בית פורומים אידישע געדאנק

א רבי א ביליגער שקרן אן א טראפ בושה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2010 03:16 לינק ישיר 
א רבי א ביליגער שקרן אן א טראפ בושה

אלס א נישט סאטמאר חסיד, אבער א בני ברק'ער וואס וואוינט שוין אין בני ברק יארן לאנג, פאלג איך נאך כמעט יעדע דרשה פון כ"ק האדמו"ר מוהר"א מסאטמאר שליט"א. און עס איז נישטא וואס צו זאגן, אז זיינע דרשות - יעדע באזונדער פאר זיך - איז זיך צו באלעקן, מיט דעם אלעם איז מיר קיינמאל נישט געווען וויכטיג צו רעאגירן אויף די דרשות, ווייל ווי יענער זאגט דער נער איז נישט מיינער.

איינמאל אן אויסנאם, האב איך באשלאסן צו ענטפערן, איבער די נעכטיגע דרשה א' במדבר, ביי א געלט דינער פאר די סאטמאר מוסדות פון בני ברק וועלכע עס איז פארגעקומען אין וומ"ס, ווען דער רבי אליין האט געהאלטן א דרשה בחובת השעה, אינדערצווישן האט ער אטאקירט די קהלה פון זיין ברידער כ"ק האדמו"ר מוהרז"ל מסאטמאר שליט"א אין בני ברק, זאגענדיג אויף זיי כהאי לישנא: "אנשי רשע, וועלכע האלטן אפ דאס ברויט אין מויל פון די אייגענע ברידער"


איבערהויפט האט ער געשטורעמט קעגן די וואס גייען אין ערכאות אין בני ברק זאגענדיג כהאי לישנא: "דאס אריינגין אין ערכאות הציונית וועגן תאוות השררה, א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט אין קיין קרייז, אז מ'זאל גיין אין ציוניסטישן געריכט, און כשר'ן עבודה זרה און ציונית, און עס איז א בושה אז דאס ווערט געטאן אונטערן נאמען פון סאטמאר"

הערענדיג די ווערטער האב איך נישט געקענט פארשטיין ווי א רבי קען זיין אזוי פאלש,  פארקויפן אזויפיל בלאף אויל שקר וכזב. זיינע ווערטער האט מיר גלייך דערמאנט, א פארגעסענע ווייטאגליכע געשיכטע, פון מיינס א נאנטער קרוב, וועלכע איז געווען מיט גענוי 20 יאר צוריק, פון די גרעסטע פילאנטראפן פון די סאטמאר קהלה אין בני ברק בפרט און אין ארץ ישראל בכלל, וואס האט זיך אוועק געגעבן זיי בלוט און שוייס פאר סאטמאר, בדמים תרתי משמע, ווען עס געקומען א שווערע תקופה וואס האט אומגעברענגט זיין ביזנעס, וואס האט אריינגעשלעפט מיט זיך א געוויסע שווערע פראבלעם פאר די סאטמאר מוסדות אין א"י, איז די סאטמאר מוסדות אין ארץ ישראל אונטערן נאמען "מוסדות יטב לב דרבינו יואל מסאטמאר בא"י" ארויסגעשריבן דעם נאמען פונעם תובע דער יו"ר ההנהלה הרב יצחק ראזענבערג, אריינגעטרעטן אינעם ציוניסטישן געריכט, אין ערכאות הציונית, אן קיין שום היתר בי"ד, און געקלאגט דעם פילאנטראפ שאר בשרי היקר, און עם פארגאסן און געטרונקען דאס בלוט, ממש ווי איינער טרינקט עס מיט א שטרוי, און איהם פאראורזאכט פאר א שבר כלי עד עוצם היום הזה, און אלעס איבער א פריוואטע געלט סכסוך וואס האט געקענט געלעיזט ווערן ביי א די"ת כדת משה וישראל.

איך דארף אייך נישט זאגן טייערע ליינער אז מיט 20 יאר צוריק, איז
כ"ק האדמו"ר מוהר"א שליט"א געווען דער גאנצער בעל הבית אין סאטמאר, ועל פיו ישק כל דבר, און אזא קלאגע אין געריכט וואלט נישט געקענט איינגעגעבן ווערן און זיין וויסן.

דאס טייטש: אז דער סאטמאר רבי וואס ווייסט אז ר' יצחק ראזענבערג איז אריינגעטרעטן אין ערכאות הציונית אן קיין היתר בי"ד, און קעגן אייגענע ברידער, האט זיך נישט געשעמט צו זאגן בשער בת רבים בפרהסיא דברי שווא ושקר, "אז דאס אריינגין אין ערכאות הציונית,  האט נאכנישט פאסירט אין קיין קרייז", ווען זיי אייגענע קרייז און יד ימינו ונאמנו האט עס געטאן און די פארגאנגענהייט און אונטערן נאמען פון סאטמאר.

איצט זאל ער אויף זיך זעלבסט פרעגן די קשיא (וואס ער האט געפרעגט זונטאג ביי די דרשה) צו וואס האט מען טענות צו די וואס גייען צו בחירות, אז סאטמאר זעלסט כשר'ט עבודה זרה.

ווי שעמט זיך נישט א רבי צו זיין אזא ביליגער שקרן ?

ווער עס האט א תשובה זאל מיר ענטפערן!

דא האט איר בייגעלייגט די דאקומענט פון די קלאגע אינעם ציוניסטישן געריכט.

 




תוקן על ידי המהדרין ב- 11/05/2010 04:51:58




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2010 19:02 לינק ישיר 

איצט קאן מען שוין מוסיף זיין בנוסף צו די אויבערדערמאנטע: א רבי א פחדן


תוקן על ידי yuchw ב- 13/06/2010 19:11:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2010 17:09 לינק ישיר 

עס קוקט טאקע אויס אז דעם ר' אהרן'ס דרשה האבן אויך זיינע חסידים געקרוינט אלס טאטאלער דורכפאל.

פאקט אז זיי האבן נישט געדרוקט זיין דרשה אין בלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 23:00 לינק ישיר 





תוקן על ידי yuchw ב- 12/05/2010 23:01:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 22:59 לינק ישיר 

טראץ וואס איז אומגלויבליך קויפן אפ זיינע קיען די שטרוי און וועלן עסן מיט הכשר "המהודרת"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 19:12 לינק ישיר 

ר' יצחק מרדכי מאשקאוויטש, איז א ברידער פון ר' מאשקאוויטש פון בראשוב אין וומ"ס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 06:16 לינק ישיר 

יא איך זע אז נפל איז דאס מאל הונדערט פראצענט גערעכט!

דער פותח האשכול פרעגט א קלארע קשיא, וויאזוי האט זיך רא"ט אויפגעשטעלט זאגן ברבים אז ס'האט נאכנישט פאסירט אין א קרייז מען זאל גיין בערכאות אין ארץ ישראל,
ווען יצחק ראזענבערג אליין איז שוין געגאנגען מיט צוואנציג יאר צוריק, און ס'איז דא אויף דעם דאקומענטן?

ר' יונה'ס אריינפרעגן זייטיגע קשיות צו פארדרייען די נושא איז נישט אין פלאץ!

און למעשה זעט יעדער קלאר אז רא"ט'ס פלאפלען זענען אפענע שקרים
(שטותים און באבקעס, געמישט מיט קאקאוי רעד איך שוין נישט)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 03:56 לינק ישיר 

עס איז אונטערסאנט צו מערקן, אז ביי דעם דעקומענט און קלאגע וואס יצחק ראזענבערג האט אנגעגעבן אין געריכט שלא עפ"י היתר בי"ד מיט 20 יאר צוריק, האט ער דארט אנגעגעבן זיין אדרעס ראדני 160, די זעלבע אדרעס ווי ער געפונט זיך איצט.

א בחינה פון נתנבא ולא ידע מה נתנבא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 00:06 לינק ישיר 

איך האב קיינמאל געשריבן "עטס זענטס געגאנגען און נישט אונז" דעריבער פארשטיי איך נישט וואס די שרייבסט, אויך נישט דיין אינגעלישע אויספיר.

האסט א תשובה ווי א מענטש? וואס איז פשט אז דיין רבי איז א שקרן ברבים? אז ער שעמט זיך נישט פון זיינע חסידים מילא, ווען איך זאל האבן אזאנע קעלבער אלס חסידים וואלט איך אויך געלאכט פון זיי אין פנים. אבער ער שעמט זיך נישט פאר זיך אליינס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 00:00 לינק ישיר 

נפל'ע, כ'האב שוין לאנג נישט גערעדט מיט דיר,

אויב ר' יונה'ס תגובות טויג נישט, איז דאך יעצט נאך בעסער ווי די לעצטע 2-3 וואכן...


יעצט זאג מיר די אמת, דו מיינסט טאקע אז מיט'ן שרייבן דא אויף היידפארק אז "עטס זענטס געגאנגען און נישט אונז" ווי א אינגעלע [נפל'ע] וועט זיך דאס טוישן אין פאקט??....

די איינציגסטע זאך וואס דו טוסט אויף איז, אז מ'הערט שוין פון דיר אויך אז די ציונית'טישע ערכאות איז א פראבלעם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 19:42 לינק ישיר 

איך בעט שטארק די מנהלים.

די לעצטע 2-3 וואכן איז די פורום געווארן געשמאק. די מנהלים האבן געמאכט א גוטע ארבעט. ביטע אנהלטן די מהלך.

די אשכול איז א דוגמא פאר זיך. דער פותח האשכול האט אויפגעברענגט א זייער אינטערסאנטע נקודה. דהיינו אז ר' אהרן האט ברבים געזאגט א פראסטער שקר, און ער איבערצייגט דאס מיט דאקומענטן.

קומט דער יונה וואס האט נישט קיין תשובה און פארדרייט די נושא, בפרט נאך דערצו ווען ער פירט די אשכול צו אלטע אפגעדראשענע אויסגע'טענה'טע ענינים, ווייל אויפן עצם נושא פונם אשכול האט ער נעבעך נישט וואס צו ענטפערן.

מנהלים ביטע נישט צולאזן!

יונה! לישקע איז נישט קיין מחותן דא! מענדל וואלערשטיין איז נישט קיין מחותן דא! חיים הערשעלע איז נישט קיין מחותן דא! וכו'!

האסט א תשובה אויפן פאקט אז דיין רבי האט געזאגט ברבים א פראסטער שקר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 19:36 לינק ישיר 

דו וואלסט געפאסט גוט אינעם לישקע.
די איי קיו און זייער תורה-קענטעניס דארט איז בערך וויפיל עס ליגט אין דיין תגובה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2010 19:26 לינק ישיר 

[quote]

ביטע ענטפער מיר 4 קשיות:

1) ווער האט עס אריינגעטראגן אין ציוניסטישן קאורט? וואלערשטיין אדער משה חיים ווייס.
ענטפער קלאר.

2) פארוואס האט ביד"צ הרב לאנדא און ביד"צ קרליץ געהייסן פאר וואלערשטיין ארויסגיין פון קאורט...ווייל ער דרייווט א באס
3) פארוואס האבן אלע בעלי דינים געשריבן אויף רז"ל חבר לאיש משחית?ווייל ער פארדארבט יונגעלייט
4) פארוואס אלע ענקערע צעטלעך איז נאר פון די אפיעלס קאורט. מיינסט אפשר אז מיר זענען נפלים? נישט נפלים נאר חלה דעקלעך


וואלערשטין איז אריין אין ציוסטישן קאורט אויפן באפעל פון רז"ל טייטלבוים ובנו חיים הערשאלע
און די גאנצע זאלי קאמפאני זענען הולכי בג"ץ !
אזעכע אמתע ווערטער פאסט פאר עמרם כהן





[/quote]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 18:48 לינק ישיר 

רבי_יונה, מיטן ענדיגן א תגובה מיט א "קלארע מעסעדש געשריבן אין באלד" וועסטו נישט מצליח זיין צו פארדרייען פאקטן.

פאפיטא האט דא אין דעם אשכול געברענגט א קאפי וואס איבערצייגט קלאר אז דיין רבי איז דער מסור און הולך לערכאות.

דעריבער איז אויך פארשטענדליך פארוואס קיין שום רב האט קיינמאל נישט געשריבן אויף רז"ל חבר לאיש משחית. די גאנצע חבר לאיש משחית איז א אהרוינישע ספין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 18:40 לינק ישיר 

ביטע ענטפער מיר 4 קשיות:

1) ווער האט עס אריינגעטראגן אין ציוניסטישן קאורט? וואלערשטיין אדער משה חיים ווייס.
ענטפער קלאר.

2) פארוואס האט ביד"צ הרב לאנדא און ביד"צ קרליץ געהייסן פאר וואלערשטיין ארויסגיין פון קאורט...
3) פארוואס האבן אלע בעלי דינים געשריבן אויף רז"ל חבר לאיש משחית?
4) פארוואס אלע ענקערע צעטלעך איז נאר פון די אפיעלס קאורט. מיינסט אפשר אז מיר זענען נפלים? 


וואלערשטין איז אריין אין ציוסטישן קאורט אויפן באפעל פון רז"ל טייטלבוים ובנו חיים הערשאלע
און די גאנצע זאלי קאמפאני זענען הולכי בג"ץ !






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2010 15:54 לינק ישיר 

עליאס

גוט געשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א רבי א ביליגער שקרן אן א טראפ בושה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext