ברעיקונג נייעס קומט יעצט אן פון ירושלים, אז נאך וואס 20 מאמעס פון בחורים תלמידי הישיבה זענען אראפ צום הויז פון גאב"ד הגאון הגדול ר' טובי' ווייס און זיך אויסגוויינט פאר אים אז זייערע קינדער דרייען זיך ארום אין די גאסן און קיינער קוקט זיי נישט אן, ווייל יאסל שווארץ משב"ק און יועץ פון ר' חיים הערש האט זיי מיט א אכזריות פארשיקט פון ישיבה.
האט דער גאב"ד גערופן פערזנליך יאסל שווארץ'ן שוין עטליכע מאל ער זאל זאפארט צוריק אריינעמען די בחורים, אבער יאסל האט זיך ארויסגעדרייט מיט אלע תיריצים. האט דער גאב"ד היינט נאכאמאל געשיקט א שליח מיוחד ר' מנשה ראטשליד פון די הנהלת העדה, און אים באפוילן פאר יאסל'ען אז ער זאל שוין צוריק אריינעמען די בחורים, און אז נישט וועט ער דער גאב"ד זעלבסט זארגן אויפצושטעלן א ישיבה פאר די אלע ארויסגעווארפענע בחורים און ער וועט שאפן די געלט דאס אויסצוהאלטן.
דע רויטער יאסל מיט זיין פרעכע חוצפה, האט געענטפערט פאר ר' מנשה מיט דעם לשון: זאג דעם יעקע זאל זיך נישט מישן ביי אונז, נישט גענוג ער טיילט איין דעות צו מען מעג גיין אין בג"ץ צו נישט, וויל ער נאך זאגן צו מען מעג ארויסווארפן בחורים צו נישט.
ר' מנשה וועלכער איז געווארן אויפגעציטערט צו הערן די חוצפה ווערטער וואס מ'וואלט געדארפט רייסן קריעה דערויף, האט אים געגעבן א פרעג: זאג נאר יאסעלע, דו זעסט דאך אז דו קומסט נישט אן אין ערגעץ מיט דיין שמוציגע מלחמה מיט די בחורים אין ישיבה, דו האלטס אין איין ארויסווארפן בחורים, די ישיבה האלט שוין ביי קארגע צוויי מנינים, און באלד וועסט זיך טרעפן מיט א ליידיגע ישיבה ? דו ווייסט דאך אז די גאנצע סיבה וואס ר' חיים הערש בלייבט אין אמעריקא און וויל נישט בשום אופן צוריקומען אהער איז צוליב דיר, ווייל דו האסט אים ארייגעזינקען אינם טיפן בלאטע מיט די בחורים, נו יעצט גייסטו זיך נעמען אריינלייגן ירושלימער רב אויך אין דיין בלאטע ?
אויף די שפיזיגע ווערטער האט יאסל גענטפרט מיט שוים אין מויל: יא יא, אויב ס'זענען דא מחוצפים אין ישיבה דארף מען נישט קיין ישיבה, און לאמיר דיר פארציילן א סויד, איך שטיי אויך אונטער דעם פלאן פון צומאכן דעם כולל, ווייל אז א האלבער כולל האלט מיט די בחורים דארף מען אויך נישט קיין כולל.
ביז אהער האב איך יעצט געהערט פון ירושלים. פשט פון די לעצטע ווערטער ווייס איך נישט, אבער ווי עס זעהט אויס, אז די ישיבה מיטן כולל מאכן זיך צו, איז שוין זייער פארשטענדליך פארוואס ר' חיים הערש פארט נישט צוריק און דרייט זיך דא ארום ווי אן הוימלעס. בלייבט נאר איבער צו וואונטשן: המקום ינחם אותם...