בית פורומים כל העולם כולו

גרויס אנגעצויגנקייט אין מאנסי איבער אויסגאנג פון סקול וואלן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2010 07:22 לינק ישיר 
גרויס אנגעצויגנקייט אין מאנסי איבער אויסגאנג פון סקול וואלן

נאך א שיינע פאר יאר פון אפהאלטן גרויסע נצחונות אין די לאקאלע וואלן איז דא גרויסע טשענסעס אז מאנסי האט געליטן א דורכפאל דעם דינסטאג אין די סקול באורד וואלן.

די חרדי'שע קהילות האבן ארויסגעשטעלט נאך א חרדי'שן קאנדידאט, כדי נאכמער צו פארגרעסערן די מאיאריטעט אין דעם סקול באורד, אבער די אנטיסעמיטן זענען ארויסגעקומען שטימען אין די מאסן און ווי ס'האלט יעצט 12:00 ביינאכט ווייסט מען נישט ווער ס'האט געווינען. עס איז זייער שמאל.

דער חרדי'שער קאנדידאט איז משה יצחק פריעדמאן, א סאטמארער חסיד פון 1 מאנסי בולעווארד.

אויך ווייסט מען נישט צי ס'איז געלונגען אראפצואוואטן דעם שלעכטן בודזשעט וואס קען העכערן די טעקסעס מיט צען פראצענט. (דער בודזשעט איז פארגעשלאגן געווארן דורך דעם גויאישן אדמיניסטראטאר און די עסקנים האבן באפוילן אז מען זאל וואוטן דערקעגן אזוי אז זיי זאלן קענען פארשלאגן א נייעם בודזשעט אן העכערן די טעקסעס.)


תוקן על ידי Ziskeit ב- 12/05/2010 07:31:26




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 22:30 לינק ישיר 

אויב דער אדמיניסטרעטאר מאכט נאך אלץ דעם בודשעט וואס פארדינען די היימישע אידען פון האבען דעם רוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 22:16 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צי עס איז אמת אבער מ'האט געשמיעסט אז ר'ישראל האגער האט געזאגט אז מ'זאל נישט גיין וואוטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/5/2010 07:30 לינק ישיר 

יעצט 12:30 קומט די גוטע נייעס אז נאך עטליכע שעה פון אנגעצויגנקייט איז מען אפגעקומען מיט שרעק.

משה יצחק פריעדמאן האט געוואונען מיט נאר 350 שטימען.

און דער צען פראצענטיגער בודזשעט-העכערונג איז ב"ה דורכגעפאלן מיט 3,000 שטימען.

הודו לה' כי טוב.

עס איז דאס ערשטע מאל אין אסאך יארן וואס מאנסי האלט אפ אזא שמאלן זיג קעגן די אנטיסעמיטן.
האפנטליך וועט דאס ארויסרופן אן אלארם ביים ציבור און דאס קומענדיגע מאל וועט דער עולם ארויסקומען שטימען מיט מער אייפער. (וויבאלד מען האט כסדר געוואונען מיט'ן אויבערשטנס הילף, מיט אזעלכע גרויסע מערהייטן, האבן פילע מענטשן אנגעפאנגען צו נעמען די וואלן פאר גרענטעד און זיי זענען געבליבן אינדערהיים.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרויס אנגעצויגנקייט אין מאנסי איבער אויסגאנג פון סקול וואלן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext