מסיבה פאר רובאשקין ביי הרה"צ רמ"מ ווייסמאנדל שליט"א
ילכו מחיל אל חיל.
די מסיבה פאר רובאשקין אין קרית יואל דאנערשטאג נאכט איז פארגעזעצט געווארן מיט א פראכטפולע מסיבה פאר נדיבי עם זונטאג נאכט וואס איז פאררופן געווארן דורך דעם נייטרער רב שליט"א.
די אקציע איז געווען א סוקסעס ממש אין לשער. עס איז אריינגעקומען אן ענליכן סכום ווי דאס וואס איז אריינגעקומען דאנערשטאג נאכט.
עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות דער בארימטער חרדי'שער אדוואקאט מר. סימאנס, וועלכער איז שטארק טעטיג אין דעם קעיס, דער נייטרער רב, ר' געצל רובאשקין, און הרב פנחס ליפשיץ, וואס האט געמאכט ממש אן עמעיזינג דזשאב מיט'ן אנווארעמען דעם ציבור רייכע אידן.
אויב קען מען מאכן נאך אפאר אזעלכע מסיבות קען מען היינט אויפנעמען נארמאלע גוטע לאיערס אויסצופייטן דעם קעיס. לאמיר האפן אז די צוויי אנהייב מסיבות, ביים היימישן חסידישן עולם, וועט פירן צו ווייטערדיגע מסיבות אין אלע היימישע געגנטער.
מער פרטים שפעטער.
|
|