שמועס: משה פריעדמאן - יעקב שמשון גאלד!
א שמועס צווישן משה פריעדמאן מיט יעקב שמשון גאלד, און נאך איטליכע אנוועזנדע!
גאלד: אההה, שלום עליכם משה! שוין לאנג נישט געזען! דרייסט דיך נישטא לעצטנס! עפעס גייט פאר?
פריעדמאן: לאמעך אפ, כ'האב נישט קיין געדולד צו דיר יעצט.
גאלד: וואסעט פאסירט?! עפעס אנגעשטרענגט? פריעדמאן: איך בעט דיך לאמעך אפ יעצט! גאלד: איך וויל נישט! פריעדמאן: וואס וויל ער פון מיר?! איינע פון די אנוועזנדע: משה, נעם עס נישט צום הארצן, לאך דיך אויס, די הונט בילט אבער די באן פארט ווייטער! פריעדמאן: אבער ער לאט מיך נישט אפ! דער אנוועזנדער: וואס וויל ער פון דיר?
פריעדמאן: ער וויל אייביג וויסן וואס ס'טוט זיך און איך האלט אים נישט ביים זאגן.
דער אנוועזנדער: יעקב שמשון, בארואיג דיך, מיר זאגט ער אויך קיינמאל גארנישט.
גאלד: ס'גייט מיך נישט אן! איך מוז אלעס וויסן!
דער אנוועזנדער: משה, זעסט נישט ער גייט צוגרינד? זאג אים.
פריעדמאן: בשום אין אופן!
גאלד: (מיט א קענטיגער כעס) איך רוף אהער ליפא!!
פריעדמאן: רוף!
איטליכע מינוט'ן שפעטער...
ליפא: וואס גייט דא פאר?
דער אנוועזנדער: גארנישט, זיי דא מיט מיר ווילאנג זיי קומען זיך דורך.
ליפא: איך מוז לויפן!
דער אנוועזנדער: איך בעט דיך!
ליפא: אקעי, משה! וואס גייט דא פאר?
פריעדמאן: גארנישט.
גאלד: ער לאט מיך ארויס פון די פיקטשער!
ליפא: משה! ער כאפט מיר באלד א הארץ אטאקע! זאג אים שוין!
פריעדמאן: נישט יעצט.
ליפא: דו ווילסט ער זאל קודם כאפן א הארץ אטאקע?! איך מאך מיט דיר אזוי, וואס די רבי וועט הייסן וועסטו טון!
פריעדמאן: ביזט א מעשוגענער.
ליפא: וואס זאגט די רבי?
דער אנוועזנדער: ער זאל אים יא דערציילן.
פריעדמאן: אקעי, די איינמאל וועל איך אים זאגן... מ'זעמיר אויף צרות!.....
תוקן על ידי הערטס_צו ב- 11/05/2010 05:37:23
 |
|
|