בית פורומים אידישע געדאנק

כשרות אפדעיט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2010 02:16 לינק ישיר 
כשרות אפדעיט!

די פאקטן איבער חוסטער לאקשן

אזוי ווי היינט ה' בה"ב האב איך געהאט אביסל וואקציע פון די ביזנעס, האב איך מיר אריינגעלייגט צו מברר זיין די פאקטן איבער די שערוריה פון די חוסטער לאקשן.
וזה אשר עלה לי:


1) די גאנצע רעדע דא איז נאר פון די קאמערציאלע לאקשן וואס די קעיטערעס נוצן, און נישט די פשוטע לאקשן וואס ווערט פארקויפט און די געשעפטן.

2) די אינגרידיענס פון די קאמערציאלע לאקשן איז "בלויז" מעל און וואסער, משא"כ די אנדערע וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן (ביי חוסט) האט אריבער 6 ערליי אינגרידיענס.

3) די לאקשן וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן האט נושט קיין OU און דאס איז שוין א באווייז אז עס ווערט עקסטער געמאכט, [און אזוי האט מיר גענטפערט אויך דער סעקרעטאר פון די OU]

4) די לאקשן פון די געשעפטן דארף א געהעריגע פארלעסליכע השגחה.

5) די  קאמערציאלע לאקשן גייט אריין אינעם קאטעגאריע וואס ווערט אנגערופן GROUP 1, וואס אין דעם איז נכלל אלע פראדוקטען וואס דארף בכלל נישט קיין השגחה, ווי למשל מעל, קאווע, צוקער, טיי, וואסער, ביר, סאדע, וכדו'

6) קיין בישול עכו"ם איז זיכער נישט דא דערביי ווייל עס ווערט בכלל נישט געקאכט, נאר געטריקנט, נישטאמאל ווערט עס הייס דורכן גאנצן פראצעדור.

7) לגבי חמץ בפסח איז ווי פארשטענדליך אז עס איז בכלל נישט שייך, וויבאלד דאס האט דער גוי געמאכט און דער  איד האט דאס אפגעקויפט פון אים נאך פסח.

8) אפי' פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז ווי פארשטענדליך דא אנדערש, וויבאלד דער קפידה קומט פון דעם אז מען איז חושש אז אפשר האט עס דער איד נישט פארקויפט בלב שלם, וואס דא איז עס בכלל נישט שייך.




אצינד צו נאך אן ענין.
אין אשכול הכשרות אין כל העולם כולו ווערט געברענגט א מעשה ווי פאלגענד:

וזה לשונו שם:
אז אין די מיידל קעמפ "מחנה בית רחל" איז אנגעקומען א שיפמענט פון "מאיאנעיז" (מיט די הכשר פון סי. אר. סי.), און ווען איינע פון די מענעדשער (ר' דוד לייב גרינפעלד הי"ו) האט נאכגעקוקט דעם קאוד וועלכע פרעזענטירט דעם דאטום פון די פראדוקציע, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געמאכט געווארן דעם צווייטן טאג שבועות!

(לבסוף האט מען עס צוריק געשיקט צו די קאמפאני)

ליינעדיג די מעשה בון איך ממש געווארן אויפגעשוידערט, און תיכף אנגערופן הרה"ג ר'........... שליט"א (ער האט מיר געבעטן אז זיין נאמען זאל איך נישט שרייבן, אבער פון די טיטלן קענט איר אליין פארשטיין ווער דאס איז), ממנהלי רוחני במחנה בית רחל, פרעגענדיג צו די מעשה איז אמת, דער תירוץ איז געווען אז יא, אבער מיט עטליכע שינוים,

די מעשה איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר צוריק, ווען מען האט דעליווערט קומפאט (נישט קיין מאיאנעיז, באמת להלכה איז נישט קיין שום חילוק, נאר פשוט צו זעהן ווי קראנט דער כשרות שרייבער איז), פון די קאמפעני רוזענפעלד, אבער א טאג דערויף האט מען באקומען א טעלעפאן רוף "פון די קאמפעני" אז מען זאל דאס צוריק שיקן, ווייל עס איז געמאכט געווארן שבועות אנעם בעל מכשיר, עס האט גארנישט געהאט מיטן מענעדשזער, און נישט "לבסוף" האט מען עס צוריק געשיקט, נאר די קאמפעני איז געווען דער וואס האט געמאכט די ריקאל, מיטן דירעקטן באפעל פונעם בעל מכשיר "התאחדות הרבנים".

די מעשה איז געווען אז מען האט בטעות אויסגעמישט די קאמפאט מיט אן אנדערע שיפמענט.

יא! עס איז אמת אז עס איז פארגעקומען א טעות, נא דאס מאכט זיך ביי די בעסטע הכשרים, כעדותו של הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א, אז מען פרובירט וואס מען קען, אבער א מכשול קען אייביג געשעהן, און אז מען כאפט זיך דערויף מאכט מען א ריקאל.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2010 10:09 לינק ישיר 

http://www.kosher.co.il/?type=m&lang=en


תוקן על ידי קל_וחומר ב- 07/05/2010 10:13:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כשרות אפדעיט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext