא כהוגן. אונזער ציהל איז חלילה נישט אייך פערזענדליך אפצו-ווענדן און אייך איבערלאזן ווערטער-לאז, אונזער ציהל איז אויסצוקלארן אייער מיינונג עד שישתוו הצדדים והמציאות, וואס אין א געוויסן זון האבן מיר דאס עטוואס עררייכט, ווי עס וועט ווייטער ווערן ארויסגעברענגט.
מיר פון אונזער זייט זענען יא גרייט ווייטער צו שמועסן, אויף א מהלך ווי אייערע ביז יעצטיגע תגובות, אויסגעלאזט דאס לעצטע.
און אז איר זאגט אז איר זענט א מדקדק בכשרות פאר צענדליגער יארן, ברויכט איר ארויסגעהויבן ווערן דערפאר, אשרי חלקכם. עס איז אבער א שאד אז פארט שטייט "פאליטיק" ביי אייך העכער. (דאס גענצליך קלארצושטעלן וואלט זיך באמת אויסגעפעהלט אייך צו פרעגן פון וועלכע שחיטה איר עסט).
און לגבי די פאקטן:
איר זענט גערעכט אז ביי "כמעט אלע" הכשרים פארלאזט מען זיך אויף "גרופ וואן" אן קיין פקפוק (אויסער די עדה). אבער, לאקשן איז "נישט" אין גרופ וואן. מיר זעען נישט וואס עס איז דא אזויפיהל ארומצודרייען אין דעם. ריכטיג, מעיל בעפארן זופן איז אין גרופ וואן, אבער פארטיגע לאקשן געמאכט פון מעיל און וואסער איז נישט.
סוף פסוק זעהט שטארק אויס אז איר זענט מודה צו אונז אז די מעיל איז ווארשיינליך נישט געזופט געווארן. איר ווילט נאר אפירטרעפן נייע סברות אז דאס וואס מיר זופן די מעיל אזוי ערליך איז שלא לצורך, און ווי אויך ווילט איר אראפשטעלן א פאקט וואס האט נישט קיין אונטערלאנונג, אז "געווענטליך" נוצט א גרויסע קאמפאני "נאר" פרישע מעיל, און מען טרעפט נישט קיין ווערים. מיר האלטן שוין היינט אייגנטליך ביים צווייטן נייעם חידוש בעולם הכשרות וואס איר האט היינט מחדש געווען. (די ערשטע, א 30 מעש זופל איז גארנישט ווערד, און אצינד די צווייטע, אז א גרויסע קאמפאני נוצט "נאר" פרישע מעיל און פרישע מעיל האט "נישט" קיין ווערים).
נו, אם כן, איז דאך דער וואלאווער רב זייער גערעכט אז ער נעמט נישט אריין די לאקשן אין שטוב.
אצינד נעמען מיר די רעכט צו פארלאנגען פון התאחדות אז זיי זאלן ארויסשטעלן א קלארשטעלונג אז די לאקשן מיט וואס זיי סערווירן אונזערע קינדערלעך, ווערן נישט געזופט, און די חשש פון ווערים איז אויף זייערע פלייצעס. ומכאן ואילך וועט שוין מער נישט אויספעהלן, און ערליכע מוסדות וועלן וויסן וואס זיי האבן צו טאן.
(מיר גיבן אייך נאך די געלעגנהייט קלארצושטעלן און איבערטוישן אייערע פריערדיגע ווערטער, אויב איר האט נישט געמיינט מודה צו זיין אז מען האט טאקע נישט געזופט די מעיל).
און בנוגע וואס איר זאגט אז הג"ר מאיר יוסף ווייסט נישט פון וואס איר רעדט, לולא דמיתפינא וואלטן מיר געזאגט, אז אויב איר וועט דאס איבער'חזר'ן דריי מאל, וועט איר חלילה ווערן א מוחזק שקרן. טראכט אייך גוט איבער בעפאר איר זאגט דברים שאינם. איר זאלט וויסן זייער קלאר אז איר האט אין אייער לעצטע שורה געלייקנט שמש בצהרים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 02:51 |
|
| |
הקדמה: ווי די וועסט זעהן עאב איך שוין אנהייב געזאגט פאר "היראים" אז איך בין נישט דא זיך צו טענה'נן מיט אים, נאר צו פארציילן די פאקטן.
מיט דיר "הכשרות" האב איך יא אנגעהויבן צו שמועסן, ווייל איך האב געמיינט אז די קענסט זיך אביסל אויס אין כשרות, האב איך געקלערט אז להגדיל תורה ולהאדירה, איז יא גיט זיך אויסצושמועסן.
אבער אצינד ווען איך זעה לויט דיינע תשובות אז די ווייסט נישט בחייכון וביומיכון אין כשרות, וויל איך דיר דא זאגן אז אי"ה וועט דאס זיין מיין לעצטע תשובה פאר דיר, חוץ אז איך וועל זעהן אז די הייבסט אן רעדו צי דער זאך.
איך ב"ה בין שוין א מדקדק בכשרות שוין צענדליגער יארן, איך גיב אויס אויף כשרות המאכלים טויענטער דולאר יעדע יאר, נישט נאר יעצט ווען מהר"א האט געפילט פאר וויכטיג מעורר צי זיין.
איך האב מיר שוין אסאך נאכגעפרעגט און נאכגאנגען אין עניני כשרות, און דאס האט מיר אויך דא געשטיפט נאכציגיין די פאקטן, וואס די אליינס ביסט מודה אז איך בין קלאר ארויסגעקומען מיט די פאקטן.
אצינד צי די פאקטן: עס איז נישט קיין שום חילוק צי די גאנצע פראדוקט איז GROP 1, צו נאר עטליכע אינגרידיענטס, די פאקט איז ביי אלע, יא איך זאג נאכאמאל "אלע" הכשרים, אריינגערעכנט עדה, וואלאווע, און התאחדות, איז אנגענומען פאר א מציאות אז GROUP 1, פארלאזט מען זיך 100% אן קיין שום פקפוק, אשר ע"כ ווען די זעסט א פראדוקט מיט סיי וואסער הכשר (יא! יא! אפי' וואלאווע, און עדה), ליגט דארט אינגרידיענטס וואס זענען GROUP 1, און מען פארלאזט זיך דערויף.
דאס וואס איר פרעגט פארוואס איז נישט דא קיין זיגל אויף קאווע, זאס איז וויבאלד די קאמפעני איז א גויאישע קאמפאני, בעט ער נישט קיין הכשר, און ביי אידישע קאמפעניס וועט איר טרעפן אויף אסאך GROUP 1 פראדוקטען א הכשר, לדוגמא וואסער פון עטליכע קאמפעניס, סיי דאהי און סיי אין א"י מיט די הכשר פון די עדה, אזוי אויך BEST FLOUR מעיל מיט די הכשר פון וועד הכשרות אין ק"י, אזוי אויך בונדלעך פון עטליכע קאמפעניס, [זאלסט מיר נישט ענטפערן אז די הכשר אויף די בונדלעך איז וועסן ווערים, ווייל די בעלי מכשירים זאגן קלאר אז דאס דארף מען פונקט אזוי בודק זיין, ועוד ועוד.
ווייטער בנוגע זיפן די מעיל, פרישע מעיל איז ווערים א מועט שאינו מצוי, און מען דארף דאס בכלל נישט זיפן, נאר משום חומרה ווייל עס מאכט זיך אמאל אמאל אז עס איז נישט פריש וואס דעמאלט קען זיך טרעפן, ע"כ האט מען איינגעפירט אז מען זיפט, און די וועסט ממש נישט טרעפן א גרויסע קאמפאני וואס ניצט אסאך מעיל, א שטייגער ווי א לאקשן פאבריק זאל ניצן אלטע מעיל, (דרך אגב אין די ביכל וואס די אינספעקטערס האבן [דאכט זיך מיר אז עס הייסט D.A.L.] וואס דארטן ווערט אויסגערעכנט וויפיל אינקזעטן עס מעג זיך געפינען אין די עסן, ווערט מעיל איסגערעכנט פאר גאר גאר א קליינע פראצענט, און מען קען אפשפארן די פאבריק אפי' פאר בלויז עטליכע איקזעטן אין א גאנצע זאק), אדרבה פרעג דיר נאך אינדערהיים ווען מען האט די לעמטע מאל געטראפן א אינקזעט אין די מעיל זיפל, (איך האף אז מען ניצט ביי דיר אינדערהיים אן 80 מעש).
בנוגע די מאיאנעיז, הרה"ג ר' יוסף מאיר גראס שליט"א, זאגט אז ער ווייסט נישט פון וואס איך רעדט
הצלחה מרובה,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 00:21 |
|
| |
דאסמאל תיכף צום ענין:
1) מיר האבן זיך נישט געשטעלט אויף אייערע ווערטער ביים ערשטן מאל, אבער אז איר האט דאס אנגענומען אלס אן הודאה וועלן מיר אייך מוזן אויסקלארן.
דער פאקט אז לאקשן איז אין די קאטעגאריע פון "גרופ וואן", איז פאלש. והא ראי', אויף קאווע איז נישט פארהאן א CRC זיגל, און אויף די לאקשן יא. אויב זאל התאחדות האלטן אז לאקשן ברויך נישט א השגחה, זאלן זיי עס ארויסלייגן אן א זיגל, און זאל יעדע מוסד אנפרעגן זייער רב צו זיי זאלן ארייננעמען לאקשן אן קיין השגחה. נאר וואס יא, או. יו. האט אנגענומען אז מען מוז נישט דארט זיין בשעת מעשה, וואס דאס איז ביי היימישע "פארלעסליכע" השגחות (א שטייגער ווי וואלאוע) א פארברעך. מען נעמט נישט "קיין שום" זאך פון א גוי'אישע קאמפאני בלינדערהייט. מיר האפן אז איר האט דאסמאל פארשטאנען קלארער. (ובכל אופן, האט שוין פאסירט די זעלבע ביי גאר-הארבע מסוכנ'דיגע פראדוקטן כדלהלן).
2) בנוגע זיפן די מעיל, דאס וואס איר זאגט אז א 30 מעש איז גארנישט ווערד, דאס איז א נייער חידוש. עס האט נאך קיינער נישט מעורר געווען (לויט אונזער ידיעה) אז די זופלעך מיט וואס אונזערע שטיבער באנוצן זיך איז "גארנישט ווערד להלכה", הגם עס איז א דבר פשוט אז די 50 מעש איז מער מהודר, אבער צו זאגן אז די 30 איז גארנישט ווערד, און אויף דעם חשבון זאל מען שוין מתיר זיין צו "לגמרי נישט זופן", דאס איז ניטאמאל גוט פאר א דעת בעל הבית, כ"ש אז די דעת תורה איז זיכער נישט אזוי. און עס איז אונז טאקע שטארק וויכטיג און אינטערסאנט צו וויסן צו ס'איז טאקע ווי איר זאגט אז CRC איז לגמרי נישט מקפיד אויף זופן די מעיל. אונזער ציבור וויל דאס וויסן, און מען טאר דאס נישט פארהוילן אונטערן "יאכלו ענוים וישבעו" לעיבל.
(און דאס וואס איר זאגט אז וויינשטאק לאקשן נוצט א 30 מעש, איז לכאורה קעגן די ראל'ס פון זייער לאנג-יעריגע השגחה, און מיר וועלן דאס בעז"ה מברר זיין).
3) חבל אז איר האט נישט געהאט די יכולת מברר צו זיין ווייטער וועגן די מאיאנעיז, עס וואלט געווען זייער אינטערסאנט ווען איר זאלט צוריק-קומען דא נאכן אנרופן הר"ר דוד לייב גרינפעלד בנוגע די מיידל קעמפ, און הרה"ג ר' מאיר יוסף גראס בנוגע די מוסדות אין וומסב"ג, און איבערגעבן אן הודאה אויף דעם פאסירונג.
4) בנוגע דעם "שוידערליכן אויפדעקונג", מיר וועלן אייך זאגן דעם אמת, ווען איר וועט וויסן וויפיל לאווין עס איז ארייצונעמען אין מויל "איין ווערימ'ל", וועט איר דאס גרינג פארשטיין.
 |
|
|
|
|
|