יצחק ראזענבערג שווערט: אלעס בלייבט ביים נייעם!
געשלעג און כאאס הערשט די טעג אין גרויסן הופפער שול, יצחק ראזענבערג האט פאריגע וואך ארויסגעלאזט א באמבע צו בארואיגן די קעלבלעך אז "ביז א וואך בויען מיר די נייע שול אויף ראסס סט.", דער לאזונג דערמאנט אונז היבש פון דעם באקאנטן "מיטוואך איז זלמן לייב'ס בענקל און שטענדער אין בי.קי.אי. - און ער פליט צוריק קיין ירושלים", אדער "דינסטאג האבן מיר א קארט ארדער אז עס איז אונזערס".
די אהרונים דארף מען נישט קיין צוויי מאל זאגן, און מ'גייט זיך ווידעראמאל אריינברעכן אין שוהל אזוי ווי מ'האט זיך איינגעבראכן אין ראדני שמיני עצרת אינדערפרי, ווייל אזוי האט יצחק ראזענבערג אליינס געזאגט, און אין דעם גאנצן הופפער שוהל זענען אויסגעקלעבט שרייענדיגע צעטליך; קאפיס פון די פערמיטס מיט די אויפשריפט אלעס בלייבט אין די נייע...
די גזברי הקהלה פרענקל און חיים אליזער גראסס זיצן שוין אויף הויעכע טישלעך ביים אריינגאנג צום הופפער שוהל און פארקויפן די זיצן, ר' ליפא'ס זיץ איז געגאנגען אויף ליצעטאציע. די גרויסע קעפ רייסן זיך ארום איבער משה גבאי'ס זיץ.
-בערעלע פרידמאן איז מלא התרגשות אז מ'גייט מאכן גרויסע קיק בעקס איבערצולאזן ירושה, און ער פארלאנגט משה'ס זיץ זייענדיג א זוהן פון דעם וואס האט געבויעט סאטמאר, און ער זעלבסט האט דאך געראטעוועט סאטמאר.
-חיים העלער טענה'ט אז משה איז געווען וואס האט אים שטענדיג צוגעשיקט צום עמוד זייענדיג דער ריכטיגער מהנה השם מהונו (איינער האט געזעהן העלער'ס קעדילעק געפארקט ביים גמ"ח?...) ומגרונו, דערצו איזער א זעלטענער בעל צורה מיט זיין אויסגערופענע חן וואס ליגט אים אויף די בארד און פאות.
-שמואל אבערלענדער לויפט ארום א פארסאפעטער אויסטיילן די קאפי'ס פון די פערמיט וואס מ'האט באקומען צו בויען.
-מתתי' דייטש, טראץ וואס די אהרונים שעמען זיך צו אינדענטעפיצירן מיט דעם וועלטס גרעסטע אנזעצער, פארלאנגט אז מ'זאל מאכן א קליינע גאלעריע ביי מזרח וואנט ווי ער וועט האבן זיין זיץ ווי אין א קאנטראל טאוער, און דארט וועט ער אויך שענקן ספעציעלע זיצן פאר די געסט פון אויסלאנד וואס וועלן קענען זעהן פון די הייך די עבודת הקודש, און ר' מתתי' וועט ווינקן פאר רבי'ן פון די הויעך וואס ער האט צו טוען, ווען ער זאל קלאטשען, ווען ער זאל וויינען, ווען ער זאל שמייכלען און ווען ער זאל שוין אויפהערן צו רעדן שטותים, און ווען ער זאל זינגען הגלה נא א.ד.ג. דעם קליינער מזרח גאלעריע האט מען שוין אין אמת'ן אראפגענומען ווען מען האט דארט געדארפט לייגן פארענטשעס פאר די חתונה פון רז"ל מיט די פופצן באטייליגטע, אבער יעצט ארבעט מען איבער די פערמיט אריינצולייגן דעם גאלעריע און דערנאך נעמט מען זיך צו דער ארבעט.
-יצחק ראזענבערג האט גענומען אליעזר קעסטנבוים'ס 6 זיצן.
-פנחס אלימלך ווייס איז שוין אויפן וועג צוריק פון ניו העמפשיר און ער גייט גלייך איבערנעמען די שליסלעך פון די פוילישע גוים שטיבל וואס מ'האט דעזיגנירט ספעציעל פאר אים.
-משה לייב טרעגער און שלמה יעקב ליבערמאן שלעפן שוין די בענק און סידורים פון הופפער צום נייעם שוהל.
-עמרם כהן האט שוין פארכאפט זיין מקום קבוע אויפן באלעמער מיט זיין אחוריים צום ארון קדוש.
-שלמה שמש לויפט שוין ארום דעם גרעסטן סאדע מאשין וואס עס איז דא אויפן מארק, און פריער האט ער זיך אויפגעשטעלט אויף א קעסטל אין נייעם שוהל שרייען יעמוד, און יצחק ראזענבערג איז געשטאנען אויף זיין פארטש זאגן צו מ'הערט עס גוט.
-א אומבאשטעטיגטע קוואל גיבט איבער אז מ'האט שוין אפילו געזעהן מאיר פערל זיך שלעפן מיט א צוזאם-לייג בענקל און עס פלאצירט נעבן רבין'ס פלאץ אונטערן סיין, פארפאלן החכם עיניו בראשו..
-דער אלטער כסיל הערש ווערצבערגער זענען אריבערגעקומען זעהן אויב דאס ביהמ"ד איז פאסיג פאר זיין באמבאסטישע שטימע וואס וועט דינערן יעדע וואך סעודה שלישית ביי אודה, און יודל איז געקומען חזר'ן די טראפן זעהן צו ער דענקט דאס נאך.
-איטשע אייזנבאך דרייט זיך שוין ארום פרעגן אלע אהרונים צו דאס איז טאקע דער גאנג.
-אהרן דוב געטטער שפאצירט שוין געמיטלעך אינעם רבינ'ס געיט מיטן ראש הקהל'ישן שטריימעל אויפן קאפ און דער טלית אויף די פלייצע.
פאר די שעפסן פארקויפט מען אז מעיאר בלומבערג שטייט צו זייער זייט, און ער וועט טוהן אלעס אין די וועלט זיי זאלן זיך קענען אריינצוען אינעם שוהל ראש השנה. די מער קלוגערע זאגן גאר אז דאס גאצע אריינברענגן דוד גרינפעלד אין קאנסיל איז געווען ווייל ער האט פארשפראכן צו שענקן דעם נייעם שוהל פאר די אהרונים. (אינטערעסאנט מיר האבן גארנישט געוואוסט אז דוד גרינפעלד האט רעכטן ווי א ריכטער..) דער עיקר אז די אהרונים זענען העפי ביזן זיבעטען ריפ, און ר' אהרן אליינס שטייט שוין גרייט מיטן פעלץ צו בענטשן גשם אינעם נייעם שוהל.
איז נאך דא עפעס פארבליבן וואס מ'קען די אהרונים נישט איינרעדן? ר' זלמן לייב איז שוין צוריק אין ירושלים, זיין שטענדער אין בענקל זענען שוין אין בי.קי.אי. זינט דינסטאג, ראדני איז אונזערס זינט מיטוואך, די זאליס ראלן ארום אין די באגאץ קארידארן ביזן היינטיגן טאג, שמיני עצרת אינוואדירט מען דעם שוהל, און היינט בויעט מען שוין דעם נייעם שוהל...
ווי זאגט נאר יצחק ראזענבערג?! אלעס אין די נייע...
תוקן על ידי באלאנד ב- 11/05/2010 06:43:24
 |
|
|